☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » פארוואס שערט זיך א כלה הערשט ממחרת

פארוואס שערט זיך א כלה הערשט ממחרת

53 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6996
בלאט: 1 2

ממרום שלח אש » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 5:32 pm

· #217663
פארוואס שערט זיך א כלה הערשט ממחרת
ביי די (נשים) וואס פירן זיך צו שערן די האר, שערט מען זיך געווענליך נישט גלייך נאך די חופה, וואס איז פשט? און וואו איז די מקור?

אין שו"ת חת"ס ווערט עס דערמאנט בהבלעה, ער פארענפערט פארוואס עס איז נישט קיין חציצה אפילו ס'איז סופן לקוץ. פון זיינע ווערטער קוקט אויס ווי עס האט א שייכות מיט די בעילת מצוה.

איז טאקע דא וואס טוען די בעילת מצוה בגילוי ראש? אויב איז עס סיי ווי פארשטעקט אונטער די טורבאן די גאנצע צייט וואס איז די נפק"מ? (אפשר פת בסלו..)

חוץ מזה, גלייב איך אז היינט איז עס געווארן פשוט "די נעקסטע צופרי" ווייל לא שמענו אז אויב האט מען נישט בועל געווען בליל ראשון אז מען זאל ווארטן מיטן שניידן.

ווער עס קען אביסל מער באלייכטן אין דעם ענין זאל ביטע נישט מונע זיין טוב מבעליו.

כוכב » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 5:41 pm

· #217665
אזוי ווי אסאך אנדערע זאכן איז עס בלויז א פראקטישקייט, קיין מנהג.
גיי שער א כלה שפעט אויף דער נאכט נאך מצוה טאנץ.

ממרום שלח אש » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 6:59 pm

· #217690
כוכב
אזוי ווי אסאך אנדערע זאכן איז עס בלויז א פראקטישקייט, קיין מנהג.
גיי שער א כלה שפעט אויף דער נאכט נאך מצוה טאנץ.

כגלייב שווער, אונזערע פרומע אידן וואלטן נישט געקוקט דערויף. זיי זענען אלץ גרייט פאר מסירת נפש אויף א חוט השערה. אבער יתכן אז די מנהג איז נשתרבב געווארן פון א פראקטישקייט.

אבער היינט איז עס זיכער א מנהג.

מבקר » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 11:36 pm

· #217741
מנהג איז טייטשט? ס'פירט זיך אזוי, אבער נישט אז מ'דארף זיך אזוי פירן!

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 8:44 am

· #217767
בימי חז"ל איז דאס געווען די היכר פון א בתולה - אפענע האר, צו אלמנה - צוגעדעקט (לויט די אמאליגע אלעוועלטליכע אנגענומענע סטענדארט אז אפענע האר פאר א נשואה איז - משום מה - פריצות'דיג. היינט איז נישט אזוי די פאקט, אבער ס'קומט צוריק אט אט ווען די ישמעאלים נעמען איבער די וועלט)
איז מסתבר אז ס'שטאמט פון אמאל.
די קשיא איז נאר, פארוואס שערט מען בכלל?

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 9:18 am

· #217769
ביי די ישמעאלים דעקט מען נאר צו האר פון נשואות? מען זעהט דאך כסדר קליינע מיידלעך מיט די שמאטע אויפן קאפ. אפשר פון די צוועלעף?

לעיקוואד » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 10:47 am

· #217780
ביי מוסלמענער איז מען מחייב צודעקן די האר פאר אלע נישט נאר נשואות.

מבקר » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 12:18 pm

· #217799
קאווע טרינקער
בימי חז"ל איז דאס געווען די היכר פון א בתולה - אפענע האר, צו אלמנה - צוגעדעקט (לויט די אמאליגע אלעוועלטליכע אנגענומענע סטענדארט אז אפענע האר פאר א נשואה איז - משום מה - פריצות'דיג. היינט איז נישט אזוי די פאקט, אבער ס'קומט צוריק אט אט ווען די ישמעאלים נעמען איבער די וועלט)
איז מסתבר אז ס'שטאמט פון אמאל.
די קשיא איז נאר, פארוואס שערט מען בכלל?

