☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ק"ש מעמבער'ס, עטץ מאכטס ענק אליין קאליע

ק"ש מעמבער'ס, עטץ מאכטס ענק אליין קאליע

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7049

שטאפענע קאפעליטש » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 9:41 pm

· #219679
ק"ש מעמבער'ס, עטץ מאכטס ענק אליין קאליע
איך האב שוין געשריבען אין מיין ערשטען תגובה אין די "לאמיר זיך פארשטעלען פאר אייך" אשכול אז כ'בין א געוועזענע ק"ש ניק.

איך גיי נישט געבן קיין לאנגע דרשות אבער בקיצור וויל איך זאגן מיין נקודה.

"רוב" פון די גוטע שרייבער'ס פון אונזער הייליג שטיבעל זענען נעלם געווארן וועגען "גילוי".
איך בין געווען הימייש מיט אסאך פון די ניק'ס אין ריעל לייף, איך זאג וואס זיי האבן מיך געזאגט. אין נישט יעדע וואס פארלאסט מיט א פארביטערטע טעם אין מויל וויל צירוק קומען מיט א פרישע ניק. נאר ער וועט זיך באגעניגן מיט זיין א גאסט.
היוצא לנו מכל זה, ווער האט שאדן ווען מ'דעקט אויף א ניק? נאך די מעמבערס אליין.
זיכער אז אסאך מאל איז שולדיג די ניק אליין פאר זיך פארעדען אין צו קומען צו גילוי, אבער אסאך מאל נישט. ס'איז פארהאן ניק'ס שוטים אטמער איך מעג זאגן רשעים אין סתם פאר די העק ווילן זיי אויפדעקען איינער, אין דערנאך שרייען אין די "ווי זענט עטץ" אשכול.

איך פארשטיי אמאל איז דא א ניק וואס געפעלט א צווייטע, נו ער אישי'ט זיך מיט יענער אין נאך א שטיק צייט ווערט מען אין ריעל לייף פרענד'ס, נו, פארוואס נישט.
אבער דער תאווה פון סתם אויפדעקען א ניק איז א רשעות אין די ענד אוו דער דעי מאכסט די זיך אלייין קאליע.
איז מיין בקשה צו ענק "פליז הערטס אויף מיט די נארישקייט, זיכסט א האבי? שיק מיך אין אישי. כ'וועל דיך צושטעלען בעסער'ס.

יעצט צו די אלע וואס גיין מיך שיקן אין אישי "וואס איז דיין אלטע ניק"? איך גיי ענק נישט ענטפערן.
א גוטע נאכט
שטאפענע

כוכב » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 9:43 pm

· #219681
די בעסטע עצה, זיך נישט מגלה זיין פאר קיינעם. איינמאל גילוי איז אלעמאל גילוי. וכן אני נוהג.

שטאפענע קאפעליטש » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 9:50 pm

· #219682
@אנאנים ביזט נייע צו מיך, אבער כ'זעה ביסט גרין מסתמא ביזטו עפעס מער ווי מיך, שקויח פאר דיין לייקt איך האב מסביר געווען אז אמאל איז דא מענטשן וואס ווילן זיך יא קענען מיט אנדערע, @כוכב איך האלט נישט ס'איז א אפגעפרעגטע זאך, ווילסט זיין פון די מהדרין? נו אלרייט.
אבער מען קען נישט זאגן מיט א פשטות אז דיין וועג איז אייביג ריכטיג, דורך מיין אלטע ניק האב איך געטראפן גוטע נייע חברים. איך קען זאגן איך האב נישט קיין חרטה.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 10:24 pm

· #219687
שטאפענע, וועלקאם בעק.

ביטע באריכט ביי די הנהלה וועלכע ניקס עס רודפ'ן. לויט די תקנות איז עס שטרענג פארבאטן. און אויך לויט די מענטשליכע שכל.

