שוידער: רוב שמות קומען אן אין לענדפיל
47 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7055
שוידער: רוב שמות קומען אן אין לענדפיל
נאך א לענגערע אינוועסטיגעישאן איבער שמות לגניזה דורכגעפירט דורכ'ן אפיס פון אסעמבלימאן הייקינד צוזאמן מיט עמי מאגאזין האבן זיי אנדעקט אז רוב רובו פון די שמות וואס מען טוט צוזאמנעמען פון אלע חרדישע געגענטער און פון די שענסטע קהילות קומען רח"ל אן אין עפעס א גרויליגער לענדפיל אין פענסילוועניע. צוזאמען מיט אלע אנדערע גארבעדש. און דאס חילול שם השם מיט די פרעכער רויבעריי גייט שוין אזוי סיסטעמאטיש אן פאר צוואנציג יאר. עמי האט אינטערוויוס מיט הייקינד און מיט די פירער פון בית גניזה עולם די ארגעניזאציע וואס פרובירט שוין עטליכע יאר אויפצוקלערן דעם עולם וואס סגייט פאר, און פרובירן צו שתדלן ביי די גאווערנמענט צו גרינדן א סעמעטערי נאר פאר שמות אליינס און אז סזאל מער נישט קאסטן קיין ערענסטע געלטער צו ברענגען א שמות זעקל לקבורה. אויך באשרייבן זיי אביסל שווערע היסטאריע פון שמות לגניזה באגלייט מיט בילדער.
דא וועל איך פרובירן צאמצונעמן און ארויפלייגן אלעס ארום דעם סקאנדאל די הייקינד פרעס ריליעס, די שאקינג אנדערקאווער ווידיאו, די עמי ארטיקעל אויב מעגליך, די בריוו וואס בית גניזה האט מיט א שטיק צייט צוריק ארומגעשיקט צו די רבנים איבערן מצב פון שמות און ווי זיי מאכן פארשריט. אויב איינער ווייסט פרטים איז ער מכובד צו שרייבן. זונטאג וועל איך מיך צוריקערן אי"ה.
Press Release
TONS OF SHAIMOS BEING BURIED IN PENNSYLVANIA LANDFILL
SEFORIM AND SHAIMOS, SANDWICHED BETWEEN HOUSEHOLD GARBAGE, ORIGINATING FROM NY AND NJ
HIKIND: “DISRESPECTFUL? HEARTBREAKING! THERE HAS TO BE A BETTER WAY.”
SHOCKING VIDEO FOOTAGE RELEASED
After months of research, Assemblyman Hikind (D-Brooklyn) revealed this morning that literally tons and tons of shaimos originating in the Tri-State area are ending up in a landfill in Pennsylvania, buried beneath dirty diapers and other refuse.
When reports of the landfill-shaimos operation reached Hikind, he met with leading community rabbonim to discuss the matter while immediately dispatching his staff to investigate. What Hikind discovered was far worse than he feared.
“This is no small operation,” said the Assemblyman. “Tons and tons of holy seforim and other shaimos are being hauled in by 18-wheel tractor trailers and dumped on a regular basis on top of garbage at a huge landfill in Pennsylvania. The shaimos are then covered with a six-inch layer of dirt, packed down, and then household garbage is placed on top, creating a virtual sandwich of garbage and shaimos, l’havdil. We believe this has been going on for as long as 15 years.”
Hikind discussed the matter with numerous rabbinical authorities including Rabbi Chaim Cohen, Rav of the Gur Shteibel and a dayan; Rabbi Shraga Hager, the Kosover Rebbe; Rabbi Nachman Yechiel Mendel Steinmetz, the Skwere Dayan; and Rabbi Yisroel Reisman, the Rav of Agudath Israel Zichron Chaim Tzvi and Rosh Yeshiva at Yeshiva Torah Vodaas. All of the rabbis unanimously agreed that the burial of holy shaimos in a landfill with garbage was shocking and disgraceful. Rabbi Steinmetz emphasized, “If shaimos is not treated properly, it can bring about a mahgaifah (a plague), chas v’sholom.”
“Our community is so very careful about the dignity of a single sefer,” said Assemblyman Hikind. “We teach our children at a very early age to kiss a sefer that is even dropped by accident and how not to desecrate shaimos. But, unfortunately, we have also been very trusting as a community when it comes to disposing of those bags and bags of shaimos that we all get rid of each year, typically around Pesach. Our neighborhoods fill up with trucks collecting shaimos. Most people don’t ask where their shaimos is going to end up—and when they do ask, no one seems to be able to give a straight answer.”
But Hikind insisted on learning the truth. Last April, just days after Hikind warned the community of potentially fraudulent shaimos collection and burial operations, garbage bags filled with holy books were found dumped upstate in Haverstraw, NY. “People were literally crying to think that they might have inadvertently given their holy shaimos to someone who could care less, who treated their shaimos like garbage,” said Hikind. “We worked to resolve that immediate problem but I’d been warning people for years to be careful about this.”
Over the last few years, large quantities of shaimos were found abandoned in both Boro Park and New Jersey, at which point Hikind worked with Rabbi Yosef Schwartz of Beth Genizah Olam, who volunteered to help the Assemblyman properly dispose of the abandoned shaimos.
“This new discovery may be the worst I’ve ever seen with regard to shaimos,” said Hikind. “The sheer volume is overwhelming—as many as 15 tractor trailers per years, each with a capacity of 80,000 lbs. of shaimos. And this continues at this very moment. When people see the video of what we discovered, I think they will be shocked and sickened.
“We cannot ignore this issue. People have the right to know how their holy shaimos is being disposed of when they’ve paid for that service. We hope that a plan will be put in place to minimally educate the community further regarding shaimos and its proper disposal. But all of the rabbonim that I spoke with are in total agreement that there has to be a better way.”
ביים איבער רעדן די נושא מיט'ן סקווירא דיין.
איך שריי שוין דאס יארען. געבענטש זאל זיין הייקינד פאר זיך נעמען צו דעם.
ווער זאגט אז דאס איז א פראבלעם? פארלאנגט זיך דען פאר יעדער שבת גליון כלי חרס מיט מצבות?
#זינלאזע_דאגות
און וואס איז מיט דיינע אלטע תפילין, קומט עס אן ערגעץ אנדערש?