בימי חז"ל האבן אפילו מיידליך אויך צוגעדעקט זייערע האר, עס ווערט נישט דערמאנט און קיין שום גמרא א חילוק צווישן בתולות און נשואות אין דעם ענין.
דא איז א שיינע תשובה פון הרב משאש בנוגע כיסוי השערות לנשים

די סיבה פארוואס מ'האט צוגעדעקט די האר איז נישט וועגן צנועות!!! פונקט פארקערט, די גמרא זאגט אז אויב איינער דעקט אויפ א פרוי'ס האר דארף ער באצאלן בושת, ווייל ער'ט איר פארמיאוס'ט. די זעלבע איז אויך בנוגע מענער מיטן גיין אנגעטוהן בכלל, האט גארנישט מיט צנועות, די תוספתא ברכות זאגט נאר אז עס איז נישט אזא שיינע זאך.

תמימותדיגע » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 12:28 pm

· #217801
איך מיין אז עס איז געווען אמאל א מנהג ביי געוויסע מקומות אז די כלה איז געגאנגען מיט די אייגענע האר ביז אינדערפרי אהן א שייטל

ממרום שלח אש » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 4:57 pm

· #217833
@קאווע טרינקער איף פרעג נישט אויף עצם גילוח, איך פרעג פארוואס מען ווארט הערשט ביז די נעקסטע טאג.

מיינסט אפשר צו זאגן אז וויבאלד מען וויל נישט מאכן א חוכא וטלולא פון די מנהג קדום (לויט א טייל איז עס א מנהג הגמרא) "באדעקן די האר" לאזט מען איבער די האר?

ביבער » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 10:23 pm

· #217922
כדי צו געבן פאר'ן מאן א טשענס צו זאגן ניין...

טאמבל סאס » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 10:31 pm

· #217930
ממרום שלח אש
@קאווע טרינקער איף פרעג נישט אויף עצם גילוח, איך פרעג פארוואס מען ווארט הערשט ביז די נעקסטע טאג.

מיינסט אפשר צו זאגן אז וויבאלד מען וויל נישט מאכן א חוכא וטלולא פון די מנהג קדום (לויט א טייל איז עס א מנהג הגמרא) "באדעקן די האר" לאזט מען איבער די האר?

ביי געוויסע משפחות שערט מען צווישן די חופה און די חתונה. און אזוי האט זיך טאקע מיין פרוי'ס משפחה געפירט...

ואימא איפכא » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 8:18 pm

· #219670
מיר אלע קענען די משנה בתולה נישאת ליום הרביעי וכו' אלזא ווען די מאן גייט דאווענען ממחרת איז דאך נגמר טענותיוו, ער קען שוין נישט טענ'ען פתח פתוח מצאתי, ממילא היות די גמ' זאגט דאך אז די מאן איז נאמן איז עס כאילו ער זאגט עדות אז זי איז א געהעריגע בתולה ממילא קען מען שוין אפשניידן.

קדש הילולים » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 8:29 pm

· #219671
@איפכא: הדה״ד טענה בחיטין והודי לזכר קדשו...

berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 12:58 am

· #234869
טאמבל סאס
ממרום שלח אש
@קאווע טרינקער איף פרעג נישט אויף עצם גילוח, איך פרעג פארוואס מען ווארט הערשט ביז די נעקסטע טאג.

מיינסט אפשר צו זאגן אז וויבאלד מען וויל נישט מאכן א חוכא וטלולא פון די מנהג קדום (לויט א טייל איז עס א מנהג הגמרא) "באדעקן די האר" לאזט מען איבער די האר?

ביי געוויסע משפחות שערט מען צווישן די חופה און די חתונה. און אזוי האט זיך טאקע מיין פרוי'ס משפחה געפירט...

טאמבל סאוס: ס'טאקע א שאד אז מ'שערט נישט קיין חתנים אויך, צווישן די חופה און חתונה... 😂
Please look in the mirror... 😂 🙄

חסיד » פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 10:04 am

· #234905
דאס עצם ענין פון גילוח השערות טרעפט מען ווייניג אלטע מקורות בחז''ל, אין אסאך פלעצער (ספרדים- גער) טוען נישט אזוי עד היום.
עס איז אנגענומען אז די תוקף הדבר נעמט זיך פון דעם וועד ארבע ארצות (פולין, וואלין, רייסן, ליטע [לפעמים נשתנו המדינות פולין גדול וקטן {גאליציע} וכדו']) וועלכע האבן דאס איינגעפירט בחרם חזק עליהם ועל זרעם.

