אין אדם מוריש שקר לבניו
36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #698
אין אדם מוריש שקר לבניו
איך פארשטיי נישט די פאר ווערטער וואס דע רמב״ם ניצט פאר א גרויסע ראי׳ צו די אידישע אמונה.
איד די גוי דען יא מוריש שקר פאר זיינע קינדער?
איך זוך שוין יארן מע זאל מיך עס געהעריג מסביר זיין.
נאך א שטערקע אומפארשטענדעניש איז אז ליידער זעען מיר היינט ווי מענטשן זענען מוריש שקר לבניהם אין גרויסן.
יידלנאך א שטערקע אומפארשטענדעניש איז אז ליידער זעען מיר היינט ווי מענטשן זענען מוריש שקר לבניהם אין גרויסן.
איז טאקע נאך שווערער.
מענטשן בארעדן אסאך מאל די רבנים אבער מאכן זיכער אז זייערע קינדער זאלן נישט צוהערן.
צוויי פוינטס, איינס אז ס'שטייט אין אדם מוריש, נישט אין אדם אומר שקר לבניו, מסתם מיינט דאס אז ווען ס'קומט צו עקרי אמונה, חיים נצחיים וועט מען נישט איינרעדן די קינדער שטותים.
צווייטענס, איך געדענק נישט פונקטליך די קאנטעקסט פונעם רמב"ם, אבער קען זיין ער מיינט אז א מענטש וועט נישט ביודעים איינרעדן זיינע קינדער אמונות טפילות, אבער אויב איז דער טאטע אויך איינגערעדט וועט ער אוודאי אויך איינרעדן זיינע קינדער, ממילא, דאס אז יאשקע האט געוואקט אויף וואסער האבען נאר די נאנטע תלמידים מיטגעהאלטן און איינגערעדט פארן עולם און דער עולם האט געגלייבט, אבער די סיפור התנ"ך מיט די אלע אותות ומופתים האט א גאנצע פאלק מיטגעהאלטן, און אויב א גאנצע פאלק דערציילט דאס פאר זייערע קינדער ווייזט אז זיי גלייבן דערין און אויב זיי גלייבן מיינט אז זיי האבן דאס מיטגעהאלטן.
מאכט סענס?
איך ווייס נישט אויב מע מעג דא פרעגן ווייטער,
קען נישט זיין אז א פאר מענטשן האבן יענע צייטן ווען מענטשן האבן קוים געקענט לייענען, האבן זיי איינגערעד מענטשן אז מע האט געוויזן אותות ומופתים פאר אסאך מענטשן?
אויך ביי יאשקע דערציילט מען אסאך פון זיינע מופתים זענען געווען פאר אסאך מענטשן.
און ווייטער וויזוי איז מעגליך אז די פאר האבן פארקויפט פאר זייערע קינדער די מופתים פון יאשקע אויב סע נישט אמת?
'ך האב ביי מיר זעלבסט די גרעסטע ראיה אז א מענטש איז יא מוריש שקר לבניו! 'ך האב פארציילט מיינע קינדער אז די אסיפה איז א געוואלדיגער זאך, און ביי מיר איז קיין צל ספק נישט אז דאס איז געווען א טראגישער געשעעניש וואס די נאכווייען דערפין וועלן געפילט ווערן פאר א לאנגע צייט!
'עסטו פרעגן - פארוואס טאקע? 'ך זיי פשוט צו שיצן... זיי זאלן נישט דארפן לעבן אין קאנפליקטן מיט זייערע סביבה. עכ"פ, טעכנישע, פראקטישע סיבות.
אבער דער נישט גלויביקער קען דאך פונקט אזוי האבן אנדערע (אדער די זעלבע) טעכנישע און פראקטישע סיבות צו פארקויפן זיינע קינדער אויף אמונות וואס ער איז דערצו נישט מסכים.
דבילה'ך האב ביי מיר זעלבסט די גרעסטע ראיה אז א מענטש איז יא מוריש שקר לבניו! 'ך האב פארציילט מיינע קינדער אז די אסיפה איז א געוואלדיגער זאך, און ביי מיר איז קיין צל ספק נישט אז דאס איז געווען א טראגישער געשעעניש וואס די נאכווייען דערפין וועלן געפילט ווערן פאר א לאנגע צייט!
'עסטו פרעגן - פארוואס טאקע? 'ך זיי פשוט צו שיצן... זיי זאלן נישט דארפן לעבן אין קאנפליקטן מיט זייערע סביבה. עכ"פ, טעכנישע, פראקטישע סיבות.