אלטע תפילין גייען נישט מיט געהעריגע שמות. בעיקר לייגן מענטשן דארט זאכן וואס געהערן ווען אין מיסט קאסטן נאר מחמת ספעציעלע כבוד והערכה וואס מיר האבן פאר יעדן דבר שבקדושה מיט אביסלע אכשר דרא'דיגע חומרות האלטן זיך מענטשן אפ פון לייגן מכלומר'שטע "שמות" וואו ס'געברויך צי זיין.
ליכא מידי דלא רמיזא בקאווע:
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/3176">viewtopic.php?f=13&t=3176</a><!-- l -->
'שטייטזיך אז די שמות אינדאסטרי ווערן נישט קיין קלענערע רויבערס פאר'ן נישט עובר זיין אויפ'ן פראבלעם פון גונז זיין שמות כדין, זייער עצם עקזיסטענץ איז באזירט אויף צושטעלן נוצלאזע סערוויסעס. אבער דער יעצטיגער קאמפיין זעט ס"ה אויס ווי א קאמפיין פון נאך א גרעסערע רויבער וואס זוכט צי ערזעצן דעם אנדערן רויבער. זייט נישט דום און נאאיוו, רבותי.
כנוראיך שריי שוין דאס יארען. געבענטש זאל זיין הייקינד פאר זיך נעמען צו דעם.
דער גאנצער ענין איז א עטישער ענין, און דערפאר קוקט אויס אז הייקינד און עמי האבן זיך אריינגעלייגט דערינען. אויב שטעלט זיך טאקע ארויס אז שמות קאלעקטערס האבן גענומען שמות אזויפיל יארן און עס אוועק געווארפן אין מיסט אריין איז דאס א סקאנדאל שאין כמוהו. פארגעס פון הלכות שמות די חכמי השטיבל האבן שוין דן געווען אז שמות נזרקין, אבער למעשה די וועלט וויל נאך נישט מודה זיין דערצו, און דער עולם דערלאנגט עס פאר פסח צום טראק און מען באצאלט דערפאר טאפ דאלער, גייט א סוחר און ווארפט דאס אוועק אין לענדפיעלד, ווי זענען די השגחות אז א פאליטישאן מוז קומען און עס אינוועסטיגעיטאן. די זאך מיז זיך אויפהערן און געבענטש זאלן זיין די וואס טוען אין דעם הייליגען ענין
כשם טוב, סאיז זיכער אן עוולה צו נעמען געלט און ווארפן אין גארבעזש אפגעזען צי סאיז אויסגעהאלטן להלכה.
[ציטאט אראפגענומען]
מיר קוקט אויס אז הייקינד האט געטראפן א אגענדע וואס קען אים מאכן ביזי און פאפולער. מעגליך ער האט געטראפן א גוטע אפפערטוניטי, אנפארטשונעטלי.
לייענט דא איבער דעם שערורי' און א שיינעם קורצן אפהאנדלונג איבער דעם גאנצן שמות פראבלעם:
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=22465">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=22465</a>
דער שכן[ציטאט אראפגענומען]
מיר קוקט אויס אז הייקינד האט געטראפן א אגענדע וואס קען אים מאכן ביזי און פאפולער. מעגליך ער האט געטראפן א גוטע אפפערטוניטי, אנפארטשונעטלי.
סאיז ניטאמאל גוט! ערליכע אידן ווייסן שוין לאנג אז שמות לגניזה דארף א פארלעסליכע הכשר!
וואס אלע גרויסע קהילות האבן און דארט איז ב"ה נישטא קיין מכשולות!
דער פראבלעם איז ביי א.ג. עמך, וועלכע ווארפן די שמות אין זעלבן טראק ווי די אפגעניצטע זאכן פאר פסח - נו די אנפירערס דערפון זענען טאקע פארברעכער, וועלכע נוצן אויס דאס תמימות פון די אמעריקאנער אידן פאר זייער ביזנעס. און אנשטאט ער זאל לויפן צו די רבנים און די פרעסע זאל ער גיין צו די פאליציי!
דער עולם דא האט ערענסטע פראבלעמען מיט הייקינד, היתכן א ביליגער פאליטישאן האט זיך גענומען איבער שמות. די פאקט איז אבער אז די שמות ווערן אוועקגעווארפן אין די מיסט יאר יערליך און קיינער מאכט זיך נישט וויסענדיג. מען רעדט דא פון תפלין, מזוזות, קלפים שטיקער פון ספרי תורה, סידורים, חומשים, תשמישי קדושה, הונדערט ביליאן מאל דעם שם הקדוש המפורש, הונדערטער ביליאן מאל אנדערע שמות הקדושים פון די זיבן נעמן פונעם אייבערשטען וואס מען דארף גונז זיין, מען רעדט דא פון א ל"ת דאורייתא לכל הדעות נישט קיין חומרות, נישט קיין אכשר דרא'ס, נישט קיין פרומקייטן, און יא עס ווערט אויך אוועקגעווארפן גליונות וואס דער עולם דא האט עפעס אפגעמאכט אז אין צריכין גניזה.
די אלע זאכן אינאיינעם וואלגערען זיך ארום אין די גארבעדש בשעת אפאר לאו לייפס מאכן שיין געלט דערויף. קומט א נער און דערציילט אז די שמות רויבער קריגען זיך ארום צווישן זיך, איז וואס, וועגן דעם טאר זיך נישט הייקינד אריינמישן און אינוועסטיגעיטאן וואס דא גייט פאר און מאכן ארדענונג איינמאל פאר אלעמאל זאל ער אויך אויספראקן דעם קאמפעטישאן.
כמעט קיין איין קהילה האט מער נשט קיין אייגענער פלאץ ווי צו באגראבן שמות, אלע גיבן עס אוועק פאר אט די רויבער. צו דערגיין דעם אמת איבער שמות איז דאך אים געווען אזוי פשוט ער פרעגט דעם בחור ווי ער טראגט עס און אזוי איז ער דערגאנגען אז ער ווארפט עס אין לענדפיל. מען רעדט דאך פון צענדליגער טרעילארס א יאר, קומט ראובן און זאגט אז מען לייגט זאמד, קוק איבער די ווידיאו מען לייגט נישט קיין שום זאמד דער מענעדשער דערציילט פשוט די לענדפיל פראסידשער אז יעדע נאכט פינעווע נאכמיטאג לייגט מען זאמד אויף אלע גארבעדש, אבער דער נעקסטע טאג גיסט זיך פרישע אשפה.