פארוואס? » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 10:31 pm

· #219691
אמת'דיג?!
עס איז דא אזא מין אפשן פון זיך באקענען איינעם מיטן צווייטן אין ריעל לייף?! איי דאנט בעליוו איט!!
wow! איך האב א גאנצע ליסט מיט ניקס וואס איך וואלט זיך געוואלט טרעפן מיט זיי, איך האב קיינמאל נישט געטראכט אז עס איז בכלל א מעגליכקייט. איך האב מיר קיינמאל נישט פארגינען צו טראכטן דערפון.

און יעצט לגופו של ענין. וואס מיינסטו צו זאגן אז וועגן גילוי גייט מען אוועק? דו רעדסט פון דיינע ריעל לייף פרענד וואס האבן דיר פארראטן? אדער פון אזעלכע וואס האבן זיך קיינמאל נישט געטראפן מיט דיר, און זיי ווייסן דיינס, ווען דו ווייסט נישט זייערס?
עפעס איז דא ממש אומפארשטענדליך...

שטאפענע קאפעליטש » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 10:41 pm

· #219697
זיכער איז דא אזא זייך זיך צו טרעפן אין ריעל לייף, כ'האב מיך באקאנט מיט מער ווי איינער, כ'האב אפי אמאל געהאט דריי ניק'ס צוזאם ביי מיך אין די היים, אונז האבן קיינמאל נישט געוויסט פון איינער די אנדערע.

לגופו של ענין. ניקס ווערן נעלם נאך זיי ווערן מגלה דורך סתם שלעכטע מענטשן.
למשל איך האב געזאגט אין ביהמ"ד פאר איינער כמה פעמים "איך האב געזעהן אין ק"ש".
יעצט יענער איז נישט די זעלבע מין ווי מיר, כ'וויל אויסדריקלעך ער זאל נישט וויסן ווער איך בין אויף קאווע שטיבעל (אין אויך נישט אין ריעל לייף 😉 ) היות איך שרייב זאכן וואס זענען נישט אויסגעהאלטן לויט זיין מיינונג.
אבער דער וויל דאך וויסען וואס מיין ניק איז הייבט ער אן זיך אומקוקן אין אישי'ט יענר מיט דער, נאכ'ן זיכער איינער וואס וואינט דוווקא אין מאנרא וגו' האט ער א חשד אויף דריי ניק'ס, ביז ער טארגעט מיך, אין קומט אריין אין ביהמ"ד וואס טוט זיך שטאפענע???

יתרו » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 10:45 pm

· #219707
איך קען א צען געוועזענע ניקס קיינער פון זיי האט נישט אויפגעהערט שרייבן וועגן גילוי אויסער איינער וואס האט ממילא נישט געשריבן קיין סך. בדרך כלל איז די סבה ווייל מען ווערט מיד פון שרייבן אדער מען לויפט אויס פון טעמעס. ביי אויפגעדעקטע ניקס זענען רוב אויפגעקומען מיט א פרישע ניק והתחדשי כנשר יעיר על קאוווי. ו@כוכב יוכיח ער זאגט טאקע נישט אויס זיין ניק פאר קיינעם אבער געב עס א שטיק צייט און מען וועט אים זוכן אין פארשווינדענע ניקס אשכול.
#איך-זאג-נאר

פארוואס? » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 11:06 pm

· #219715
אז מען רעדט איבער ניקס, דערמאן איך זיך ווי דער רעביזכעסעגעליינע האט געזאגט אויף ניקסאן (בשעתו, ווען ער האט ארויס געהאלפן די ציונים אין די יוהכ״פ מלחמה): ער איז א ניקס!!

חסיד » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 11:10 pm

· #219721
פארוואס?
אז מען רעדט איבער ניקס, דערמאן איך זיך ווי דער רעביזכעסעגעליינע האט געזאגט אויף ניקסאן (בשעתו, ווען ער האט ארויס געהאלפן די ציונים אין די יוהכ״פ מלחמה): ער איז א ניקס!!

ו'ניק'ייסי דמם לא 'ניק'אייסי

פליקער » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 11:34 pm

· #219731
וניק'ם השם ציון ניק'ם כל חרבתיה

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 11:37 pm

· #219733
ישיב נקם, געסט איבער דיין ניק פאר יענעם, לצריו, ברענגט עס נאר צרות.