אבער דער נישט גלויביקער קען דאך פונקט אזוי האבן אנדערע (אדער די זעלבע) טעכנישע און פראקטישע סיבות צו פארקויפן זיינע קינדער אויף אמונות וואס ער איז דערצו נישט מסכים.
פארוואס מיינסטו אז סע אזוי טראגיש? און וואס וועלן זיין די נאכווייען?
איך זעה נישט א פראבלעם אז מע לייגט א פילטער, איך טראכט אליינס אפי׳ צו לייגען א פילטער.
So מאכסט אוועק די אין מוריש שקר לבניו?
אפשר מיינט די רמב״ן (ישר כח יאנקל פאר קלאר מאכן די מקור) אז נאר די ערשטע דור זענען אזוי געווען. שפעטער איז עז שוין אין די סיסטעם אזוי ווי ביי דבילה?
ידעןדבילה'ך האב ביי מיר זעלבסט די גרעסטע ראיה אז א מענטש איז יא מוריש שקר לבניו! 'ך האב פארציילט מיינע קינדער אז די אסיפה איז א געוואלדיגער זאך, און ביי מיר איז קיין צל ספק נישט אז דאס איז געווען א טראגישער געשעעניש וואס די נאכווייען דערפין וועלן געפילט ווערן פאר א לאנגע צייט!
'עסטו פרעגן - פארוואס טאקע? 'ך זיי פשוט צו שיצן... זיי זאלן נישט דארפן לעבן אין קאנפליקטן מיט זייערע סביבה. עכ"פ, טעכנישע, פראקטישע סיבות.
אבער דער נישט גלויביקער קען דאך פונקט אזוי האבן אנדערע (אדער די זעלבע) טעכנישע און פראקטישע סיבות צו פארקויפן זיינע קינדער אויף אמונות וואס ער איז דערצו נישט מסכים.
פארוואס מיינסטו אז סע אזוי טראגיש? און וואס וועלן זיין די נאכווייען?
איך זעה נישט א פראבלעם אז מע לייגט א פילטער, איך טראכט אליינס אפי׳ צו לייגען א פילטער.
So מאכסט אוועק די אין מוריש שקר לבניו?
אפשר מיינט די רמב״ן (ישר כח יאנקל פאר קלאר מאכן די מקור) אז נאר די ערשטע דור זענען אזוי געווען. שפעטער איז עז שוין אין די סיסטעם אזוי ווי ביי דבילה?
פארוואס דער אסיפה איז טראגישע געשעעניש - נישט אין דעם אשכול.
א פילטער איז טאקע א פיינע זאך, 'ך וואלט אליין ח"ו נישט צוגערירט א קאמפיוטער אן א פילטער. אבער נישט פארדעם האבן די היצקעפ צאמגעברענגט פופציג טויזענט נפשות.
די קושיא אויף "אין אדם מוריש שקר לבניו איז עומדת במקומה".
למאי נפק"מ די ערשטע דור פון די צענטער? אויב איז דער כלל "אין אדם מוריש כו'" נישט פארשטענדליך, ווייסטו שוין בכלל נישט וואס איז פארגעקומען אין די ערשטע דור.
די ערשטע דור האט דאך געזען מופתים וואס האט קלאר געוויזען , ממילא איז עס נישט געווען קיין שקר.
וועגןדי טראגישקייט פון כינוס האסטו געשריבן ביי די כינוס אשכול.?
געפילטע פישצוויי פוינטס, איינס אז ס'שטייט אין אדם מוריש, נישט אין אדם אומר שקר לבניו, מסתם מיינט דאס אז ווען ס'קומט צו עקרי אמונה, חיים נצחיים וועט מען נישט איינרעדן די קינדער שטותים.
צווייטענס, איך געדענק נישט פונקטליך די קאנטעקסט פונעם רמב"ם, אבער קען זיין ער מיינט אז א מענטש וועט נישט ביודעים איינרעדען זיינע קינדער אמונות טפילות, אבער אויב איז דער טאטע אויך איינגערעדט וועט ער אוודאי אויך איינרעדען זיינע קינדער, ממילא, דאס אז יאשקע האט געוואקט אויף וואסער האבען מאר די נאנטע תלמודים מיט געהאלטען און איינגערעדט פארן עולם און די עולם האט געגלייבט, אבער די סיפור התנ"ך מיט די אלע אותות ומופתים האט א גאנצע פאלק מיט געהאלטען און אויב א גאנצע פאלק דערציילט דאס פאר זייערע קינדער ווייזט אז זיי גלייבען דערין און אויב זיי גלייבען מיינט אז זיי האבן דאס מיט געהאלטען.