די קשיא איז ווי זענען די רבנים. ווי זענען די השגחות, וואס זאגן די אלע קהילות וואס זענען נישט גענוג נאכגעגאנגען זייערע ווענדערס ווי אזוי האט מען געקענט צולאזן אזא מין הפקירות די אלע יארן.
hopefullyמען רעדט דא פון תפלין, מזוזות, קלפים שטיקער פון ספרי תורה, סידורים, חומשים, תשמישי קדושה, הונדערט ביליאן מאל דעם שם הקדוש המפורש, הונדערטער ביליאן מאל אנדערע שמות הקדושים פון די זיבן נעמן פונעם אייבערשטען וואס מען דארף גונז זיין, מען רעדט דא פון א ל"ת דאורייתא לכל הדעות נישט קיין חומרות, נישט קיין אכשר דרא'ס, נישט קיין פרומקייטן ...
פשיאה, אזא פעסטקייט? אזוי זיכער?
תעיין ותרוה נפשך:
<a class="postlink" href="http://shut.moreshet.co.il/shut2.asp?id=13948">http://shut.moreshet.co.il/shut2.asp?id=13948</a>
דבילהhopefullyמען רעדט דא פון תפלין, מזוזות, קלפים שטיקער פון ספרי תורה, סידורים, חומשים, תשמישי קדושה, הונדערט ביליאן מאל דעם שם הקדוש המפורש, הונדערטער ביליאן מאל אנדערע שמות הקדושים פון די זיבן נעמן פונעם אייבערשטען וואס מען דארף גונז זיין, מען רעדט דא פון א ל"ת דאורייתא לכל הדעות נישט קיין חומרות, נישט קיין אכשר דרא'ס, נישט קיין פרומקייטן ...
פשיאה, אזא פעסטקייט? אזוי זיכער?
תעיין ותרוה נפשך:
<a class="postlink" href="http://shut.moreshet.co.il/shut2.asp?id=13948">http://shut.moreshet.co.il/shut2.asp?id=13948</a>
נאכאמאל די גאנצע מדובר דארטן איז איבער גליונות און צייטונגען וואס אויף דעם איז מען זיך מפלפל צווישן די גדולי הפוסקים האחרונים אבער אויף שמות און ספרים זעלבסט הנ"ל איז נישטא קיין שום ספק אדער חילוקי דעות . זוך ניטאמאל ווייל די וועסט גארנישט טרעפן
אה הייסט עס די רבנים האבן גאר ערלויבט די שמות רויבעריי, יעצט וועט עס העעערשט פארוואנדלט ווערן אין א מאסיוו סקאנדאל. מיט וואסערע רעכט נעמט א שמות טראק מיינע שמות אין טראגט עס אין גארבעדש דאמפ אן אויפשרייבן א ריזיגע דיסקלעימער. צווייטענס שרייבט ער דארטן אזעלעכע נערישקייטן אז קיינער האט נאכנישט באקומען קיין פערמיט בשעת מקען יא באקומען נאר סאיז אסאך ארבעט מיט געלט מיט אייגענע שטחים. והשלישית אפשר ווייזט ער איינעם ווי ער באגראבט די ס"ת מיט תפילין. די רויבער זענען דערשראקן אויף טויט זענען זיי געלאפן צו די המודיע. כהאף נאר אז די ערליכע עסקנים וועלן נישט מיד ווערן.
אומפארשעמט!
איך האב נישט קיין ווערטער.
עס איז מיר איינגעפאלען א המצאה.
אין ארץ ישראל אין יעדער בית החיים איז דא א פלאץ פאר שמות, אזוי ווי עס אזי אייביג געווען בכל תפוצות ישראל.
מען נעמט דא אין אמעריקע פאר א באקס שמות בערך 20 דאלער, אויב זיי קענען רייסען מער רייסען זיי.
איך מיין אז מען קען שיקען א באקס מיט שמות קיין ארץ ישראל, אדער קיין ניו זילענד (ווי מען לאזט "יא" באגראבען שמות) פאר 10 דאלער אדער ווייניגער.
קען דא איינער מאכען א שיינע פרנסה (מיליאנען זיכער איז ווערט דער "שמות אינדאסטרי") און נעמען 20 דאלער א באקס, עס שיקען קיין ארץ ישראל און נאך בלייבען מיט א שיינע ריווח פון מער ווי 5 דאלער א באקס.
דאס איז פרי עדווייס, איך בעהט נישט קיין קאמישען.
אויב עס וועט זיך נישט יאווען קיין בעלנים צו עפענען אזא ביזנעס, וועל איך בל"נ שיקען מהיום והלאה מיינע שמות (עט ליעסט תשמושי קדושה) קיין ארץ ישראל.
ווער איז מיט מיר?
דער ארטיקעל אין המודיע איז מורא'דיג. קודם כל ברענגט מען פון א מענטש וואס וויל זיך נישט אידענטיפירע"ן. דערנאך זאגט ער אז יעדער קען קומען פרעגען וואס ער וויל!
איך האב געזוכט זיין נומער אין טעלעפאן בוך און נישט געטראפען.
אזוי אויך דער משגיח אן א נאמען, און דער אברהם אן א משפחה נאמען ואוס האט זיך בארו'איגט ווייל דער משגיח אן א נאמען האט געזאגט אז ס'איז בסדר.
די אלע קאמפאני"ס אין לעיקוואוד האבען נישט קיין טעלעפאן נומ., עכ"פ אויב יא קען מען נישט דורכקומען צו זיי, און מ'האט זיך פארלאזט אזוי, ווייל ס'איז נישט דא קיין ברירה.
איך האב נאך א שאלה. טאמער ס'קען אזוי פאסירען אין שמות, אפשר פאסירט עס אין נאך זאכען אויך. מ'דארף פרעגען אויף כשרות און סת"ם, אויף פוסקים און מו"צים און ברית מילה מיט נאך זאכען. ס'האט איינער נאכגעפרעגט פונקט אויף וואס איז אלס געבויט? איך וויל נישט מעורר זיין דינים, איך ווייס אויך נישט, אבער ס'איז העכסט צייט אז מ'זאל פרעגען אלע קשיא'ס און שחט'ען אלע הייליגע קו'ען.
די שמות רויבער האבן א האטליין - אנבעליוועבל
646.687.5500
ער פארקויפט לאקשן אז אלע רבנים און בתי דינים שטיצן די המודיע ארטיקל אז מען מעג ווארפן שמות אין גארבעדש רח"ל
בית גניזה ביים צוגרייטן די קבורה היי יאר תשע"ה
.