בענבען » דינסטאג יאנואר 25, 2022 9:49 pm

· #492889
צווישן די חופה און חתונה איז זייער נישט פראקטיש האר אויף די קליידער אדער גוף ס'קראצט, איז טאקע דא מענטשן וואס טוהן עס?
איז דא וואס לאזן עס געהעריג אויפגעדעקט ביז די נעקסטע צופרי אפילו נאך די בעילת מצוה?
ביז נאך די בעילה און בשעת מעשה האבען רוב פרויען אופגעדעקט די האר? די ערשטע נאכט רעד איך

להבהרה, איך גיי נישט אריין אין די נושא פון זיך יא שערן און נישט שערן איך פרעג לגבי די וואס שערן זיך יא

געדאנקן » דינסטאג יאנואר 25, 2022 10:34 pm

· #492893
berlbalaguleh
טאמבל סאס
ממרום שלח אש
@קאווע טרינקער איף פרעג נישט אויף עצם גילוח, איך פרעג פארוואס מען ווארט הערשט ביז די נעקסטע טאג.

מיינסט אפשר צו זאגן אז וויבאלד מען וויל נישט מאכן א חוכא וטלולא פון די מנהג קדום (לויט א טייל איז עס א מנהג הגמרא) "באדעקן די האר" לאזט מען איבער די האר?

ביי געוויסע משפחות שערט מען צווישן די חופה און די חתונה. און אזוי האט זיך טאקע מיין פרוי'ס משפחה געפירט...

טאמבל סאוס: ס'טאקע א שאד אז מ'שערט נישט קיין חתנים אויך, צווישן די חופה און חתונה... 😂
Please look in the mirror... 😂 🙄
מיינסט די דיוקנא קדישא?

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 26, 2022 1:34 am

· #492909
כוכב
אזוי ווי אסאך אנדערע זאכן איז עס בלויז א פראקטישקייט, קיין מנהג.
גיי שער א כלה שפעט אויף דער נאכט נאך מצוה טאנץ.

אלא מאי איז האבן (לאנגע) האר פאר אן אשת איש נישט קיין איסור דאורייתא. ניטאמאל אן איסור דרבנן...!

קהל'ס נער » מיטוואך יאנואר 26, 2022 5:51 am

· #492917
חסיד
דאס עצם ענין פון גילוח השערות טרעפט מען [ווייניג] (קיין איין) אלטע מקורות בחז''ל, אין [אסאך פלעצער] (קיין איין פלאץ , אחוץ אינגערישע אין גאליציאנע חסידים) (ספרדים- גער) טוען נישט אזוי עד היום.
עס איז אנגענומען אז די תוקף הדבר נעמט זיך פון דעם וועד ארבע ארצות (פולין, וואלין, רייסן, ליטע [לפעמים נשתנו המדינות פולין גדול וקטן {גאליציע} וכדו']) וועלכע האבן ( נישט געהאט קיין שום רבנ'ישע אוטאריטעיט, זיי זענען געוועין א גאווערמענט עיג'ענסי איינצימאנען די שטייער פון די יודען, וואס עווענטועל איז עס פארמאכט געווארען ציליב קארופציע] דאס איינגעפירט בחרם חזק עליהם ועל זרעם. וואס קיינער האט עס נישט אנגענימען, אחוץ גאליציע, ( אונגערן איז נישט געוועין אין די ארבע ארצות), און אפי' גאליציאנע אפשטאמיגע, זענען גארנישט מחיוב צי די גזירה, וויבאלד ער איז מער נישט אין גאליציע

היסטאריע » מיטוואך יאנואר 26, 2022 11:46 am

· #492959
ועד ארבע ארצות אויף גילוח שערות איז א באבע מעשה

פרנס החודש » מיטוואך יאנואר 26, 2022 11:54 am

· #492963
היסטאריע
ועד ארבע ארצות אויף גילוח שערות איז א באבע מעשה

אדרבה, איך זוך שוין לאנג איינער זאל אויסקלארן מער,
איז בכלל דא דאקומענטירט זייערע תקנות? און אויב יא, ווי?
אדער אויב איינער קען צוצייכענען א בוך וואס ברענגט מער קלארקייט איבער'ן ווא"א.

קהל'ס נער » מיטוואך יאנואר 26, 2022 11:57 am

· #492965
פון זיי אליין איז עס אין ערגעץ נישט דאקומענטירט, ס'מער אזא מסורה, אז זיי האבן געמאכט אזא גזירה, ווייל אויף וועם דען זאל מען עס ארויפקלעבן? ס'האט נישט קיין שום פריערדיגע מקור, ולהיפך אין רא"ש שטייט אז א פרוי טאר זיך נישט שערן אלץ לא תלבש.