מאכט סענס?
זיכער דאס איז פשט. א טאטע וועט נישט
ביודעים פארקויפן זיינע קינדער באפקעס אויסער אז ער אליין גלייבט דערין.
ידעןאיך ווייס נישט אויב מע מעג דא פרעגן ווייטער,
קען נישט זיין אז א פאר מענטשן האבן יענע צייטן ווען מענטשן האבן קוים געקענט לייענען, האבן זיי איינגערעד מענטשן אז מע האט געוויזן אותות ומופתים פאר אסאך מענטשן?
אויך ביי יאשקע דערציילט מען אסאך פון זיינע מופתים זענען געווען פאר אסאך מענטשן.
און ווייטער וויזוי איז מעגליך אז די פאר האבן פארקויפט פאר זייערע קינדער די מופתים פון יאשקע אויב סע נישט אמת?
די אותות ומופתים זענען נישט דער יסוד פאר אמונה. און עס קען זייער מעגליך זיין אז יוזל האט אויך געוויזן אותות ומופתים. (מאן יימר אז נישט? די תורה ווארנט קעגן פאלשע נביאים וואס וועלן אפשר ניצן מופתים.)
כ'האב קיינמאל נישט געזען דעם "אין אדם מוריש וגו'" אינעווייניג. אן וויסן אין וועלכן קאנטעקסט דאס איז געזאגט געווארן, איז מסתבר אז עס באציט זיך אויף מעמד הר סיני, ווייל דארט, ווען מען רעדט פון עפעס וואס איז געשען (נישט עפעס אין וואס מען גלייבט), איז שייך צו רעדן וועגן א מעגליכקייט פון מוריש זיין שקר. יעדער טאטע ווייסט צו זאגן אז זיין טאטע האט אים געזאגט אז זיין טאטע האט אים געזאגט ... אז זיין טאטע האט געזען.
ידעןאיך פארשטיי נישט די פאר ווערטער וואס דע רמב״ם ניצט פאר א גרויסע ראי׳ צו די אידישע אמונה.
איז דער גוי דען יא מוריש שקר פאר זיינע קינדער?
איך זוך שוין יארן מע זאל מיך עס געהעריג מסביר זיין.
ביטע ברענג צו די לשון קדשו פונעם רמב"ם, מ'זאל קענען מעיין זיין.
בט"וו, כ'מיין ס'איז נישט קיין רמב"ם.
א זוך אויף בר-אילן האט מיר געוויזן אז דער לשון שטייט נאר אין מלבי"ם משלי פרק כג, פסוק כב:
שמע לאביך זה ילדך, מצוהו שישמע ויקבל חקי החכמה מאביו ואל יסתפק בקבלתו שינחיל אותו דבר שקר, אחר שזה ילדך. ואין אב מנחיל שקר לבניו, וכן בקבלך דרכי המנהגים מאמך, אל תבוז מצד שזקנה אמך, ותחשוב שהמנהגים האלה היו טובים לדור ראשון לא לדור החדש, ושהם טובים לזקנים לא לנערים שרתיחת התאוה בוער בם
בן תמליוןגעפילטע פישצוויי פוינטס, איינס אז ס'שטייט אין אדם מוריש, נישט אין אדם אומר שקר לבניו, מסתם מיינט דאס אז ווען ס'קומט צו עקרי אמונה, חיים נצחיים וועט מען נישט איינרעדן די קינדער שטותים.
צווייטענס, איך געדענק נישט פונקטליך די קאנטעקסט פונעם רמב"ם, אבער קען זיין ער מיינט אז א מענטש וועט נישט ביודעים איינרעדען זיינע קינדער אמונות טפילות, אבער אויב איז דער טאטע אויך איינגערעדט וועט ער אוודאי אויך איינרעדען זיינע קינדער, ממילא, דאס אז יאשקע האט געוואקט אויף וואסער האבען מאר די נאנטע תלמודים מיט געהאלטען און איינגערעדט פארן עולם און די עולם האט געגלייבט, אבער די סיפור התנ"ך מיט די אלע אותות ומופתים האט א גאנצע פאלק מיט געהאלטען און אויב א גאנצע פאלק דערציילט דאס פאר זייערע קינדער ווייזט אז זיי גלייבען דערין און אויב זיי גלייבען מיינט אז זיי האבן דאס מיט געהאלטען.
מאכט סענס?
זיכער דאס איז פשט. א טאטע וועט נישט
ביודעים פארקויפן זיינע קינדער באפקעס אויסער אז ער אליין גלייבט דערין.