📎 Genizah Nizen 2015.jpg
על אפם ועל חמתם פון די יעניגע וואס טראגן אונזערע שמות פאר גראב געלט שוין צענדליגער יארן צום לענדפילד אין פענסילוועניע מיטן אויסרייד אז סאיז נישטא קיין צווייטע ברירה און נאך מכלומרשט מיט הסכמות פון די המודיע און זייערע רבנים.
שאקינג ריפארט גענומען פונעם שכן.
**שמות לגניזה תשע"ה. אינוועסטיגעיטיוו רעפארט **
די לעצטע פאר טעג האב איך מיך שטארק אריינגעלייגט אין די גאנצע שמות אינדוסטרי. געוואר צו ווערן וואס גייט דארט פאר. ווער מאכט געלט. ווער טוט וואס. ווער זענען די בעלי בתים. ווער געט די השגחות. וואס איז מיט פערמיטס. פארוואס ווערט עס נישט מער מסודר וכדו. כהאב גערעדט מיט צענדליגער מענטשן, געקאלט און געליינט און איך גיי אלעס דא מיטיילן מיטן חשובן צבור. סאיז דא עטליכע חלקים צו באשרייבן קודם די חלק הלכה וואס איז יא שמות און וואס נישט און וויאזוי און ווי מען דארף גונז זיין. חלק ב איז די חלק פון דינא דמלכותא ווי שטרענג זיי זענען אין די ענינים בעיקר וועגן די טינט וואס זיי באטראכטן אלץ טאקסיק. און די שווערע שטראפן וואס זיי האבן שוין בעבר ארויפגעלייגט אויף אומלעגאלע שמות דאמפערס. אויך איז דא די חלק היסטאריע וויאזוי מען פלעגט עס צו טאן ביז היינט ומה נשתנה די לעצטע פאר יאר. דערנאך איז דא דער חלק המסחר ווער זענען די שפילער. און מיט די לעצטע חלק וויל איך טאקע אנהייבן. ועוד חזון למועד צו די אנדערע חלקים.
סדא היינט 5 שמות קאמפעניס וואס טוען שמות לגניזה און זיי האבן די יודישע מארקעט.
1. לעיקוואד שמות לגניזה הרב אהרן טאפלין
2. בית גניזה. הרב יוסף שווארטץ
3. סקווירא שמות. הרב זאבי לונגער
קרית יואל שמות. הרב שלום יוסף לעווינגער
4. פינטער ספרים סטאר. הרב יענקל פינטער.
שלום שמות. אין ב"פ
5. פליי-ביי שמות טרעקעלעך.
**** לעיקוואד שמות הרב אהרן טאפלין.
אין לעיקוואד איז דא מערערע שמות קאלעקטארס אבער איינע פון די גרעסטע איז רבי אהרן. די אנדערע ווי הרב טרעסס און הרב וואקסמאן און נאך צענדליגע זענען שוין מער ווייניגער זיינע תלמידים. דער יוד פארמאגט א ריזיגע געניצטע-ספרים ביזנעס. ספרים וואס ער נעמט פון די שמות און פארקטיפט עס ווייטער. ער אטעמט שמות שוין צענדליגע יארן ער האט א באנדע חברה אונטער זיך ער לויפט ארום איבעראל קאלעקטן. רובא דרובא שמות פון אלע היימישע געגענטער אינקלאדעד ביידע סאטמערס קומען אן צו אים. זיין הויפט פארבריק איז אין לעיקוואד ווי ער פארקויפט די גענוצטע ספרים וואס ער קאלעקט פון די שמות. ער פארט אבער אויך ארום פארקויפן זיינע סחורה אין אנדערע יודישע געגענטער. איר קענט גוגלען א באשרייבונג איבער אים אין די ניו יארק טיימס און נאך עפעס א נישט יודישע צייטונג. ער האט שוין לאנג א הכשר פון הרב פר"מ מסאנטוב שליט"א. און לעצטענס אויך פון וועד הכשרות פון וומ"ס סאטמארע ביד"צ. ווען מרופט דעם סאנטובער רב איבער שמות שיקט ער דיך צו א האט ליין. אויפן האט-ליין טוט עמעצער אדרעסן די לעצטיגע שמות סקאנדאלן וואס עמי מעגעזין מיט דוב הייקינד האבן אנדעקט און פאר מער אינפארמאציע זאגט ער גיי קוק אין המודיע ערגעץ אלול תשע"ד דארטן שטייט אז אלע רבנים זענען געקומען צו די החלטה אז דאס טראגן שמות צום לענדפיל איז זייער אויסגעהאלטן. און אויך די בי"ד פון סאטמאר און די בי"ד פון קרוין הייטס שטימט צו דערצו. און אלעס איז כשר וישר הונדערט פראצענט. ע"כ.
האב איך פארשאפט סיי דעם סקאנדאלישן עמי באשרייבונג און סיי די המודיע שטיקל. אין המודיע שטייט בקיצור אז היות סאיז נישטא קיין ברירה ווייל מטאר ע"פ חוקי המדינה נישט באגראבן קיין שמות דעריבער איז ערלויבט צו טראגן די שמות צו א לענדפיל קיין בעטלעהעם פענסילוועניע און אזוי טוט מען שוין צענדליגע יארן און אלעס איז העכסט מסודר און ער פליקט אריין פאר עמי און פאר הייקינד וואס האבן אנדעקט דעם סוד פון לענדפיל אז זיי האקן בלויז אין קאפ.
ווען די פרובירסט צו באקומען אביסל מער אינפארמעישאן פון סאנטובער רב איבער זיין הכשר קענט איר קלאפן א וואנט. אני הקטן און אויך אנדערע האבן גערופן צענדליגער מאל ואין קול ואין עונה אלעס שיקט צוריק צום דערמאנטן המודיע האט ליין. אויב זענט איר מצליח צו רעדן מיט אים ביטע פרעגט אים וואס ער זאגט צום סקאנדאל און אויף וואס ער בויט זיין היתר צו נעמן שמות לכתחילה צום לענדפיל.
