☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » פרישע נסיון - זויף א קאָוק

פרישע נסיון - זויף א קאָוק

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7014

מנשה לוסטיג » מוצ"ש אוגוסט 23, 2014 11:32 pm

· #218196
פרישע נסיון - זויף א קאָוק
ניסיון נומער צוויי, האלט יעצט, ביים אויסזויפן א פלעשל משקה - לכתחילה דייעט קאָוק, און טאמער גייט עס נישט בנשימה אחת, מוז מען געבן א נדבה הגונה פאר די IDF

נו? וויפיל נסיונות ברויכן מיר נאך ביישטיין?

<a class="postlink" href="https://www.indiegogo.com/projects/chug-a-coke-4-the-idf">https://www.indiegogo.com/projects/chug ... -4-the-idf</a>

יין שרף » מוצ"ש אוגוסט 23, 2014 11:34 pm

· #218197
דייעט קאוק? גוטע טשאוס געמאכט דער וואס איז אויפגעקומען מיט די טשעלענ'ז, רוב וועלן ענדעשער צאלן ווי עס טרינקען...

פליקער » זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:34 am

· #218205
מען קען יוצא זיין מיא מים חיים, טשאג א מים חיים, אדער דווקא א קאוק.

קאפקעיק » זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:58 am

· #218208
מים חיים אנשטאטס קאויק איז ווי א קרייסלער שטאטס א אדעססי ודפפ"ח

בשבילי! » זונטאג אוגוסט 24, 2014 1:00 am

· #218209
מים חים קאלע איז בעסער פון קאוק

קאפקעיק » זונטאג אוגוסט 24, 2014 1:07 am

· #218210
על הטעם ועל הריח אין להתוכח

בשבילי! » זונטאג אוגוסט 24, 2014 1:13 am

· #218212
אה, נו האסטו נישט געזאלט שרייבן דיין אדעסי תגובה

I'm back » זונטאג אוגוסט 24, 2014 1:19 am

· #218213
בשבילי!
אה, נו האסטו נישט געזאלט שרייבן דיין אדעסי תגובה


ער האט געזאגט וואס רוב נארמאלע מענטשן האלטן

קאפקעיק » זונטאג אוגוסט 24, 2014 1:22 am

· #218214
איך האב עס געשריבן ווייל איך האלט אזוי, שרייבסטו א טריקענע פאקט אז ס'איז בעסער מים חיים, אויף דעם זאג איך דיך קלאר, איך האלט אז מים חיים קאלע קעגן קויק איז ווי א קרייזלער קעגן אן אדעסי אבער איך געב דיר אלע רעכטן זיך צו קריגן אלץ "על הטעם ועל הריח" וכו', אבער איך האלט ווייטער אז ס'איז א גוטע משל, און דרך אגב, האב איך שוין אויך אנגעטראפן מענטשן וואס זאגן אז א קרייזלער איז בעסער פון א אדעסי. פארשטאנען?

I'm back האקט

בשבילי! » זונטאג אוגוסט 24, 2014 1:33 am

· #218221
ס'שווער מיר אנצונעמען וואס דו זאגסט מיר צו זיין דיין טעיסט, ס'איז א אומ'יושר'דיגע פארמעסט.
אז מ'וועט אראפ נעמען די חסידישע הכשר פון מים חיים און לאזן נאר OU פאר א הכשר, און נאכדעם וועט מען עס געבן צו טרינקן פאר גויים און מאדערענע אידן, און ערשט נאכדעם ווען ס'וועט אריבערגיין א שטיק צייט און וועסט נאך אלטס טענה'ן אז קאוק איז בעסער פון דעם שוין יעצט קיל'ן מים חיים, אקעי וועל איך דן זיין צו דיין אפיניען האט עפעס האפט. אבער יעצט כעת, איז וואס דו זאגסט אז דו האלטסט, אומטראסטבאר. איך האף פארשטייסט מיר

קאפקעיק » זונטאג אוגוסט 24, 2014 1:46 am

· #218231
איך פארשטיי זייער גוט, און פארדעם האב איך דיר נישט געשריבן אז דו האסט נישט געדארפט שרייבן די תגובה...
אבער אויב דו ווילסט עס איבערצייגן נאך פאר מ'טוישט ארום הכשרים, קענסטו נעמען א ארץ ישראל'דיגער וואס ביי זיי האט קויק א גוטע הכשר און עם געבען ביידע, איך האב עס גראדע אמאל געטוהן שוין, און ער האט מיר עס באשטעטיגט אנדעם וואס איך זאל עם בכלל עפעס פרעגן.
און צו ס'איז טראסטבאר צו נישט, האב איך רעכט צו שרייבן וואס איך האלט פאר ריכטיג.

בשבילי! » זונטאג אוגוסט 24, 2014 1:47 am

· #218232
אקעי, מ'קען שוין טוישן קעפל..

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 24, 2014 1:50 am

· #218235
אני הקטן זעה אויך נישט די גוטסקייט פון קאוק איבער מים חיים, אבער דאן נאכאמאל.. איך פארשטיי נישט צו וויין אויך נישט, ממילא איז מעגליך אז מיינע טעיסט באד'ס זענען פשוט ערנסט געדעמעדזשד...

אבער ערנסט גערעדט, בין איך דער איינציגסטער וואס האט עפעס א פילינג אז דער אשכול איז געפלויגן פון מזרח ביז מערב אין א ראנג דירעקציע?... אפשר גיימיר צוריק צום נושא?

----

בשבילי האקט. שני בלאגערס נתכוונו בסגנון אחד..

דריידל » זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:29 am

· #218255
לכאורה ביסטי דער איינציגסטער ווייל לענ"ד איז עס געגאנגען פון צפון צו מערבית דרומית

צוריק צום נושא

איחוד פעלד » זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:29 am

· #218256
קאפקעיק
מים חיים אנשטאטס קאויק איז ווי א קרייסלער שטאטס א אדעססי ודפפ"ח


אדער ווי אן אדעססי שטאטס א סיענע

ציבעלע-קיגל » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 3:21 pm

· #223446
מים רגלים סאדא. איך מיין מים חיים... האט טאקע אזא טעם
און באר מים האט א טעם פון פארדארבענע מעדעצין