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 12:00 am

· #219738
אינטרעסאנט: איך האב נאך קיינמאל נישט באגעיגנט א יונגערמאן וואס זאלל אפילו מודה זיין אז ער שרייבט אויף קאווע שטיבל. כש"כ זאגן אז ער איז דער און דער ניק. חשדות האביך אויף א סאך מענטשן. ווייל זיי באשרייבן א סאך מאל מצבים וואס זענען זייער ענליך צו די מצב וואו איך דריי מיך. למשל, ס'דא גאר א חשוב'ער ניק שליט"א וואס האט שוין עטליכע מאל באשריבן נייעס פון א פלאץ וואו איך דריי מיך א סאך. אדער באשרייבט איינער א מנינ'דל וואו איך בין מיך משתתף. וואס זייער א סאך פרטים זענען ענליך צו מיין ביהמ"ד. נאר ס'מעגליך אז די זעלבע זאכן זענען אייניג אין א סאך בתי מדרשים און קהילות. איך האב אבער א מענטל פיקטשער פון כמעט א יעדן ערנסטן ניק דא אויף קאווע שטיבל. און איך וועל זיין זייער שטארק סורפרייזד ווען איכ'ל זעין אז דער מענטש זעיט גאר אויס אינסגאנצן אנדערש פון וואס איך האב מיך פארגעשטעלט. למשל איין גאר חשוב'ער איד וואס איך פיקטשער מיר אפ אין קאפ אז ער איז א פעשליכער,מיט א רינדעכיגן פנים און א קליין רויט בערדל. אויכעט גייט ער א פלאטשיגן ביבער היט. (שרעק דיך נישט. ס'נישט די. קענסט נאך שלאפן רואיג) נאר א פרייליכער נשמה וואס שמייכלט א סאך און מאכט אנדערע אויכעט גאר שטארק לאכן. איך וועל זיין זייער שטארק סורפרייזד ווען ס'וועט זיך אויסשטעלן אז יענער איז גאר א הויכער דינער, מיט א לאנגע ברוינע בארד. און א דריי-פערטל רעקל. או.קעי. דעם פלאטשיג'ס האט ער זייט די בר מצוה... 😕 😎 😂 🙄 😂 🙄 😂 😠 😛 😳 😉 😮

רויטע וואנצעס » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 12:05 am

· #219740
בערל ביי מיר אין ביהמ"ד איז דא איד וואס שמייכעלט א גאנצן טאג. אויף זיין טלית בייטל שטייט ב. ב. ב. כהאב עם שוין אפאר מאל געוואלט פרעגן אויס ס'מיינט בערל בעל עגלה, אבער נאכדעם וועסטו אוועקלויפן פון דא אלץ גילוי און אונז לאזן לאנחות.

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 12:15 am

· #219746
רויטע וואנצעס
בערל ביי מיר אין ביהמ"ד איז דא איד וואס שמייכעלט א גאנצן טאג. אויף זיין טלית בייטל שטייט ב. ב. ב. כהאב עם שוין אפאר מאל געוואלט פרעגן אויס ס'מיינט בערל בעל עגלה, אבער נאכדעם וועסטו אוועקלויפן פון דא אלץ גילוי און אונז לאזן לאנחות.

וואסי פשט פון די דריטע ב.? אפשר דארף איך נייע גלעיזער?
איך וויל נישט זאגן מיט וואס דאס ווארט "לאנחות" (ארויסגעזאגט. נישט געשריבן.) גראמט
ניין. דארפסט נישט מורא האבן. איך וועל מיך פרייען אויב איינער וועט מגלה זיין ווער איך בין..קענסט אפילו זוכן אין מאנרא'ער טעלעפאן ביך. ביי די ליסטע פון אנ"ש. נישט ביי די בני יואל. דארט ביניך זיכער נישט. ב"ה). עצה טובה קא משמע לן. דו זאלסט נישט אנהייבן זוכן ביי די אות "ב"... 😕 😎 😂 😂 😂 🙄 😠 🙄 😛 🙄 😳 🙄 😉 🙄 😮

רויטע וואנצעס » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 12:17 am

· #219747
דארפסט נישט נייע גלעזער, איך דארף פשוט שלאפן.

