☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » שוין גענוג! (אויסגענוצטע פסוקים און חרוזים)

שוין גענוג! (אויסגענוצטע פסוקים און חרוזים)

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7026

לאליפאפ » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 9:49 pm

· #218627
שוין גענוג! (אויסגענוצטע פסוקים און חרוזים)
אין אונזער עפאכע, זענען 90 פראצענט ניגונים וואס קומען ארויס לאור עולם, אזעלכע וואס ענהאלטן ווערטער, א מערהייט פון זיי לשון הקודש.

נו, וועלכע ווערטער נוצט מען?

איז אזוי, טייל קאמפאזירער געבן זיך נישט קיין עצה, זיי פארמאגן א דינע סידור/תהילים/חומש, מיט א גאר באגרעניצטע צאל פסוקים/תפילות, און דערפאר הערן מיר כסדר (ביי יעדן צווייטן דיסק) ווי מ'האט זיך ווייטער פארליבט אויף עפעס א פארגעלטן חרוז וואס איז שוין געליגן ביי יעדן ארעינדזשער אין זייט פונעם לעפטאפ א צוויי דריי מאל.

די אשכול איז צו מודיע זיין פאר די קאמפאוזערס, ארעינדזשערס, און אלע אינוואלווד ווען א פסוק/חרוז/תפילה איז שוין אויסגענוצט אינגאנצן, און מיר דא אין קאווע שטיבל'ס מוזיק אפטיילונג געבן אויסדריקליך נישט ארויס קיין לייסענסעס אויף די שטיקלעך וואס וועלן דא אויסגערעכנט ווערן אלץ פארנוצט.

גענוג.

איך הייב אן מיט מי אדיר און תמכתי יתדותי און מ'וועט מוסיף זיין כפי הצורך.

די חכמי המוזיק זענען מכובד זיך צו לאזן הערן.

קאווע טרינקער » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 11:24 pm

· #218647
כאיל תערוג
צמאה לך נפשי
לולי תורתך
אור חדש
אחת שאלתי
בואי בשלום
שומרי מצוותיה
ישמחו במלכותך
והיא שעמדה

יואב » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 11:28 pm

· #218651
ווי ס׳שיינט, טוט ״שבת״ זיך פארמעסטן מיט ציין און נעגל, אוועקצוכאפן דעם פראנט-ראננער סטאטוס פון דעם מערסט אינדארסירטן קאנדידאט ״משיח״. דאס איז שטייצעך אויב נעמען מיר אן אז מוצאי שבת האט מיט דער שבת קאנדידאטור קיין שייכות.

פלעין יודיש » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 7:00 am

· #218690
אב הרחמים
ממקומך
כה אמר

לאליפאפ » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 7:12 am

· #218693
פלעין יודיש
אב הרחמים
ממקומך
כה אמר

אב הרחמים
כה אמר

ווי דא אסאך דערפון?

קאווע טרינקער » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 8:20 am

· #218698
איך קען 3 כה אמר'ס


שפכי כמים, ס'וועפט אויף כוח, אפילו ווען יודא גרין זינגט עס

יואב » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 10:11 am

· #218718
לאליפאפ
פלעין יודיש
אב הרחמים
ממקומך
כה אמר

אב הרחמים
כה אמר

ווי דא אסאך דערפון?

כה אמר קען איך נאך ציילן אויף מיין פינגער. אב הרחמים אבער, איז באכשעם דא כמעט אזוי סך ווי אסיפות -- להבדיל אלף אלפי א...סיפות.

דער ״אב הרחמים״ ניגון, האט אזוי שני גויים בבטנו, ולאומים התפרדו. פארהאן שוכן במרומים; דאן איז דא ירחם עם העמוסים.

טא בי אנעסט, רובא פון די אב הרחמים לידער, זענען אין מיינע אויגן העכסט געלונגען, הארציג, רירנד און בענקנד.

געפילטע פיש » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 11:02 am

· #218727
פון די תפילות איז שוין אלעס אויסגענוצט געווארן, אחוץ ולמלשינים אפשר, תהילים אויך, געציילטע פסוקים זענען נאך עוועילעבעל, כאפטס ווילאנג ס'נאך דא, סבבונו פרים רבים, יחוגו וינועו כשיכור און נאך אפאר. קהלת, משלי, שיר השירים, איכה, ישעיהו, איז שוין אויך פארכאפט, פראבירט גיין צו איוב, מיכה, און עובדיה. אזוי אויך איז אונז נאך פארבליבען אסאך אגדתא גמרות, מ'דארף נישט כאפן ס'דא גענוג פאר יעדן. א ניגון אויף מאן הוי ליומא וואלט נישט שלעכט געווען.