דערציילט א יוד אז ער האט געוואלט פרעגן פרטים איבער שמות ביים ראב"ד שליט"א פון סאטמאר האט מען אים געשיקט צו הרה"ג זלמן לייב פילעפ שליט"א פרעגט ער אים צו זיין בי"ד ערלויבט דאס שיקן שמות צו א לענדפיל און וואס טוט זיך מיט תשמישי קדושה און לויט די אויפדעקונג פון עדים מיט בילדער און ווידיאו טוט מען די שמות צוטרעטן בבזיון נורא האט דער דיין אויפגעשפרינגן און געזאגט דאס איז דאך הארבע איסורים דאורייתא און אז סאטמאר בי"ד גיבט נישט קיין שום השגחה אויף קיין שום שמות טראק. איי סאיז מפורסם. ער ווייסט נישט. טרעפט ער הרה"ג רבי שלמה לייב וויינבערגער שליט"א האט ער אויך גארנישט געוויסט פון קיין שמות צוזאגן, נאר האט אים געשיקט צו הרה"ג רבי ישי ליבערמאן שליט"א אויך א דיין אין זייער ביד"צ. רבי ישי שליט"א האט אים געזאגט יא די שמות ווערט געפירט צום לענדפיל שוין צענדליגער יארן און סאיז פיין אויסגעארבעט להלכה ווייל היות דער סדר דארט אין לענדפיל איז אז זיי גיסן ארויף עטליכע אינטשעס זאמד יעדע נאכט ממילא איז די גארבעדש וואס מען גיסט דעם נעקסטן טאג ארויף אויף די שמות שוין באטראכט ווי אן עקסטערע שטיק סאיז נישט מצרף. און לגבי תפלין און מזוזות דארף מען טאקע שרייבן אויפן באקס אז מען זאל וויסן זיך צו באגיין מער בכבוד. און לגבי אויספאפן מענטשן וואס חלומען נישט אז זייערע שמות קומט אן אין גארבעדש זאגט ער אז סאיז נישט דא וואס חושש צו זיין. איי וואס איז א נפקא מיני פון פלאצירן שמות אין מיין אייגענער גארבעדש ביזן טראגן צום טראק. דאס זאלט איר פרעגן אייער דיין.
*** בית גניזה. הרב יוסף שווארטץ
רבי יוסף. אדער יאסי שווארטץ. אדער דער פראגער ראש ישיבה שליט"א. האט זיך איין צופרי מיט עטליכע יאר צוריק אויפגעוועקט מיט א חלום אז ער גייט מאכן ארדענונג מיט די שמות. ער מיט עטליכע פון זיינע תלמידים גייען מייסד זיין א בית גניזה כמו די קיירא גניזה. בויען מערות. באגראבן. אוועקלייגן אד"ג. א פלאץ ווי שמות קאלעקטארס און קהילות זאלן קענען אוועקלייגן זייערע שמות. מען גייט קויפן א גרויסן שטח ערגעצוואו. שאפן פערמיטס. שאפן השגחות. בקיצור סגייט ווערן ארדענונג. וכך הוה ער האט זיך אריינגעווארפן אין די עבודה אבער ער האט גאר שנעל איינגעזעהן אז ער ווייסט נישט בחייכון וביומיכון ואס טוט זיך אין די ביזנעס און אז סגייט נישט אזוי גרינג ווי געפלאנט. די בילדער פון אויבן ווי ער באגראבט שמות איז ממש פון לעצטענס, סאיז אים בכלל נישט געווען קיין גרינגע רייזע.
גלייך אנפאנג אנפאנג איז כמעט יעדער מיטגעשטאנען מיט אים. ער האט אפגעקויפט א שטח אין ליבערטי און אומגלויבלעך באקריגן זיין ערשטע פערמיט צו באגראבן עטליכע קאנטעינערס מיט שמות. ער האט געשאפן גוטע השגחות די התאחדות מיט די או יו. זיך איינגעקויפט טרעילארס. אבער תיכף דערנאך האט ער געהאט אפאר געזונטע דורכפעלער. היות ער איז געגאנגן אפען מיט זיין פלאן האבן די שכנים אין ליבערטי אנגעהויבן צו קעמפן און די טאון האט אים דינייד א פערמיט צו באגראבן עכ"ז וואס ער האט באקומען ערלויבעניש פון די סטעיט. האט ער אנגעהויבן צו וואנדערן מיט עטליכע קאנטעינארס מיט שמות. שפעטער האט ער אפגעקויפט זיין פראפערטי אין קייעמישא לעיק בלויז צו האלטן די טרעילארס ביזן באגראבן און וויבאלד סאיז דאך אין צענטער פון מאנטיסעלאו פלעגען מענטשן קומען באזוכען און געהאט טענות פארוואס ער באגראבט נישט די שמות. סהאט נישט גוט געשמעקט. די יודישע שכנים האט עס אויך נישט געשמעקט אז ער גייט דא מאכן א שמות פעקטארי. אזוי האט ער זיך ארומגעפלאגט.
ווען מען רופט התאחדות אדער ביי די או יו זענען זיי זייער פראוד פון רבי יוסף'ס שטארקייט בשעת יעדער האט געשריגן אז סוועט קיינמאל נישט פאסירן און ער האט גענוג וואס שטייען אים אין וועג האט ער אבער נישט אויפגעגעבן זיין חלום. ער קויפט שטחים ער שאפט פערמיטס. אויף זייער וועב זייטעל זעהט מען פונקטלעך וואס זיי טוען באגלייט מיט בילדער. זייער בעל מכשיר הרה"ג רבי הלל וויינבערגער שליט"א און הרה"ג ראביי יורעוועל שליטא זאגן אז זיי קומען כסדר באזוכען דעם פלאץ. זייער עיקר אויפגאבע איז צו האלטן אן אויג אויף די טרעילארס ביז סווערט באגראבן. אויך האט ער זיך פארשאפט א גאר שטארקע סימפאטיקער מר. דוב הייקינד וואס שטייט אים צוהילף ובפרט מיט פערמיט ענינים. מיט א יאר צוריק האט ער געקויפט א שטח געאייגענט פאר שמות אן קיין שום פראבלעמען. היינט פארמאגט ער אלע נויטיגע פערמיטס. און די יאר טאקע באגראבט ער שוין אין גרויסן. למעשה קוקט אויס ווי ער האט עס אדורכגעבראכן. אויף די פראגע ווער סגיט אים אלץ שמות זאגט מיר דער ארבייטער. דער ראש ישיבה דערציילט נישט די פרטים סאיז העכסט קאנפידענשאל איר קענט רופן אייער קהילה אויסצוגעפינען.