קידוש » מיטוואך יאנואר 26, 2022 1:25 pm

· #492972
בענבען
צווישן די חופה און חתונה איז זייער נישט פראקטיש האר אויף די קליידער אדער גוף ס'קראצט, איז טאקע דא מענטשן וואס טוהן עס?
איז דא וואס לאזן עס געהעריג אויפגעדעקט ביז די נעקסטע צופרי אפילו נאך די בעילת מצוה?
ביז נאך די בעילה און בשעת מעשה האבען רוב פרויען אופגעדעקט די האר? די ערשטע נאכט רעד איך

להבהרה, איך גיי נישט אריין אין די נושא פון זיך יא שערן און נישט שערן איך פרעג לגבי די וואס שערן זיך יא

איך קען נישט ענפערן דיין שאלה בכללות, אבער מיין פארזענליכע איבערלעבעניש איז געווען אזוי,
נאכען מצוה טאנץ ווען אונז זעמער אהיים צו אונזער דירה האט מיין כלה אויסגעטוהן איר שייטעל און אופגעדעקט איר האר, מיר האבען געשמועסט פאר בערך 2 שעה דערנאך איז געווארען ליכטיג אויפן גאס, איך האב שנעל גערופען מיין (פארשאלטענע) חתן מדריך וואס האט מיר געהייסען ווארטען ביז די נעקסטע נאכט, אונז האבען באשלאסען צוזאמען צו אפשטופען די שערען מיט א טאג ( מיין שוויגער שערט זיך)
נאכען אהיימקומען פון שחרית האט מיר מיין ווייב מודיע געווען מיט געוויין אז איר מאמע האט נישט מסכים געווען צו ווארטען א נאכט מיטען טענה אז די עולם וועט מיינען אז איר טאכטער שערט זיך נישט

געדאנקן » מיטוואך יאנואר 26, 2022 2:26 pm

· #492982
אינטערעסאנט ער האט נישט געלאזט, מיין חתן רבי גראדע פון די פרומסטע (פאר פרטים אין אישי) האט מיר יא געזאגט אז די ערשטע נאכט מאכט מען צו די פענסטער און מ'טוט אפי' ס'איז שוין ליכטיג.

קלוגע יודל » מיטוואך יאנואר 26, 2022 3:14 pm

· #492988
קידוש
בענבען
צווישן די חופה און חתונה איז זייער נישט פראקטיש האר אויף די קליידער אדער גוף ס'קראצט, איז טאקע דא מענטשן וואס טוהן עס?
איז דא וואס לאזן עס געהעריג אויפגעדעקט ביז די נעקסטע צופרי אפילו נאך די בעילת מצוה?
ביז נאך די בעילה און בשעת מעשה האבען רוב פרויען אופגעדעקט די האר? די ערשטע נאכט רעד איך

להבהרה, איך גיי נישט אריין אין די נושא פון זיך יא שערן און נישט שערן איך פרעג לגבי די וואס שערן זיך יא

איך קען נישט ענפערן דיין שאלה בכללות, אבער מיין פארזענליכע איבערלעבעניש איז געווען אזוי,
נאכען מצוה טאנץ ווען אונז זעמער אהיים צו אונזער דירה האט מיין כלה אויסגעטוהן איר שייטעל און אופגעדעקט איר האר, מיר האבען געשמועסט פאר בערך 2 שעה דערנאך איז געווארען ליכטיג אויפן גאס, איך האב שנעל גערופען מיין (פארשאלטענע) חתן מדריך וואס האט מיר געהייסען ווארטען ביז די נעקסטע נאכט, אונז האבען באשלאסען צוזאמען צו אפשטופען די שערען מיט א טאג ( מיין שוויגער שערט זיך)
נאכען אהיימקומען פון שחרית האט מיר מיין ווייב מודיע געווען מיט געוויין אז איר מאמע האט נישט מסכים געווען צו ווארטען א נאכט מיטען טענה אז די עולם וועט מיינען אז איר טאכטער שערט זיך נישט

און זי איז געבליבן ביים שערן? אדער זי האט שפעטער אויפגעהערט?

בענבען » מיטוואך יאנואר 26, 2022 3:25 pm

· #492994

אניוואן עלס? אישי איז אויך גוט

געדאנקן » מיטוואך יאנואר 26, 2022 3:38 pm

· #492998
וויאזוי איז געווען ביי דיר?
אישי איז אויך גוט...

