☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » צוויי נייע חרד'ישע אויסגאבעס ערשיינט בקרוב

צוויי נייע חרד'ישע אויסגאבעס ערשיינט בקרוב

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7019

ישמעאל הכהן » זונטאג אוגוסט 24, 2014 7:38 pm

· #218387
צוויי נייע חרד'ישע אויסגאבעס ערשיינט בקרוב
די רעדע איז, לויט ווי איך הער, פון צוויי גאר רייכע אויסגאבעס פיל מיט חומר, יעדע פאר זיך איז ווערד א ברכה צו מאכן דערויף. מ'האט שוין הנאה געהאט דערפון נאך בעפאר זיי גייען אריין גיין אין אן אפיציעלן אויסגאבע פארמאט.

עס איז די האפענונג פון יעדן אז די אויסגאבעס וועלן נישט אנטוישן.

און יעדער וואונטשט זיי ברכה והצלחה און א ישר כוחכם פאר וואס זיי האבן געטון ביז אהער, ספעציעל די לעצטע פאר וואכן.

די צוויי נייע אויסגאבעס גייען הייסן: (איך האב עס געהערט אויף 100 פראצענט)

@כוכב

@ונבנתה העיר

מ גפני » זונטאג אוגוסט 24, 2014 7:54 pm

· #218390
וואס וועט זיין מיט די "איינגאבע"

ונבנתה העיר » זונטאג אוגוסט 24, 2014 7:58 pm

· #218391
איט וואז ען האנאר טו סערוו מיי קאנטרי.

איך האף אז קיינער האט זיך נישט באליידיגט.

אפטעמיסט » זונטאג אוגוסט 24, 2014 8:03 pm

· #218392
כ'האב געהערט אז כוכב רופט ונבנתה צו דין תורה און פארלאנגט אים זיך צו רופן "גבאי" מיט א צו-נאמען, יעצט זאגסטו אז ביידע גייען זיך גאר רופן מיט א צו-נאמען "אויסגאבע". די באבוב'ע רבי'ס מעגן זיך לערנען א זאך אדער צוויי פון אונזער הארמאניע און טאלאראנץ.

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 24, 2014 11:33 pm

· #218419
זיכער אז חרדי'ש? א חשש גילוי...

דריידל » זונטאג אוגוסט 24, 2014 11:52 pm

· #218420
ישמעאל,
דערמאנסט מיך א מעשה וואס מ'דערציילט כמדומה לי אויפ'ן אהבת ישראל ז"ל וואס איז געווען אמאל באזיכן אין א שטאט אין דארט איז איינער ארומגעגאנגען אדווערטייזן א פראדוקט האט ער אויסגערופען "א נייע אויסגאבע ערשינען...". ריפט זיך אן די אהבת ישראל צום גבאי: לאמיר אנטלויפן באצייטענס ווייל יעצט זאגט ער אויס גבאי און באלד וועט ער נאך זאגן אויס רבי...

ישמעאל הכהן » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:09 am

· #218425
דריידל, ביי מיר איז עס געווען פונקט פארקערט, די מעשה מיט'ן אהבת ישראל האט מיר דערמאנט צו מאכן דעם אשכול דא...

איך אויך » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:15 am

· #218446
מיטן אנטוניער.

כוכב » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 6:52 am

· #218451
אה, שלום עליכם ישמעאל, לונג טיים נאו סי...
ברוך אתה בבואך ברוך אתה בצאתך כפריי מיך צו זען דיין הנאה אז מ'ווערט פטור פון מיר.
אלנפאלס, דיין קריעטיוויטי איז צום באוואונדערן, גענאר אכט נישט צו שרייבן אומאויסגעהאלטענע זאכן, העסט נאך מוזן מעקן.

ישמעאל הכהן » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 10:55 am

· #218479
עליכם השלום כוכב, כ'בין געווען אביסל פארנומען.
איך האב שוין אפגעמאכט אז מער מעק איך נישט, זענדיג ווי ס'טוט אזוי וויי פאר געוויסע... דערפאר אדרבה דארף ארויסגעברענגט ווערן די קוראדזש פון די גבאים וואס טוען יא די ארבעט וואס דארף געטון ווערן, מ'גייט זיך בענקען.
כי בשמחה תצאו אבער ובשלום וועסטו זיין צוריק

ישמעאל הכהן » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 11:36 am

· #236894
ס'קומען נאך צוויי פרישע אויסגאבעס הער איך, זעט אויס אז ס'איז יא א גוטע ליין אריינצוגיין.

ידען » מוצ"ש נאוועמבער 22, 2014 7:20 pm

· #236989
tribune is one of them?

