בערי וועבער - בן מלך
מיט טופענדע פיס פלאכן שטייט די עולם הנגינה און ווארט מיט עקסטאז אויף דעם נייעם רייכן אלבום
"בן מלך" וואס וועט פרעזענטירט ווערן דורך דעם אלעם באקאנטן נפתלי משה שניצלער.
דער דיסק ווערט געזינגען דורכן בארימטן היימישן פאפ שטערן ר' בערי וועבער, און די דיסק וועט זיין זיין דריטע אלבום וואס קומט ארויס לאור עולם, נאכן זיין ארום זעקס יאר אין די ליין פון נגינה.
לויט די ארבעט וואס ווערט דערין אריינגעלייגט איז צו ערווארטן הייסע סחורה אין דעם בעפארשטייענדן סידי, און אידיש מוזיק ליבהאבער וועלן האבן מיט וואס צו זיין פארנומען פאר א וויילע.
אט איז די קאווער דיזיין פון די אלבום:
📎 IMG-20140822-WA0079.jpg
איך האף אז דער אלבום וועט זיין פילפאכיג רייכער און מער קאלירפול ווי דער דעקל....
בערי'ס טאטע איז נישט קיין קעניג.
כל ישראל בני מלכים הן.. מאכסטעך ווי דו וייסט נישט?
קאווע טרינקערבערי'ס טאטע איז נישט קיין קעניג.
און אלי הערצליך איז נישט קיין חתן
און בעני איז נישט קיין בן היכל
אט אט - בן מלך..
בעזרת השם יתברך מיט א גרויסן טענק יו השם, גרייטן מיר זיך צו מאכן פלאץ אויף די פאליצעס טאקע שוין אנהייב דעם אנדערן וואך פאר די דריטע אלבום פונעם פאפולארער ברייט נאכגעפאלגטער זינגער און פערפארמער בערי וועבער.
ווען מען רעדט פון א פרישן אידישן מוזיק אלבום איז א שמחה פאר זיך, אבער ווען מ'רעדט פון א שטערן ווי בערי וועלכע איז עולה ומתעלה מיט יעדן פארבייגייענדן טאג, איז אזא בשורה גארנישט קיין געווענליכער.
ר' בערי איז א ברסלב'ער חסיד, א לעבעדיגער און סטיילישער יונגערמאן, דעליווערט וואס מיר דארפן האבן, און פארדעם רינט די שפייעכץ ווען מ'רעדט פון א שווער באארבעטן דיסק ווי בן מלך און דורך בערי.
בערי האט זיך ארויסגעשטעלט לעיטלי צו האבן אויך א שטארקן כח פון קאמפאזאציע, און ווי עס האט זיך שוין ארויסגעוויזן עטליכע מאל אין די פארגאנגנהייט, און ווי ער געבט אן פלאנט ער אונז נישט צו אנטוישן, און ארויס פון 11 טרעקס זענען פינף וואס ער האט אליינס מלחין געווען!
בערי וועבער פערזענליך גלייכט שטארק די ניגון וועלכע רופט זיך אינעם דיסק "איך בין א בן מלך", עס איז נישט גענצליך קיין ניגון מיט אידישע גראמען, אייגנטליך איז נישטא אינעם גאנצן דיסק קיין איין פולע ליד אין בלויז אידיש, אבער עטליכע וועלכע זענען א מיקס פון אידיש און עברית, און דאס איז ככל הנראה איינס פון די לידער, און די מוזיק אינעם ליד איז ארעינדזשד דורך רולי אזרחי.
מען האט פארשטייט זיך נישט אויסגעלאזט פינקי ביים וועלן ניגונים, און עס ווארט אונז האבן א הערליכן ושמרו לידל, איך מיין די רעדע איז פון א דיסקא.
אונזער אלעם באליבטן עירמאנטער רב האט אונז אויך נישט פארלאזט נאך מענדי סענדי קענדי, און ער האט אונז ערלעדיגט א שיר אזאנס וואס רופט זיך "וואשן" (?), פון די פאן סטייל ווי בערי רופט עס.
הער אויס אבער, איך קען דאך נישט אראפשרייבן די נאטן אויך, עפעס מוז מען לאזן פאר דעם רונדיגן דיסק אליין ער זאל אונז איבערראשן, נו... עמיר זיך נישט קריגן מיט עם, און מ'עמיר ווארטן מיט (אומ) געדולד אויף אנהייב וואך.
אוי!! ווי האב איך דא אויסגעלאזט נפתלי משה?? אקעי יעדער פארשטייט אז אן אים גייט גארנישט, סאו.. וואס זאל איך צולייגן?
איך קען נישט ווארטן, עס קומט א שטארקס!