בענבען » מיטוואך יאנואר 26, 2022 3:46 pm

· #493000
סליחה שנפגשנו

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך יאנואר 26, 2022 5:17 pm

· #493005
קידוש
נאכען מצוה טאנץ ווען אונז זעמער אהיים צו אונזער דירה האט מיין כלה אויסגעטוהן איר שייטעל און אופגעדעקט איר האר, מיר האבען געשמועסט פאר בערך 2 שעה דערנאך איז געווארען ליכטיג אויפן גאס, איך האב שנעל גערופען מיין (פארשאלטענע) חתן מדריך וואס האט מיר געהייסען ווארטען ביז די נעקסטע נאכט, אונז האבען באשלאסען צוזאמען צו אפשטופען די שערען מיט א טאג ( מיין שוויגער שערט זיך)
נאכען אהיימקומען פון שחרית האט מיר מיין ווייב מודיע געווען מיט געוויין אז איר מאמע האט נישט מסכים געווען צו ווארטען א נאכט מיטען טענה אז די עולם וועט מיינען אז איר טאכטער שערט זיך נישט

אנטשולדיגט מיר אבער דער חתן רבי איז נישט מער פארשאלטן ווי איר מאמע! צוויי קליינע קעפ מיט מוחות ווי א מילב.

קידוש » דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 11:20 am

· #493093
געדאנקן
אינטערעסאנט ער האט נישט געלאזט, מיין חתן רבי, גראדע פון די פרומסטע (פאר פרטים אין אישי) האט מיר יא געזאגט אז די ערשטע נאכט מאכט מען צו די פענסטער און מ'טוט אפי' ס'איז שוין ליכטיג.

איך ווייס נישט וועגן אנדערע מדריכים, איך ווייס נישט פארוואס די אייבישטער האט אריינגעגעבען די געדאנק פאר מיין טאטע אין קאפ מיך צו שיקען צו די מדריך (איך געדענק מ'האט געשמועסט אז ער איז זייער א קלוגער מיט א טיפע מוח).

געדאנקן » דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 11:22 am

· #493094
.

קידוש » דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 11:22 am

· #493095
קלוגע יודל
קידוש
בענבען
צווישן די חופה און חתונה איז זייער נישט פראקטיש האר אויף די קליידער אדער גוף ס'קראצט, איז טאקע דא מענטשן וואס טוהן עס?
איז דא וואס לאזן עס געהעריג אויפגעדעקט ביז די נעקסטע צופרי אפילו נאך די בעילת מצוה?
ביז נאך די בעילה און בשעת מעשה האבען רוב פרויען אופגעדעקט די האר? די ערשטע נאכט רעד איך

להבהרה, איך גיי נישט אריין אין די נושא פון זיך יא שערן און נישט שערן איך פרעג לגבי די וואס שערן זיך יא

איך קען נישט ענפערן דיין שאלה בכללות, אבער מיין פארזענליכע איבערלעבעניש איז געווען אזוי,
נאכען מצוה טאנץ ווען אונז זעמער אהיים צו אונזער דירה האט מיין כלה אויסגעטוהן איר שייטעל און אופגעדעקט איר האר, מיר האבען געשמועסט פאר בערך 2 שעה דערנאך איז געווארען ליכטיג אויפן גאס, איך האב שנעל גערופען מיין (פארשאלטענע) חתן מדריך וואס האט מיר געהייסען ווארטען ביז די נעקסטע נאכט, אונז האבען באשלאסען צוזאמען צו אפשטופען די שערען מיט א טאג ( מיין שוויגער שערט זיך)
נאכען אהיימקומען פון שחרית האט מיר מיין ווייב מודיע געווען מיט געוויין אז איר מאמע האט נישט מסכים געווען צו ווארטען א נאכט מיטען טענה אז די עולם וועט מיינען אז איר טאכטער שערט זיך נישט

און זי איז געבליבן ביים שערן? אדער זי האט שפעטער אויפגעהערט?

זי האט אויפגעהערט נאך א שטיק צייט, אבער די פאראיבעל איז מיר געבליבען אין הארץ
ברוך השם איך בין זייער נאנט אין אפען מיט מיין שוויגער היינט צוטאגס

קידוש » דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 11:25 am

· #493096
איך וויל נישט פארשעמען א צווייטע יוד אין אוועקנעמען זיין פרנסה, אין זיינע אויגען האט ער געטוהן גוט,
באמת בין איך שאקירט אז די עולם איז שאקירט....
לויט ווי מיינע חברים פון ישיבה דערציילען האבען רוב געהאט ענדליכע מעשיות

היכי דמי » זונטאג פעברואר 20, 2022 12:45 am

· #495416
פרנס החודש
היסטאריע
ועד ארבע ארצות אויף גילוח שערות איז א באבע מעשה

אדרבה, איך זוך שוין לאנג איינער זאל אויסקלארן מער,
איז בכלל דא דאקומענטירט זייערע תקנות? און אויב יא, ווי?
אדער אויב איינער קען צוצייכענען א בוך וואס ברענגט מער קלארקייט איבער'ן ווא"א.

