☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » מיין תגובה

מיין תגובה

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7062

מצטמק ויפה » זונטאג אוגוסט 31, 2014 12:48 am

· #220025
מיין תגובה
מוט און געפיל
נישטא פיהל
געדאנקן צופלויגן
סברות נישט געשטויגן
לאמיר פרובירן
אנשטאט דער עולם זאל פארפירן

די צייט געטראפן
שטיין און האפן
די קליינע קנעפלעך געטוען דריקן
פון א אלף א ריש געטוען פארריקן
זעכציג מינוט געטוען פארברענגען
שיק געדריקט נאך זעקס מאהל אנשטרענגען

אחכה לו עס זאל אנקומען
דאס אויך נישט מיר פארגינען
און ווען יא, בלייבט עס ביי דעם
נישטא צו רעדן צו וועם

וועגען א נאמען צו נעמען, שמעקט איהם בעסער
א אומרעכט צו זאגן אינמיטן שבעה נישטא גרעסער
דארט ווי מ'קען האקן קומט ער אן
חוץ פון דעם נישטא וואס צו טאָן

דערנאך ווי ביסטו? הייבט מען בליקן
בלעטער און פעטיציעס מיט איכה טוט מען דריקן
אבער דו קענסט טוישן די וועג
חברה עס קומט גוטע טעג





@רויטע וואנצעס עס קען אריין גיין אין גדר פון פאזיע?

יואב » זונטאג אוגוסט 31, 2014 8:34 pm

· #220262
זייער שיין. נישט געוויסט דאס קענסטו אויך.