יין שרף » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 11:08 am

· #218731
אפילו אןיף ״ודלא דא ביה מה ביה״ איז שוין דא איין...

לאליפאפ » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 7:58 pm

· #219316
יין שרף
אפילו אןיף ״ודלא דא ביה מה ביה״ איז שוין דא איין...

דו קענסט נאך דעפענעטלי נעמען א לעסן אויף דעי שטיקל גמרא.

petergrifin » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 9:50 pm

· #219348
אויף אשר יצר איז נאך נישט דא א ניגון.

פארוואס? » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 10:26 pm

· #219359
אויסגענוצטע ר"ת און אויסדרוקן אין די ספה"ק
והבן
ודו"ק
וק"ל
ודפח"ח
כידוע ליו"ח
והוא רחום יכפר וכו'
וד"ל
ודי לחכימא ברמיזא
ואיכמ"ל
ודי בזה

מנחם » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 10:50 pm

· #219369
קול ברמה, איך קען לכה"פ דריי
אם אשכחך, כנ"ל, (נאכאמזל, ווען נישט האב ווייס איך נישט צו עס וואלט מיר נישט ארויס פון קאפ...)
ולירושלים עירך.
אשא עיני.
חסדי ה'.
עוד ישמע.
מה תגידו עלי, טאקע איינס אבער שוין געהערט מער ווי די אנדערע וואס פארמאגן דריי נגינום צוזאמען...

לאליפאפ » מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 10:46 pm

· #219973
שבת האב איך דיסיידעד צו פרירן דעם פסוק הקשיבה אויף ווייטערדיגע באנוץ.

פליקער » מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 11:41 pm

· #219998
מען ברויך האבן גינעס ווערלד רעקארד אויף וועלכע ווערטער איז דא די מערסטע ניגונים, די הויעכע אויפ מיין ליסטע איז אני מאמין בביאת המשיח,
אבער איך מיין אז די מערסטע אויסגעניצטע פסוק איז לכאורה אחת שאלתי מאת השם, איך קען לכל הפחות פינף ביז צעין, אפשר איז דא עפעס מער, אדרבה לאמיר הערן, אפשר והוא שעמדה, מודה אני, ותערב, צמאה לך אלע האבן בערך פינף וואס איך קען.

רויטע וואנצעס » מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 11:45 pm

· #220000
ארשת שפתינו....

לאליפאפ » זונטאג אוגוסט 31, 2014 6:21 am

· #220063
וידע כל פעול דעפענעטלי.

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 31, 2014 9:21 am

· #220067
petergrifin
אויף אשר יצר איז נאך נישט דא א ניגון.

ס'יא דא.
די הויכע פאל גייט: והתקין לו ממנו איי ייי ייי ייאיי 2x
בנין... בנין.... בנין עדי עד....

petergrifin » זונטאג אוגוסט 31, 2014 9:36 am

· #220068
איך האב געמיינט אשר יצר ...נקבים נקבים....

יין שרף » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 1:36 am

· #220348
petergrifin
אויף אשר יצר איז נאך נישט דא א ניגון.
Capture.PNG

טעפל » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 9:53 am

· #220388
ואפילו בהסתרה
ויהיה רחמיך
רחם

לאליפאפ » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 4:55 pm

· #220553
טעפל
ואפילו בהסתרה
ויהיה רחמיך
רחם

האסט נישט פארשטאנען די כוונה פונעם אשכול.. איך מיין פסוקים וואס מ'האט שוין אויסגענוצט. ויהיו רחמיך איז נאר דא צוויי, בהסתרה נאר איין, און רחם דארף מען טאקע אפשטעלן.

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 10:09 am

· #224633
קאווע טרינקער
איך קען 3 כה אמר'ס


איך קאן 5

איך אויך » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 7:35 am

· #224969
זינג זיי פליז.

מאטי » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 10:01 am

· #224989
קילאשעם

לאליפאפ » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 8:11 pm

· #226902
וידע כל פעול
זכרנו לחיים

מאטי » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 8:22 pm

· #226908
טאטע האב שוין רחמנות.