אויף קול מבשר איז דא א שיינע שמועס איבער די וועד ארבע ארצות דורך די היסטאריקער ר' אהרן קאהן. (עס איז אן אלטע שמועס)

ער רעכענט אויס אינטרעסאנטע תקנות וואס קומט פון זיי ווי למשל: א ספר דארף האבן הסכמות, מען זאל גיבן שדכנות געלט, און נאך עטליכע תקנות.

יין שרף » זונטאג פעברואר 20, 2022 9:19 am

· #495429
כמדומה שדכנות געלד איז א הלכה אין חושן משפט.
Are there any documented stuff from them? Which rabanim where running where on the committee, if anyone apposed them,
written תקנות ect.?

יאסל ראקאווער » זונטאג פעברואר 20, 2022 9:47 am

· #495430
בערך אזא וועד ווי וועד ארצות הברית וקאנאדא

פרנס החודש » זונטאג פעברואר 20, 2022 10:06 am

· #495432
Re: פארוואס שערט זיך א כלה הערשט ממחרת
אויב איז עס נישט דאקומענטירט איז עס קיינעם נישט מחייב

Sent from my SM-G930V using Tapatalk

chosen people » זונטאג פעברואר 20, 2022 10:43 am

· #495434
קידוש

איך קען נישט ענפערן דיין שאלה בכללות, אבער מיין פארזענליכע איבערלעבעניש איז געווען אזוי,
נאכען מצוה טאנץ ווען אונז זעמער אהיים צו אונזער דירה האט מיין כלה אויסגעטוהן איר שייטעל און אופגעדעקט איר האר, מיר האבען געשמועסט פאר בערך 2 שעה דערנאך איז געווארען ליכטיג אויפן גאס, איך האב שנעל גערופען מיין (פארשאלטענע) חתן מדריך וואס האט מיר געהייסען ווארטען ביז די נעקסטע נאכט, אונז האבען באשלאסען צוזאמען צו אפשטופען די שערען מיט א טאג ( מיין שוויגער שערט זיך)
נאכען אהיימקומען פון שחרית האט מיר מיין ווייב מודיע געווען מיט געוויין אז איר מאמע האט נישט מסכים געווען צו ווארטען א נאכט מיטען טענה אז די עולם וועט מיינען אז איר טאכטער שערט זיך נישט

פאר וועלעכע חלק שעלסטו דיין מדריך?

איך אויך » זונטאג פעברואר 20, 2022 11:49 am

· #495438
יאסל ראקאווער
בערך אזא וועד ווי וועד ארצות הברית וקאנאדא

פארוואס רעדסטו שטאקיגע שטותים?

יאסל ראקאווער » זונטאג פעברואר 20, 2022 12:20 pm

· #495440
ווייל זיי האבן געהאט לעגיסלאטיווע קראפטן מיינט נישט אז אונז דארף מיר זייער תקנות נעמען מער ערענסט ווי די קול קורא פון סאכדעס גחתמט דורך היינטיגע רבנים וועגן פאנדזשעלוס.

היכי דמי » זונטאג פעברואר 20, 2022 12:58 pm

· #495442
די וועד איז געווארן געעפענט דורך די קעניגרייך און זיי האבן עס פארמאכט, עס איז געגרינדעט געווארן צן העלפן מיט די שטייערן און סיי וועלכע הילף וואס מען האט געדארפט פון די שטאט, די רבנים פלעגן זיך צוזאמקומען צוויי מאל א יאר, און מען איז זיך שוין צוזאמגעקומען האט מען ערלעידיגט פארשידענע תקנות וואס איז געווען נוגע, אבער עס איז געווען מער אויף גשמיות׳דיגע זאכן.

וואלווי » זונטאג פעברואר 20, 2022 1:08 pm

· #495443
איך אויך
יאסל ראקאווער
בערך אזא וועד ווי וועד ארצות הברית וקאנאדא

פארוואס רעדסטו שטאקיגע שטותים?

פארוואס "שטאקיגע שטותים" ?