*** סקווירא קעמפ הרב זאבי לונגער
סקווירא איז נאך כמעט די איינציגסטע קהילה וואס טוט באגראבן זייערע שמות ביי זיך אין קעמפ אזוי ווי אלע גרעסערע קהילות פלעגן טאן ביז 20 יאר צוריק. א שטיק צייט נאך פסח טוט מען ביי איינע פון זייערע קעמפס אויפגראבן און מען באגראבט די שמות. היות זיי האבן א ריזיגע שטח זענען זיי נישט מקפיד אז זיי וועלן נאך דארפן דאס פלאץ. און לגבי א פערמיט פון די שטאט זענען זיי נישט חושש ער זאגט אז ספעלט נישט אויס וועגן סטאטוסקווא ווילאנג סגייט גייט עס. די גאנצע ארבעט ווערט געפירט דורך רבי זאב וואס איז ערלויבט צו פארדינען א פראפיט. די וועג וויאזוי זיי נעמן צוזאם איז אביסל אינטערסאנט ער דינגט אזעלעכע גארבעדש קאנטעינארס און ער לייגט אריין ריזיגע בעגס דערנאך פארמאכט מען עס און אזוי ווערט עס גאנצערהייט באגראבן. די סקווירא שמות טרעפט מען אין סקווירא שטעטעל און אויך אין אנדערע פלעצער ווי ב"פ און מאנרא ווי טראקס זאגן אז זיי פארמאגן די סקווירא הכשר.
זיי האבן א הכשר פון זייער בי"ד ובראשם הרה"ג רבי אהרן גאלדמינצער שליט"א. ווען מען פרעגט אים דעריבער זאגט ער אונזער בי"ד גיט דעם הכשר אויסדריקלעך נאר אויף שמות פון סקווירא שטעטעל און אלעס ווערט געטאן כדת וכדין עצהיו"ט. אבער מיר נעמן נישט קיין שום אחריות פאר אנדערע פלעצער. און ער איז מסביר אז סאיז פשוט נישט מעגליך צו האלטן חשבון אויף יעדען טרעקעל וואס ווען וואו ער טוט.
קרית יואל.
די לעצטע פאר יאר ווערן אלע שמות פון די קרית יואלע קהילות אויך נטמן אין סקווירא קעפמ. די קרית יואל פראדשעקט ווערט אנגעפירט דורך העסקן החשוב הרב שלום יוסף לעווינגער. דער אייגענטימער פון די קאנטעינער קאמפעני וועמען סקווירא האט אויפגענומען צו טראגן זייערע שמות. אנשי קרית יואל טראסטן אים ער איז א נארמאלער מענטש און באליבט ביי יעדען.
אין זיינע עדס שטייט נישט וועמענס השגחה ער פארמאגט. אויף די שאלה צום סקווירא דיין שליט"א צו ער גיט אויף דעם זיין הכשר זאגט ער אויסדריקלעך ניין. נו ווער יא ער ווייסט נישט. ווען מען פרעגט ביי די אפיס פון די קהילות זאגן זיי אז ער פארמאגט זיך זיין אייגענעם הכשר. ווען מען פרעגט אן ארבייטער ביי די טראק זאגט ער אז סשטייט בהשגחת וועד הכשרות פון קרית יואל. ווען מפרעגט הרה"ג רבי ברוך טייטעלבוים שליט"א יושב ראש וועד הכשרות זאגט ער אז זיי געבן נישט קיין שום הכשר אויף קיין שום שמות קאמפעני. אן אנדערע ארבייטער זאגט אז סגייט צו בית גניזה. בית גניזה גיט נישט ארויס ווער סברענגט שמות סאיז קאנפידענשאל. תיקו.
**** פינטערס
שוין יארן לאנג וואס די פינטער ספרים סטאר אויף די פערצענטע עוו אין ב"פ קאלעקט שמות. זיי זענען די איינציגסטע וואס טוען עס אויך דורכאויס דאס גאנצע יאר דעריבער פארמאגן זיי שטענדיגע גרויסע אקאונטס. זיין טאטע ע"ה איז געווען א חשובער רב. זיי טוען אויך ארויסנעמן די גוטע ספרים און פארקויפן עס און פון דעם באשטייט די פינטערס ספרים געשעפט. למעשה האט ער נישט קיין מקום לגניזה נאר ער זוכט ארום פאר וועם מקען עס געבן. פינטער גייט שוין צוריק אזויפיל יאר איז זייער אינטערסאנט צו הערן פון אים די היסטאריע פון שמות. ער פלעגט נאך טראגן שמות פאר ר' מענדעל אילעניק אין וואדרידש. איינע פון די אלד טיימערס אין די שמות אינדוסטרי. אויך איז ער א גרויסער מבין אויף אלטע ספרים און נישט איינמאל האט ער ארויסדערווישט פון די שמות בעגס שיינע מציאות ווי איר קענט זעהן אין געשעפט.
ער פארמאגט נישט קיין אייגענעם הכשר ער פארלאזט זיך אויף די קאמפעני וואס נעמט צוזאם די שמות און געווענליך איז עס טאקע די פירמע פון הרב אהרן טאפלין.
אויך איז דא אין ב"פ איינער א לעיקוואדער יוד הרב שלום וואס טוט שוין צענדליגע יארן אין די ביזנעס און אויך ער האט א כתב פון סאנטובער רב הרב פר"מ שליט"א פאר הרב טאפלין אז ער מאכט זיכער אז די שמות קומט אן צום לענדפיל אין בעטלעהעם פענסילוועניע צווישן טויזענטער טאן גארבעדש און אלעס כדת וכדין.
*** פליי-ביי שמות קטלעקטארס
דאס זענען די בחורים בדרך כלל אזעלעכע וואס פלעגן ארבעטן פאר שמות קאמפעניס. און זיי האבן שוין צוגעזעהן מיט די אייגענע אויגן אז רוב שמות ווערט ממילא געפירט אין מיסט. מאכן זיי זיך א חשבון פארוואס ארבעטן פאר יענעם. לאמיר זיך דינגן א טרעקעל. רעכענען 25 טולער א זעקל און מאכן א זעקס זיבן טויזענט דאלער א בין הזמנים. נישט שלעכט. אבער אסאך פון די ווערן שוין גרידי און ווילן אפילו נישט צאלן די טויזענטער וואס קאסט עס צו דאמפן אין לענדפיל און זיי פטרן עס ערגעץ אין מאנטיסעלאו אדער אין מאנסי און טאקע זיי זענען די וואס מאכן נייעס יעדען ערב פסח אז מען האט געטראפן א פרישן געדאמפטן טראק און סווערט לעבעדיג. אויך בריען זיי זיך געווענליך אפ ווייל זיי כאפן זיך נישט אז די הוצאות ווערט שנעל גאר גרויס. די טראק. די ארבייטער. די פרעשער אז סקומט ערב פסח ווערט ער ממש פארלוירן. עכ"ז קומען יעדעס יאר צו פרישע בחורימליך וואס שפרינגן אריין דערינען. וחוזר חלילה. פאליציי. .הייקינד. בית גניזה. ווארענונג. פאלעטישאנס. יאר יערליך.