פארוואס? » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 1:18 am

· #219763
שטאפענע קאפעליטש

אבער דער וויל דאך וויסען וואס מיין ניק איז הייבט ער אן זיך אומקוקן אין אישי'ט יענר מיט דער, נאכ'ן זיכער איינער וואס וואינט דוווקא אין מאנרא וגו' האט ער א חשד אויף דריי ניק'ס, ביז ער טארגעט מיך, אין קומט אריין אין ביהמ"ד וואס טוט זיך שטאפענע???

ווייסן מיר שוין צוויי זאכן, א שטאפענע הוט און וואוינט אין מאנרא. גיי לויף שנעל טוישן א ניק.

שטאפענע קאפעליטש » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 1:24 am

· #219764
חכם איינער, כ'האב מיך שוין אפגעבריעט, ס'אלץ א משל.
איך וואין אין וויליאמסבורג, אין איך גיי א האמבורגע היט

אפטעמיסט » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 1:34 am

· #219766
א האמבורג אין ווילי —זאג, ביסטו אפשר מיין צווייטער ניק?

אן ע סיריעס נאוט: איר זענט טויזענט פראצענט גערעכט מיט אייער וויי געשריי.

ידען » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 10:43 am

· #219807
כוכב
די בעסטע עצה, זיך נישט מגלה זיין פאר קיינעם. איינמאל גילוי איז אלעמאל גילוי. וכן אני נוהג.

פאליטיקאנט » מיטוואך יולי 8, 2020 12:48 am

· #454000
Re: ק"ש מעמבער'ס, עטץ מאכטס ענק אליין קאליע
יתרו
איך קען א צען געוועזענע ניקס קיינער פון זיי האט נישט אויפגעהערט שרייבן וועגן גילוי אויסער איינער וואס האט ממילא נישט געשריבן קיין סך. בדרך כלל איז די סבה ווייל מען ווערט מיד פון שרייבן אדער מען לויפט אויס פון טעמעס. ביי אויפגעדעקטע ניקס זענען רוב אויפגעקומען מיט א פרישע ניק והתחדשי כנשר יעיר על קאוווי. ו@כוכב יוכיח ער זאגט טאקע נישט אויס זיין ניק פאר קיינעם אבער געב עס א שטיק צייט און מען וועט אים זוכן אין פארשווינדענע ניקס אשכול.
#איך-זאג-נאר


@כוכב גייט נאך אן מיט א שטארקייט!
(יא איך רייב מיך יעצט ווייל ער האט מיך דערמאנט אין נייע העלדן אשכול)
@berlbalaguleh איז פון די איינציגסטע ניקס וועלכע .
זענען "שטארק אקטיוו" נאך פונעם התיסדות השטיבל!

קורקלענד » מיטוואך יולי 8, 2020 2:02 am

· #454007
אויב דאס הייסט אנגיין מיט א שטארקייט שטייט אונזער דור זייער שוואך. אנלעס כוכב ארבעט אונטערן טיש... איז עס ווייט נישט וואס ס'איז אמאל געווען.

גבור חיל » מיטוואך יולי 8, 2020 12:15 pm

· #454042
קורקלענד
אויב דאס הייסט אנגיין מיט א שטארקייט שטייט אונזער דור זייער שוואך. אנלעס כוכב ארבעט אונטערן טיש... איז עס ווייט נישט וואס ס'איז אמאל געווען.


יעצט געטראפן דעם פה שח 2, א ים פון ארטיקלען געשמאק און זאפטיג, א ריכטיגע ביישפיל פון וואס דא איז אמאל געוועזן...
כהאף אז עפעס טוצעך אינטערן טיש, ווייל עס ווייטאגט ביים הערצעלע...