דאנמאלס וואס זאגט דאס? אז דער וואס האט מיך איבערגעגעבן האט באמת געגלייבט דערין? איז וואס? דערמאנט מיך וואס ר' יענקעלע פלעגט פארציילן א מעשה און אויסרעכענען איש מפי איש פון ווען ער האט עס געהערט ביזן מקור, וועלכער -זאגט ר' יענקעלע- איז געווען א מוחזק שקרן. אבער פון דארט און ווייטער האבן אלע געגלייבט דערין.
פשוט-קאמפליצירטידעןאיך ווייס נישט אויב מע מעג דא פרעגן ווייטער,
קען נישט זיין אז א פאר מענטשן האבן יענע צייטן ווען מענטשן האבן קוים געקענט לייענען, האבן זיי איינגערעד מענטשן אז מע האט געוויזן אותות ומופתים פאר אסאך מענטשן?
אויך ביי יאשקע דערציילט מען אסאך פון זיינע מופתים זענען געווען פאר אסאך מענטשן.
און ווייטער וויזוי איז מעגליך אז די פאר האבן פארקויפט פאר זייערע קינדער די מופתים פון יאשקע אויב סע נישט אמת?
די אותות ומופתים זענען נישט דער יסוד פאר אמונה. און עס קען זייער מעגליך זיין אז יוזל האט אויך געוויזן אותות ומופתים. (מאן יימר אז נישט? די תורה ווארנט קעגן פאלשע נביאים וואס וועלן אפשר ניצן מופתים.)
די מחזה פון הר סיני גייט נישט אריין אין כלל פון אותות ומופתים? און וואס טיט זיך מיטן מחזה יענעם קריסטליכן
שבועות? האט עס ווירקליך פאסירט? איז דאס אויספאנטאזירט? ווארשיינליך יא. סאו, דאס איז זיכער אז 120 מענטשן האבן ליגענט געזאגט, אדער אז א שרייבער האט ליגענט געזאגט איבער א מחזה פון 120 מענטשן (און דריי טויזנעט מענען וועלכן האבן זיך געטויפט יענעם טאג), און היינט גלייבן דערין ביליאנען מענטשן, וועלכע האבן עס געהערט איש מפי איש מפי איש פון א מסורה פון באלד צוויי טויזענט יאר פון מענטשן וואס האבן באמת געגלייבט דערין. ווי קומט דער אין אדם מוריש שקר לבניו אריין דארט?
כ'ווייס נישט וואס ס'מיינט. אבער איין זאך ווייס איך, ס'דא אסאך טאטעס וואס זענען מוריש שקר פאר זייערע קינדער. פארשטיי זיך פאר סיבות וואס זיי האלטן ס'איז וויכטיג.
סיי פרומע וואס ווילן זייערע קינדער זאלן נישט נתפעל ווערן פון מאדערענע, סיי אויפגעקלערטע וואס האלטן זייערע קינדער זענען נישט מוכשר צו וויסן די זייער אמת. און ס'רעדט זיך אסאך מאל פון גאנץ יסודות'דיגע ענינים.
כ'קלער אז מען דארף צווישנשיידן פון "מוריש\מנחיל" ביז "מספר."
אז איינער דערציילט (מספר) פאר זיינע קינדער א באבע מעשה'לע (פאר סיי וועלכע טעכנישע, פראקטישע אדער נארישע סיבה) איז דאס נאכנישט טייטש מוריש. משא"כ ווען איינער ליגט אויפ'ן קראנקען בעט און זאגט למשל: "קינד מיינס, זיי וויסן אז מיר שטאמען פון אידן, און נאר די אידישע אמונה איז דאס ריכטיגע," אדער ביים סדר נאכט ווען ער צייגט א דוגמה "אזוי זענען די אידן ארויס פון מצרים," וכיוצא בו, אט דאס איז טייטש מוריש.
אוודאי דארף קודם דער פאטער זעלבסט וויסן וואס דער אמת איז. ווייל ווען נישט, וועט ער שוין איינמאל מוריש זיין שקרים, און טאקע זאפטיגע!
אז מיין טאטע האט מיר געזאגט אז אין אדם מוריש שקר לבניו, זאל איך עם גלייבען?
לעיקוואדאז מיין טאטע האט מיר געזאגט אז אין אדם מוריש שקר לבניו, זאל איך עם גלייבען?
אויב די איינציגסטע סיבה עס צו גלייבן איז ווייל דיין טאטע האט דיר עס געזאגט, דעמאלט, ניין.
אנאנים, יעצט דארפסטו זען וואס איך בין מרמז אין מיין תשובה צו לעיקוואוד, אז אין אדם מוריש שקר לבניו איז ענדערש א סברא ווי א קבלה.
