Milk shakeבערל בעל עגלה איז אנגעקומען מיט זיין פערדל ווען דער עולם איז שוין געשטאנען קבלת שבת, שוין דאס צווייטע מאל וואס דאס פאסירט! דער רב האט אים גע'קנס'עט ער דארף זיין אויף די בימה גאנץ שבת, דארטן עסן און שלאפן ביז'ן זמן מוצאי!
פאר די אויספירליכע מעשה זעט די וואך שאפער'ס רוט.
ר' מילק שעיק: אין די ערשטע מינוט ווען כ'האב געליינט דיין הודעה האביך שוין געמיינט אז איינס פון צוויי זאכן איז געשעען. אדער דו האסט רוה"ק, אדער ביסטו א גילגול פונ'ם אריגינאלן פי האתון. ווייל איך בין ב"ה געוועין דעים גאנצן שבת קודש (פארשטייצעך, אהיימגעגאנגען מאכן קידוש און עסן די סעודות שב"ק) אויפ'ן ב'לעמער. נאר אין אן אנדער קעפעסיטי. (תפקיד, בלע"ז). אין מיין ביהמ"ד ווען דער הויפט גבאי איז נישט דארט, און דאס געשעעט עוורידזש, א יעדע דריי וואכן, נעם איך איבער דאס רעידל. אדער די לייצעס. איך בין מכבד די בעלי תפילות און טייל עליות און מי שברכ'ס. ניבא ולא ידע מה ניבא. בא לק-- ונמצא מברך. בא ללמד ונמצא למד, וכו' וכו'. ס'נאך דא א סאך מאמרי חז"ל און פסוקים. נאר איך קען נישט אלע. סוכ"ס ביניך דאך נאר א בעל עגלה... 😕 😎 😂 😂 😂 🙄 😂 🙄 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