פישלע העררינג » מוצ"ש נאוועמבער 22, 2014 7:28 pm

· #236990
ידען
tribune is one of them?

ס'איז אין שמייכל... טראכט! 🙄

מ גפני » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 11:18 am

· #237098
פישעלע האסט שוין צייט צו זיין א גבאי?

ישמעאל הכהן » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 11:03 am

· #241985
קנאת סופרים, ס'קומט צוויי פרישע אויסגאבעס בקרוב.

ישראל קאפקע » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 11:13 am

· #241987
איך האב אזוי הנאה געהאט פון פישעלע'ס גבאות, אז איך וויל זיך נישט געזעגענען פון אים, איך וואלט געשטימט ער זאל באקומען א צווייטע חודש! 😛

(איך מאך עס אויסזען כאילו עס איז עפעס גאלדענע גליקן צו זיין גבאי, וויפיל פישל'ע האט אוועקגעגעבן דעם חודש פארן בענעפיט פונעם כלל, צייט, כוח, מוח, געדולד 😉 ).

א ריזן דאנק אייך @פישל'ע העררינג!

פישלע העררינג » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 11:41 am

· #241994
ישראל קאפקע


א ריזן דאנק אייך @פישל'ע העררינג!

איך האב א שותף, מיסטער @יואב. איהם קומט א גרעסערע דאנק. עטס ווייסט גארנישט די ארבעט וואס ער האט אריינגעלייגט בחכמה ובתבונה. ער איז שטארק מתון מתון, און די שיינקייט פון שטיבל דעם חודש קומט איהם שטארק צו פארדאנקן.

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 3:16 pm

· #242037
פישל'ע העררינג
ישראל קאפקע


א ריזן דאנק אייך @פישל'ע העררינג!

איך האב א שותף, מיסטער @יואב. איהם קומט א גרעסערע דאנק. עטס ווייסט גארנישט די ארבעט וואס ער האט אריינגעלייגט בחכמה ובתבונה. ער איז שטארק מתון מתון, און די שיינקייט פון שטיבל דעם חודש קומט איהם שטארק צו פארדאנקן.

אונזער חשוב'ער גבאי הר"ר פישל שליט"א האט אלע מעלות שמנו חכמים, און ר'איז נאך אן עניוו אויך... 😂
ניין. פישל נעם עס נישט ערנסט. ס'איז נאר א ווערטל... בכל אופן. א יישר כח. און בחדא מחתא. א יישר כח פאר הר"ר יואב שליט"א. זיין חוש פאר הומאר קענן קיינער נישט נאכמאכן. ער האט א קאפירייט דערויף פון קוב"ה אליין...!

ישמעאל הכהן » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 10:29 pm

· #242559
שוין ארויסגעקומען?

פישלע העררינג » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 10:38 pm

· #242561
ממש לעצטענס געכאפט די מליצה אויסגאבע/אויס-גבאי...

ישמעאל הכהן » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 10:41 pm

· #242562
Ur Kidding me!! 😂

ישמעאל הכהן » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 11:39 pm

· #242572
נו ר' פישל ווען קומסטע ארויס?

ישמעאל הכהן » זונטאג יאנואר 18, 2015 9:26 pm

· #248756
זעט אויס ווי ס'דא א מארקעט דערפאר. איך הער ס'קומט נאך צוויי נייע אויסגאבעס, איך וואונטש זיי הצלחה

א איד » מיטוואך יאנואר 21, 2015 11:38 am

· #249181
דערווייל זעה מיר ווי ר' פישעלע איז געווארן אן איינגאבע.

ישמעאל הכהן » מיטוואך יאנואר 21, 2015 11:39 am

· #249182
די קומענדיגע חודש גייט זיין נאר איין נייע אויסגאבע. ס'איז פארט נישט די ענגלישע מארקעט

א איד » מיטוואך יאנואר 21, 2015 11:42 am

· #249184
דו מוזט אלץ האבן די לעצטע ווארט? 😉

ישמעאל הכהן » מיטוואך יאנואר 21, 2015 11:43 am

· #249185
ניין דו האסט דאך דעם לעצטן ווארט..

ישמעאל הכהן » מיטוואך מערץ 18, 2015 11:50 am

· #259536
די גאס שמועסט און יובילירט מיט די נייעס אז דער דערדעוועלישער שריפטמייסטער יאיר קומט ארויס אין א אויסגאבע פארמאט. צוזאמען מיטן קורץ און שארף גוט זאגער, מאטי.
וועט שוין זיין אינדרויסן אויף פסח