קול דממה דקה
14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7053
קול דממה דקה
מחשבות, זיי פליען
די זעל, וויל רוען
חלומות, זיי בליען –
דער גוף אבער,
ער וויל נישט מיען.
טיפע קווענקלענישן,
עמאצינאלע בענקענישן.
קיין ענדע צו דעריאגן
צו קיין פלאץ טראגן.
די זעבארע ליפן,
לחיים זיפן.
ברוך ה׳ זיי זאגן
זאל אייביג טאגן.
שמייכל, א מאסקע פאר פיין;
פאר יענעם, השערות צו זיין דן.
יענעמס צוקונפט, מיין עבר;
מיין עתיד, מיין קבר.
מיין נשמה, איך זוך איר;
זאג, ביי וועלכער טיר
דער מח, ער איז שטום;
ער געפינט זיך אומעטום.
אויערן, וועלכע הערן א הארץ;
אויגן, וואס זעען נישט ווייס אדער שווארץ
א נאז, צו דערשמעקן א מח
די ווייטאמינען וואס גיבן כח.
קעפל-לאז?
לגמרי נישט, ס׳האט: ליפן, אויערן, אויגן און נאז, ועל כולם: מח און הארץ!
👍
פאררעכט דאס קעפל…
קינד_אן_קייטקעפל-לאז?
לגמרי נישט, ס׳האט: ליפן, אויערן, אויגן און נאז, ועל כולם: מח און הארץ!
👍
פאררעכט דאס קעפל…
געטוישט
פארלוירן עלענד
גלמוד אליין,
איך נישטער נ'זוך
ומנחם אין.
דאס לעבן איי
ס'זייגט,
נאכאמזל אז אט
אין קבר מ'גייט.
יואב דער שר, שפיז און שווערד
קיין נאר, קיין פערד
דער קבר ער בענקט, א ווארעמע בעט
קיין דעמב ער שענקט, קיין ש*ט ער געט
לעבן זאל דאס טויט, הייל היטלער
אן ארון בויעט, דעם שטנ'ס פארמיטלער
א בליענדע הונגער, א וואקסנדע טרוקעניש
אין אייז וואסער א פינגער, א הילעכנדע שווייגעניש
גליק איז פיין, פרייד איז טרויער
דאס לעבן מיין, א גאלדענע מויער
א מין באדויער
פון שמייכעל צו זויער
אנשטאט פון אויער צו אויער
גריזשעט ווי א בויער
א מין מהפיכה געשעהן
האסטו געזעהן
גענומען די ריכטאנג פארקערט אויפן טרעין
געדענקסט ווער יואב איז געווען?
הומער צו געוויין
שמייכעל צו פארכמארעט זיין
געלעכטער צו זויערע חן
אשפגתי צו ווייסט וואס איך מיין
יואב ס'גייט גיין פעטש
אין ס'מעדריש געבן א קוועטש
דעם ארבעל שאר ארינטער
געב אונז א דערמינטער
יואב אונזער באליבטע שר,
ארויס אין א מלחמה פון יגון און צער,
די פיינט, דער מענטש גאר אליין,
די מחשבות פיל מיט פיין.
די טונעל גאר טיף און לאנג,
א ווידער קול פון איכה געזאנג,
לעבעדיג אין קבר באגראבן,
פונעם ארון טוט מען קלאגן.
אבער פון דעם צער און געוויין,
א שפאלט, אביסל שיין,
די נפש שרייט ניין!
איך וויל ווייטער אנגיין.
לעבן איז טאקע נאר פאר א צייט,
לעבן קען אבער געבן צייטן פון פרייד,
טויט וואס איז זי דען ווערד,
זי מאכט נאר לעכער אין די ערד.
לעבן געבט אונז די געשאנק פון געבן,
לעבן געבט אונז נחת צו שטרעבן,
לעבן, לעבן, בלייב נעבן מיר,
לעבן, לעבן, מיר גלייבן אין דיר!
עפעס איינער וועלכער שוועבט אין די אטמאספערן
איז דא מיט זיין פארקנייטשטען שטערן
איידער וואס,ער איז שוין ביי די שווערדן
מה כתיב בה, ער וויל ניטאמאל הערן
מצטמק שרייט הזאת נעמי
יואב, ער האט רעזערווירט פאר צהלי ורוני
וואנצעס איז דא פאר בעקאפ
און אפטע דרייט סתם א קאפ.
די פאעזיע, פתקא דנפל מן שמיא
ס׳רעדט איבער דער גאנצער חבריא
אונז אבער, עמער ווייטער טאנצן
מ׳האמער גערעדט פון א דריטן אינגאנצן
די לאוו אטאקע אשכול איז נישט גענוג פאר יואב. איך וויל אים איינשלינגן. איך האב נאר מורא איך וועל שטארבן פון געלעכטער.
ביז איצט געמיינט,
דאס לעבן א טעות,
אצינד, קצתי בחיי,
גאר אן עקל ס'מאוס.
איין חבר יואב,
געמיינט כ'האב,
איצט זאגטער
אז כ'פארדריי סתם א קאפ.
כגוונא דיליה זינג איך מיט שטאלץ
פארן באשעפער בלייב איך געטריי
אפילו אין צייטען וואס איך קלאפ האלץ
דאך בין איך א חלק אלקי אין כגוונא דיליה
איך בין זיך נישט מייאש אין קיין שום זמן
יעבור עלי מה סזאל זיין וואס זאל זיין
אין מיין וועג פאר איך אן בלייבען שטיין
מיין הארץ צום באשעפער גייט אויס
די נשמה ארויס פון איר שלאס
אין צום טאטען אין הימל איך שריי
אוי באשעפער איך ויל זיין כגוונא דליה
אזא שפראצבארע אויפוואכונג פון טאלאנט אין א זוממער פרייטאג נאכמיטאג! אהה!
טויט קען דאס נישט באווייזן.
מוחות פארשווענדט
יארן פארגאנגען
כשרונות פארברענקט
תכלית, בלויז קלאנגען
געמיינט מ'איז אליין
יעדער פרוכט שניידט
אבער יואב זעט מיין פיין
און צואה ער שניידט.
מאכט קיין סענס?
נישקשה
כל זה אכניס
וחוזר חלילה.
איך ווייס נישט ווי אזוי איך האב פארפאסט אזא טאלאנטפולער אשכול. ערשט יעצט באמערקט.