ועד ד' ארצות איז טאקע אן ערענסטע זאך אין הלכה ומנהג ביי חרדישע יודען, אבער ליידער די פאליטיזירטע התאחה"ר וואס איז פול מיט "שטאקיגע שטותים" איז א גילוי ווי אזוי אזעלעכע ארגאניזאציעס האבן פונקציענירט מיט הונדערטע יארן צירוק אויך. ס'מעג זיין גרויסע רבנים און אויך גרויסע שיינע פארצייטישע קהלות וואס זענען א חלק דערין, אבער געדענק אז התאחה"ר האט אויך געהאט אין די נשיאות ערענסטע גרויסע רבנים וואס האט צוזאמגעברענגט א שיינע חלק פון חרדישע קהלות, און דאך איז עס געווען פול אוו ש*ט אזוי ווי די יארן האבן גאנץ שנעל געוויזען. ס'איז די זעלבע פינאמינאן ווי חסידות, נישט קיין חילוק ווי גוט די כוונה דערפון אדער די גרויסקייט פון אירע מנהיגים, דאך האט נישט לאנג גענומען ביז ס'איז נתגלה געווארן אז איינמאל ס'דא א סיסטעם ווערען די זאכן פארפוילט.

ס'איז שווער צו זעהן אמאליגע היסטאריע מיט אונזער היינטיגע גלעזער, אבער אונז אלע ווייסען אז די גרויסע ארגענעזאציעס און קהלות זענען א גרויס חלק פאליטיזירט פאר טויזענטער יאר, אזוי ווי חשמונאים מיט די נשיאות פון בית יהודה, וואס איז אן פשעטליך א שיינע פאליטיק, אבער דאך איז דאס נישט קיין בזיון חז"ל ווייל ס'נעמט נישט אוועק די גרויסקייט פון די מנהיגים. וואוידיסלאווער רב, צעהלימער רב זענען געווען גרויסע מענטשען אבער די ארגעניזאציע איז פארפוילט.

די זעלבע זאך אגודת ישראל וואס איז געגרינדעט געווארן דורך רבנים פון אסאך מדינות, אבער דאך האט נישט לאנג גענומען ביז זיי זענען געווארן א פאליטישע פארטיי אנגעפירט דורך די גרעסטע חסידישע קהלה אין א"י פאר יארן לאנג, ביז די "מועצת גדולי תורה" האבן זיך פיין צופראסקעט צווישען זיך.

למעשה האסטו גענוג גרויסע ארגענעזאציעס וואס בנשיאותם שטייען ערליכע יודען און ערליכע קהלות פון א ברייטע ספעקטרום פון חרדישע יודען, עובדי השם און גדולי תורה באמת, וכך היא דרכו של עולם אז רוחניות קען נישט עקזעסטירן אן גשמיות און ס'ברענגט נישט אראפ די גרויסקייט און ערענסט דערפון, דאך מיין נישט אז גשמיות פארפוילט נישט די רוחניות, און ועד ד' ארצות מיט אירע תקנות איז נישט געווען אנדערש ווי אונזער "רוחניותדיגער אוטאריטעיט" בזה"ז מיט אירע תקנות. ס'איז אן עולם השפל און קיינער זאל נישט ערשטוינט ווערן אדער זיך באליידיגן.

קהל'ס נער » זונטאג פעברואר 20, 2022 1:58 pm

· #495445
פרנס החודש
אויב איז עס נישט דאקומענטירט איז עס קיינעם נישט מחייב

Sent from my SM-G930V using Tapatalk

אפילו אויב ס'וואלט יא געוועין דאקעמענטירט איז עס אויך גארנישט מחייב.
זיי זענען סה"כ געוועין כעין די יודנראט, א פשוטע גאווערמענט אגענטור לענייני יודן.
אויב נעמטסטו פוד סטעמפס בשעת די מאכסט מער געלט ביסטו עובר אויף די תקנת פון די וועד חמישים הארצות דארה"ב.

פרנס החודש » זונטאג פעברואר 20, 2022 5:06 pm

· #495449
Re: פארוואס שערט זיך א כלה הערשט ממחרת
קהל'ס נער
פרנס החודש
אויב איז עס נישט דאקומענטירט איז עס קיינעם נישט מחייב

Sent from my SM-G930V using Tapatalk

אפילו אויב ס'וואלט יא געוועין דאקעמענטירט איז עס אויך גארנישט מחייב.
זיי זענען סה"כ געוועין כעין די יודנראט, א פשוטע גאווערמענט אגענטור לענייני יודן.
אויב נעמטסטו פוד סטעמפס בשעת די מאכסט מער געלט ביסטו עובר אויף די תקנת פון די וועד חמישים הארצות דארה"ב.
איך האב געמיינט ארויס צו ברענגען אז אויב איז עס נישט דאקומענטירט איז נישט נאר נישט דא קיין הלכה'דיגע חיוב
נאר ניטאמאל מנהג חסידות, ווייל עס קען רוהיג זיין מנהג בורים וכו.

