☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » BREAKING: בירור הדברים ק״ק דאבשינא

BREAKING: בירור הדברים ק״ק דאבשינא

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7012

קינד_אן_קייט » פרייטאג אוגוסט 22, 2014 2:08 pm

· #218119
BREAKING: בירור הדברים ק״ק דאבשינא
.
📎 2.jpg 📎 1.jpg

לעמיל » פרייטאג אוגוסט 22, 2014 2:11 pm

· #218120
גוט! 😂 😂

ישראל קאפקע » פרייטאג אוגוסט 22, 2014 2:12 pm

· #218121
הערט אויף בלאזן
!

קאווע טרינקער » פרייטאג אוגוסט 22, 2014 2:45 pm

· #218123
דאס איז א ריכטיגע ערליכע בית דין!! Overnight דין תורה!

יאיר » פרייטאג אוגוסט 22, 2014 2:48 pm

· #218124
👍

petergrifin » פרייטאג אוגוסט 22, 2014 5:47 pm

· #218149
ק/פ װאטסעפפ

בסד
כהאב נישט געהאט קיין צייט צו שרייבען אבער יעצט האב איך אביסעל צייט

בנוגע די פסק בית דין פון באבאב לאמיר דאס צו נעמען אביסעל

קודם די וועיג ווי אזוי זיי האבען אראפ געשריבען די פסק איז סתם סטאפיד. די טענות וואס צד 48 האט פארלאנגט איז סתם משוגע אראפ צו שרייבען אויך א פסק צו טוישען יאניפארעמעס וכדומה איז מיינע אויגען זענען זיי קליינע בעביס

אבער דער עיקר וואס כפארשטיי נישט געווענטליך ביי א דין תורה באקומט יעדער צד עפעס מען ווארפט צו א ביינדעל פאר יעדעם ובפרט אז יעדער איז מודה אז 45 איז א גרויסע פארצענט פון באבוב לאמיר זאגען די ווייניגסטע איז 25 פארצענט. נו קומט דאך זיי אויך ובפרט ווען בובוב איז געבויעט געווארן דורך רבי נפתלי זצל. יא אמת ער האט נאר געקענט בויען ווייל ער האט געהאט א הייליגען טאטען אבער למעשה האט עס דאס געבויעט מיט זיין בלוט אין פלייש ער איז געווארן א בעל חוב פאר מליאנען נאר וועגען בובוב
נו וואס האבען די רבנים געשריבען אז פאר פארטי פייט געט מען א פייג דאס הייסט אזוי אז נאכדעם וואס ער טאר זיך נישט רופן באבוב נאכדעם וואס ער דארף אלעס אויסרייסען אין זעכער מאכען אז די גאנצע וועלט מסוף העולם ועד סופו ווייסט אז זיי זענען נישט באבאב אין זיי דארפן אנהייבען בויען מוסדות בנינים שוהלן פון דאס ניי
אלץ פיינקייט געט 48 פאר 45 6 מיליאן דאללאר צו קענען בויען נייע מוסדות אבער זיי געבען דאס נישט יעצט נאר און משך פון 5 יאר זייער שיין
אין שרייבען נאך צו אז אויב 48 וועט נישט באצאלען דאס געלד טאר 45 גארנישט טיען אליין נאר מען וועט נאכאמאל מאכען א מושב בית דין טויט משוגע
אבער דא הייבט זיך אן דער פראבלעים ווען די דין תורה זאל זיין צווישען פשוטי אידען וואלט מען געזאגט פארען בית דיו עטץ האט קלאר גענומען דא איין צד עטץ האטץ געפאסקענט שלא על פי תורה ממילא פייף איך אריין אונעם פסק בית דין כדארף נישט דיין פארשטינקענע פאר דאללאר במשך 5 יאר אין איך רוף מיך ווייטער מיטען נאמען באבוב
אבער דא איז דער פראבלעים הרב מרדכי דוד איז א רבי בישראל א מנהיג העדה נישט קיין חילוק וויפיל חסידים ער האט מוז ער אנ נעמען דעם פסק אפילו דער פסק איז נישט קיין פסק. ווייל די גאנצע וועלט גייט קוקען מיט גרויסע אויגען וואס ער גייט טיען צו ער גייט יא אדער נישט פאלגען דעם פסק.
אבער איין זאך איז זעכער אז דער פסק איז דער לעצטער פסק פון אזא דין תורה צווישען צוויי קהילות אדער צווישען צוויי ברודער קיינער וועט מער נישט גיין צו דין תורה ווייל מען זעהט אז דער פסוק ושפטו משפט צדק גייט מער נישט אן היינטיגע צייטען.
בקוצר סקען זיין אז צד הרב בנציון האט געוואונען. אבער וואס סאיז ברור אז די הייליגע תורה האט היינט פארלוירען מיר האבען פארלוירען כו אב תשלט דער לוחם פאר כבוד השם ותורתו אין היינט כו אב תשסד האט מען פארלוירען די תורה אליין.
דאס איז מיין מיינונג אין יעדער מעג מחולק זיין על טעם וריח און להתווכח. א גוט שבת

יצחק מרדכי בראך
אב״ד דובשענע והגלילות

איך אויך » מוצ"ש אוגוסט 23, 2014 9:09 pm

· #218169
לעמיל
גוט! 😂 😂

ערליכער איד » זונטאג אוגוסט 24, 2014 1:28 am

· #218218
יה איז דעיס גוט!!!! 😃 😃

אוקיי.
פינקא-ווארשא איז גוט!!!

איך גיי איינמעלדען די כל העולם כלו, מיט די וואך, אין די בליק, וואס לייגען שטענדיג אריין מיינע פיקטשערס אז פין היינט אין ווייטער נאר שרייבען פינקא-ווארשא

מאטי » זונטאג אוגוסט 24, 2014 8:41 am

· #218251
דער דאבשענער מאכט פון די רבי'ס דאס וואס וועיז האט געמאכט מיט טאם קאמינסקי.

קינד_אן_קייט » זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:36 pm

· #218328
[ציטאט אראפגענומען]

אוי געוואלד, ס׳איז דא לדא נקשן, כ׳ציטער פאר פחד!!

זאל איך שרייבן צוואה?