ע"כ דא האט איר בקיצור נמרץ וואס סגייט היינט פאר אין עולם השמות. לדעתי א חורבן נורא מאוד. אויב איינער האט קשיות אדער מוסף צו זיין ביטע לאזט אייך הערן.
shem-tovשאקינג ריפארט גענומען פונעם שכן.
סארי פאר מיין עם הארצית אבער וואס/ווער איז דאס שכן?
א צייטונג? א סייט? אדער א מענטש וואס וואוינט נעסט דור צו דיר?
א הערה
סתם פאר די וואס זיכן א כשר׳ע שמות טראק - קהלת בעלז האט אויף 50-15 א טראק מיט ר׳ אשר עקשטיין׳ס הכשר. און צו דעם אלעם איז עס נאך ביליג...
ייש"כ הרב שם-טוב, אבער איך האב באמערקט אז ס'פעלט עפעס פון לעיקוואוד. הרב ש.מ.קאטץ גיבט אויך א הכשר צו טאפלין און ער האלט אז ס'איז אינדערארדנונג. מ'האט איהם דערמאנט אינ'ם המודיע ארטיקל. אפשר איז ער נישט אזוי באקאנט אין דער וועלט אבער אין לעיקוואוד איז ער איינער פון די triumvirate פון פוסקים, ה"ה הרב יעקב אפרים הכהן פארכהיימער, הרב שמואל הכהן פעלדער און הרב שמואל מאיר הכהן כ"ץ, וואס למעשה אין פסק הלכה הערשען זיי. ער איז אויך דער רב המכשיר אינ'ם לעיקוואוד מצה בעקעריי (דער מיט די גרויסע סטיקער"ס נאפה ע"י שומרי שבת) אבער ער איז א תלמיד פון הרב יצחק עבאדי עם כל דמשתמע מיניה.
איך האב אנגערופן הרב עקשטיין דער דיין פון בעלזא, ער זאגט אז די שמות אונטער זיין השגחה ווערט באגראבן אין די קעטסקילס און מ'קען זיך רואיגערהייט פארלאזן דערויף.
היט אייך פון רמאים און גיבט די שמות נאר פאר בעלזא.
רב ליטוואק
דער פראבלעם איז ערשטענס אז מען האט געכאפט די לעיקוואדע אלעס אוועקווארפן צווייטענס איז די קשיא אויף אונזערע דיינים זייט ווען פארלאזט מען זיך מיט אזא האקעלע אישו אויף די לעיקוואדער רבנים. והשלישית איז רב כ"ץ
נאך קיינמאל נישט אראפ אין דעם טרויעריגן לענדפילד און האט אויך נישט געשריבן א תשובה אז סאיז מותר. אבער די שטערקסטע קשיא איז וואס איז מיט גניבת דעת שרייב אויף דיינע טראקס אז ספארט קיין אשפהלענד וועסטו שוין זעהן וואס סוועט זיך טאן
כוכב.
איינער האט געשריבן אז בעלזא שמש האט אים געזאגט אז זיי באגראבן אין בית גניזה עולם בהשגחת הדומ"ץ קענסטו עס מבער זיין
ניין עזריאל. ער זאגט קלאר אז די פראסידשער אין עני לענדפיל ביי די געזעץ איז צוגיסן עטליכע אינטשעס זאמד יעדע אויפדערנאכט און צופרי גיסט מען אויס נאך הונדערטער גארבעדש טראקס. ואודך חלילה מיט די זאמד. אויב אזוי וואס א חילוק פון נעמן דיין זעקעל שמות און עס אריינפאקן אין צוויי בעגס און דערנאך אין דיין קאך גארבעדש. לדעתי איז עס נאך מער מהודר און אסאך ביליגער. איז דאך עס קלאר גניבה וגזילה א חוץ די בזיון השמות
Re: שוידער: רוב שמות קומען אן אין לענדפיל
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=H2_8FkUHHkI">https://www.youtube.com/watch?v=H2_8FkUHHkI</a>
דוב רעדט וועגן א אינצעדענט נעכטן אויף מעקדאנעלד עוויניו. איך בין דארט געווען, די פאליציי האט נישט געוואוסט וואס צו טוען מיט די סחורה. די בזיון איז דארט געווען אומגלובליך. צום סוף האט עס מתעסקים אוועק גענומען.
Re: שוידער: רוב שמות קומען אן אין לענדפיל
ס'איז דא גאנץ א פשוטע עצה וואס וועט האלטן די שמות טראקס בחורים פאראנטווארליך. פון ווען ס'הייבט זיך אן די קאללעקשען קען מר' דוב הייקינד אדער עניבאדי ארום גיין צו איעדע טרעקל און געבן א בעג שמות און אין די בעג זאל זיין א GPS טרענספאנדער. אז מען טוט עס כאטש איינמאל א וואך פון פורים ביז פסח, והיה דער בחור געט נישט קיין פיי און דאמפט עס העט מען כאפען דעם טוטער!! [emoji106]
איין זאך וואס איך פארשטיי כלל נישט. פארוואס קען מען עס נישט באגראבן אזוי ווי מען האט אלע דורות געטוהן און מען טוהט נאך עד היום ברחבי העולם היהודי? דהיינו עס ליגט אין שמות שטיבל אינעם בית החיים און ווען עס מאכט זיך ל''ע א לויה לייגט מען מיט אפאר זעקלעך שמות.
לויט די נאמבערס פון מתעסקים אז איבער דריי הונדערט שבעה סעטס ווערן רעגילמעסיג ארויסגעבארגט אין גרעיטער ניו יארק אין די זעלבע צייט ,און זיי זענען פיל מאל אפילו איבערגעשטרענגט דארף צו זיין גענוג פלאץ פאר שמות.
שוין געזעהן לויות דאהי און אין א"י קיינמאל געזעהן אזא מנהג, ברענג א מקור פליז, א דאנק
בעיני ראיתי גענוג מאל. טאקע אין אמעריקא און א''י זעהט מען עס נישט און דאס אידאך מיין שאלה.
קענסט עס זעהן אין כמעט יעדע אלטע ביה''ח איבער דער גארער וועלט איז דא ביים עק א קליינע שמות שטיבל/בודקע אדער לפחות א שמות קעסטל אינעם טהרה שטיבל אדער הספדים זאל.