Sent from my SM-G930V using Tapatalk

פרנס החודש » זונטאג פעברואר 20, 2022 5:09 pm

· #495450
Re: פארוואס שערט זיך א כלה הערשט ממחרת
איך טראכט נאר ווער ווייסט אפשר איז די גאנצע געדאנק פון אפגאלן די
האר געווען פון די גוים אלץ א מיטל צו דערנידערן די אידן כעין אנדערע גזירות פון יענע צייט.

Sent from my SM-G930V using Tapatalk

קידוש » מאנטאג פעברואר 21, 2022 11:29 am

· #495479
chosen people
קידוש

איך קען נישט ענפערן דיין שאלה בכללות, אבער מיין פארזענליכע איבערלעבעניש איז געווען אזוי,
נאכען מצוה טאנץ ווען אונז זעמער אהיים צו אונזער דירה האט מיין כלה אויסגעטוהן איר שייטעל און אופגעדעקט איר האר, מיר האבען געשמועסט פאר בערך 2 שעה דערנאך איז געווארען ליכטיג אויפן גאס, איך האב שנעל גערופען מיין (פארשאלטענע) חתן מדריך וואס האט מיר געהייסען ווארטען ביז די נעקסטע נאכט, אונז האבען באשלאסען צוזאמען צו אפשטופען די שערען מיט א טאג ( מיין שוויגער שערט זיך)
נאכען אהיימקומען פון שחרית האט מיר מיין ווייב מודיע געווען מיט געוויין אז איר מאמע האט נישט מסכים געווען צו ווארטען א נאכט מיטען טענה אז די עולם וועט מיינען אז איר טאכטער שערט זיך נישט

פאר וועלעכע חלק שעלסטו דיין מדריך?

פאר דאס וועט שוין אויספעלען אן עסטערע אשקול,
איין שיינעם טאג

chosen people » מאנטאג פעברואר 21, 2022 11:37 am

· #495480

אקעי איך האב נאר געוואלט וויסן צו עס איז עפעס אויף די ענטפער וואס ער האט דיך געזאגט די ערשטע נאכט, וואס אויב יא האב איך געוואלט פארשטיין וועלעכע חלק האט דיך געבאדערט.

יעקב מענטש » מאנטאג פעברואר 21, 2022 1:34 pm

· #495486
חסיד
דאס עצם ענין פון גילוח השערות טרעפט מען ווייניג אלטע מקורות בחז''ל, אין אסאך פלעצער (ספרדים- גער) טוען נישט אזוי עד היום.
עס איז אנגענומען אז די תוקף הדבר נעמט זיך פון דעם וועד ארבע ארצות (פולין, וואלין, רייסן, ליטע [לפעמים נשתנו המדינות פולין גדול וקטן {גאליציע} וכדו']) וועלכע האבן דאס איינגעפירט בחרם חזק עליהם ועל זרעם.

רבי בערל שווארץ ע"ה האט געשריבן א תשובה אין זיין ספר דובר מישרים, אז דאס האט גארנישט מיט וועד ארבע הארצות

וואלווי » מאנטאג פעברואר 21, 2022 1:35 pm

· #495487
יעקב מענטש
חסיד
דאס עצם ענין פון גילוח השערות טרעפט מען ווייניג אלטע מקורות בחז''ל, אין אסאך פלעצער (ספרדים- גער) טוען נישט אזוי עד היום.
עס איז אנגענומען אז די תוקף הדבר נעמט זיך פון דעם וועד ארבע ארצות (פולין, וואלין, רייסן, ליטע [לפעמים נשתנו המדינות פולין גדול וקטן {גאליציע} וכדו']) וועלכע האבן דאס איינגעפירט בחרם חזק עליהם ועל זרעם.

רבי בערל שווארץ ע"ה האט געשריבן א תשובה אין זיין ספר דובר מישרים, אז דאס האט גארנישט מיט וועד ארבע הארצות

נישט פארלעסליך בכלל. א ספר פול מיט השערות געשריבן מיט מליצות
בלאט: 1 2