[ציטאט אראפגענומען]
ה' מלך אויף די אלבום פון שימי ענגעל האסטו נאכנישט געהערט? ליגט מיר אין קאפ אז איך האב שוין געהערט נאך אבער איך קעמעך נישט דערמאנען יעצט.
שרייטס מיר נישט אן.. באט די ניגון ואפילו בהסתרה איז איינע פון די ניגונים אויף בערי'ס מארגנדיגע אלבום!
קען זיין מיר וועלן אלע באקומען א נייעם טעם אינעם זמר.
לאליפאפשרייטס מיר נישט אן...
כמו שאמרו, דאונט שאט די מעסענדזשער.
איך עס סאשי פיש מיט א לאליפאפ, פרעג נישט פארוואס, איך האב עס ליב אזוי.
איינע פון די ניגונים וואס בערי האט שוין קאמפאוזט איז "אהיים" א גאר ווארעמער שיינער ניגון אויף זיין ערשטע אלבום "בעזרת השם יתברך
😢 😢 😢 😢 😢 😢 😢 😢 😢
בערי מעלדט אז די סידי וועט ערשט זיין אין די סטארס דאנערשטאג...
וואס איז דער ענין פון אנרייצן דעם עולם אזוי? מיינסט ער האט נישט געוויסט? מיין גאנצע וואך סקעזשול האב איך אויסגעשטעלט ארום דעם נייען טעיפ, יעצט ווייסיך נישט וואס צו טאן.
איז עס חאטש אויף דאנערשטאג קונפורמט פאר זיכער?
איך בין מיט
@בשבילי! אויף איין זייט, א ווארט איז א ווארט, מארגן וויל איך עס קענען קויפן, א מין חוצפה דאס. דאנערשטאג איז אוועקגעלייגט פאר א שבת'דיגע אלבום
דאונלאעד לינק - יחד!
אויב נישט דעם אלבום היינט האב מיר אונז כאטש א קליינעם ניחום מיטן ריליעס פונעם היט ניגון
יחד וועלכע איז ערווארטעט צו זיין די קנאק ניגון ביי חתונות אין די נאנטע צוקונפט..
📎 IMG-20140901-WA0068.jpg
[ציטאט אראפגענומען]
לכו נרננה אויף מיכאל'ס סידי די חתונה פון די יונגסטען
שוין אויך עוועילעבל אויף עמעזאן פאר $8.99
בערי וועבער - בן מלךכ'מיין דאס איז די בעסטע אלבום פון בערי!!!
מורא'דיג מאדערן, ווארים, חסידיש, ארטיסטיש. (א פאראדאקס, אבער דאס איז די פאקט...)
די סידי איז עפעס נישט סתם.
סיז געווארען מיין בעסטע סידי by far.
סע לוינט זיך צו קויפען.
מוזיק ווייז איז עס שוואכער ווי סיי וועלכע פון זיינע פריערדיגע.
קאנצעפטכ'מיין דאס איז די בעסטע אלבום פון בערי!!!
מורא'דיג מאדערן, ווארים, חסידיש, ארטיסטיש. (א פאראדאקס, אבער דאס איז די פאקט...)
הער עס אויס א גוטע פאר מאהל פאר די זאגסט אז ס'איז די בעסטע, אבער האסט גוט ארפגעלייגט די מצב פון דעים..
פארקערט! ווי מער מען הערט ווערט עס מער באליבט, נישט פארקערט. די ערשטע מאל הערן האב איך געמיינט איך ווארף ארויס דעם דיסק.
נאך נישט געקומען צום טעם, אבער דער 'אפילו בהסתרה' איז הערליך שיין! כ'גלייך זיין הארמאני (אבער 'דער הייליגער רבי נחמן בן פיגא' איז אייגענס...)
איז בערי דער איינציגער וואס האט ליב צו "רעדן" אינמיטן א ניגון? אין דעם CD ביים ניגון תעיתי און ביי א פריערדיגן די מעשה פון מהר"ם שיק
גראדע מאכט עס מיר געפערליך נערוועיז - ער סטאפט די ניגון..
עס איז א הערליגע ניגון אבער די לאנגע דרשה מאכט מיר אויך נערוועז. ווען ס׳איז ווען נאר אפאר סקונדעס מילא, אבער א מינוט מיט 20 סקונדעס איז אליטל טו מאטש
אז מ׳רעדט שוין, די ניגון ועתה האב איך גלייך ליב געהאט, קאמפאוזד ביי דוד קאויפמאן. און אויך ושמרו פון פינקי איז זייער שיין און גוט אראפגעלייגט.
אריין אין דעם אשכול
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/4677">viewtopic.php?f=4&t=4677</a><!-- l -->
ער איז דאך א חסיד פון קארליבאך. זעהט אויס ער פראבירט גיין בדרכיו
וואו קען איך הערן דעם בן מלך ניגון.