איך טוה שוין אזוי עטליכע יאר, וואס כ'לייג אריין אלע מיינע שמות (וואס כ'האב גאנץ אסאך וועכינטלעך) און גארבידזש קען, ניטאמאל כיס בתוך כיס,
כ'האב אזוי מברר געוועהן אליין, אז רובא דרובא צעטליך האבען ניטאמאל דין שמות, כגון גליונות, חוץ פון קלף ספרי תורה ותפילין וציצית...
והיינו טעמא דשמות היינו טעמא דשריפת חלה, וואס אפאר יאר בין איך געשטאנען אליינס מיט א גרויסע טשארטש צו פארברענען מיין חלה, און כ'בין געווארן איבערגעצייגט אז ס'איז אום מעגליך ס'זאל ווערן פארברענט אדורך און אדורך, כל שכן דו אלע וואס עדוועטייזען און ס'ליגט א בארג חלה איינער אויפן אנדערען איז אומעגליך ס'זאל ווערן פארברענט דורך און אדורך,
וקל וחומר בן בנו של קל וחומר אז איינער געט אריין ממש פאר יו"ט, וואס ס'נישטא גענוג צייט. גלייבטס נישט זייער מורה הוראה'ס, אדרבא, פרויבירס אליינס, וועט איר זעהן כ'בין גערעכט, און זייט דעמאלטס מאך איך א לשם יחוד און ס'פליט אריין און גארבידזש, און כ'בין יוצא מהדרין מן המהדרין.
איך האב שוין יא מיטגעהאלטן א קאמערשאל שריפת חלה זיי ניצען א ספעציעלע שטארקע קעמיקעל וואס איז געמאכט צו פארברענען מיט טויזענט דעגרי נישט עפעס וואס די וועסט טרעפן אווער די קאונטער. און בעיני ראיתי ווי פון הונדערטער שטיקער חלה ווערט אש און פארעך אין בלויז עטליכע שעה. בקיצור די ווילסט לייגן אין גארבעדש לייג געזונטערהייט. אבער ביי ביידע האנדעלט זיך עס אין ערענסטע איסורים.
אויב לאזט מען עס גוט ברענען קען מען אין צוואנציג מינוט פארברענען עטליכע פונט חלה טייגלעך אז עס זאל ווערן קויל שווארץ דורך און דורך, אן קיין ספעציעלע קאמערציאלע כעמיקאלן.
@סאו וואט איך פארשטיי נישט דיין מהלך המחשבה. דער וועלט מאכט א טעות, און מיינט מ'איז יוצא פארברענען חלה מיט'ן קאמערשע"ל שריפת חלה, יא? איז אויב דו פארשטייסט אזוי דארפסטו מאכען סדר אליינס און פארברענען אליינס. וואס איז די חכמה פון לייגען אין מיסט? אז דו פארלאזט זיך נישט אויפ'ן דעת הקהל צו נוצען די קאמערשע"ל מענטשען, פארוואס פארלאזט דו זיך אויפ'ן דעת הקהל אז ווארפען אין מיסט איז בסדר?
פערזענליך, מאך איך א שריפה ערב פסח ביי זיך אין חצר, איך האב א מיסט קעסטעל אן אייזענער ($15 אין לאוו"ס) און איך גיי צו א פלאץ ווי מ'בויט א הויז און איך נעם קליינער שטיקלעך האלץ פון דער ערד. איך לייג מיין צען שטיקלעך חמץ און מיין חלה געוויקעלט אין א קליין ביסל פאפיר, איך ווייק די פאפיר אין אויל און איך צינד עס אן, געווענליך בערך זיבען אדער זיבען דרייסיג ערב פסח צו פרי. ס'ברענט און ברענט און ביז סוף זמן שריפת חמץ איז אלס פארברענט. אז דו האסט צו פיל חלה קען מען מאכען דער שריפה אפאר טעג פאר פסח, אבער דער עיקר איז נישט זיך צו פארלאזען אויף פאפיר צו בויען דער פייער, ווייל ס'ברענט נישט גענוג לאנג און נישט גענוג הייס. האלץ פון א בילדינג סייט ברענט הייסער און בעסער (ס'כאפט זיך א שוידער ווען מ'דערמאנט זיך אז אזוי בויט מען הייזער וואס אונז וואוינען דערין) און די חלה ווערט געבאקען און נאכדעם פארברענט, אבער ס'נעמט צייט. ווארט נישט ביז שעה שלישית, נאר הייב אן נאכ'ן דאווענען כוותיקין (אדער פאר דעם), און לאזט א שומר אויפ'ן פייער על כל צרה שלא תבא.
ווען איך האב גערופען הרב שלמה זלמן פר"מ פרעגען וועגען די שמות האט ער געענפערט אז ס'ווערט באגראבען כדת וכהלכה, איך האב א שפור אז די ארטיקעל איז געווידמעט דורעך א קונקורענץ
@Kool Man ער האט געקענט זאגען וואס ווער ווען? אוודאי זאגט ער אז ס'איז כהלכה, אבער ביז מ'הערט וועלכע הלכה, אויף וואס פארלאזען זיי זיך, זענען מיר אלע כצאן לטבח, און וויבאלד מיר האבען שוין געהערט אויף דעם חששות, איז ראטזאם מ'זאל פון די חברה צווינגען א תירוץ.
ליתפאק. כ'האב גישריבען אז כ'בין זיך סומך על דעת הקהל. אדרבא, פאר ווער ס'קען מיר ווייסט אז וואס קהל זאגט אדער טוט טוה איך פונקט פארקערט.
כ'האב שריבען כ'האב אליינס פאר זיך מברר געוועהן דו הלכה, און כ'טוה וואס איך האלט, און פארשטייטס זיך אז כ'האלט איך טוה ריכטיג.
ביי מיר איז גארביזש א לכתחילה דלכתחילה מהדרין מן המהדרין, הן ביי חלה הן ביי שמות, פארשטייט זיך נישט ביין תפילין מזוזות וכדומה.
אהה
אדרבה, זאג אונז. וויאזוי האט מען מתיר געווען לייגען כתבי קודש אין א מקום בזיון? ווי שטייט עס און וואס איז די סברא? די שמות הקדושת שאינן נמחקים, וואס זענען געשריבען אדער געדרוקט מיט כוונה צו נוצען אויף לערנען און דאווענען, טאר מען נישט אויסמעקען און נישט לייגען אין א מקום בזיון. סת"ם איז הארבע אז אפילו לקדושה קלה טאר מען נישט נוצען.
און לגבי דער חלה, עי' יו"ד שכ"ב סעיף ה'.