אויב איז עס א פשוטע סברא פארוואס זוכט מען דא אין דער אשכול דער מקור פון דעם אין ראשונים?
[ציטאט אראפגענומען]
דאס דערמאנט די מעשה וואס מ'דערציילט אויף יענעם מנהל הישיבה, אז ער האט איין טאג אויסגערופן אין היכל הישיבה:
"דער רבי שליט"א האט מיר געזאגט אז איך קען נאכזאגן זאכן אין זיין נאמען, אפילו אויב ער האט עס נישט געזאגט."
און די בחורים האבן פון דעם ארויסגעדרונגען, אז דער מאמר זעלבסט האט אים דער רבי אויך קיינמאל נישט געזאגט...
ריכטיג. בקיצור איז דאס וואס דיין טאטע פארציילט איז בכלל נישט קיין סימן אז סאיז אמת, אויב אזוי פאלט אוועק דער גאנצער מסורה. דאס וואס דא הייבט זיך עס אן מיט אפאר מענטשען און דארט מיט אסאך איז א סברא נאר אויב גלייבט מען לכתחילה אז די מעשיות זענען געווען. אבער אויב איז אין אדם מוריש נישט קיין סברא וייסען מיר נאכנישט בכלל אז עס זאל האבען בכלל עפעס געשעהן אז מיר זאלן דארפן בכלל שוקל זיין צו עס איז מער מסתבר צו גלייבען אז ישו האט געוואקט אויף וואסער אדער אז משה רבינו האט געשפאלטן די וואסער.
(אגב, איך זעה נישט דער גרויסער חסרון פון א זאך וואס האט נאר אפאר עדים און נישט דער גרויסער מעלה פון א זאך וואס האט מערערע עדים. אויב איז מסתבר עס איז געשעהן דארף מען נישט פאר דעם ששים רבוא עדים, איינס אדער אפאר זענען גענוג, און אויב איז נישט מסתבר העלפט נישט אויך ששים רבוא, אויך ששים רבוא קענען דמיונען, ו
האשה מפאטימה עדות לכך).
איך מיין אז דער עיקר סברא פון מסורה איז עפעס אנדערש. עס איז דא א סברא, וואס פיל היסטאריקער נעמען היינט אן לגבי פארשען אלטע מסורות און קולטורען, אז א זאך וואס איז אנגענומען ביי א פאלק מיט א מסורת אז אזוי איז געשעהן, איז געווענטליך דא אין דעם א קערנדל פון אמת, הגם עס כאפען זיך אריין פילע הגזמות און הוספות במשך די צייט. ממילא אויב זעהט אויס אז באופן כללי האט יידושקייט וואס צו פארקויפען, און עס קומט מיט א מסורת אז סאיז אמאל געווען מעמד הר סיני וכו', איז מסתבר אז עפעס איז דארט פארגעגאנגען, ווייל אזעלכע מעשיות בדרך כלל הייבען זיך נישט אן פון די לופט.
"ריכטיג", לו יצויר אז ס'איז א סברא, האט זיך דאך עס ערגעץ אנגעפאנגען, און טאקע דייקא שוין נאכדעם וואס ס'איז געווען צוויי רעליגיעס, און די זיידע וואס האט אליין מיטגעהאלטן דעם מעמד הר סיני האט שוין מער נישט געלעבט, צו קענען קומען זאגן "איך האב געזען".
איז פשט, אז די סברא איז געבוירן געווארן נאכדעם וואס ס'איז געווען א קריגערישע צד וואס האט געטענה'ט אז זייער רעליגיע איז אמת. דעריבער זענען געקומען געוויסע חכמים און אראפגעלייגט א הנחה פון אין אדם מוריש.
איז נאך פאר דו גייסט בכלל אריין אינעם אפטייטש פון אין אדם מוריש, דן צו זיין ווען מ'איז יא מוריש און ווען נישט, טראכט צו די סברא איז בכלל מאסגיבנד, אויב די סברא איז באשאפן געווארן הערשט נאכדעם וואס מ'האט שוין נישט געקענט אויפווייזן דעם אמת. ווייל ביים ערשטן דור (אויב האט מיטגעהאלטן דעם מעמד) האט מען נישט געדארפט דעם סברא. און דאן אויטאמאטיש, איז די רול אז א טאטע קען יא איבערגעבן א ליגנט צוליב א נגיעה. לאמיר זאגן אז ער איז געווען א גרויסע בעל דמיון אדער ער האט געהאט א תאווה צו האבן נאכפאלגער וואס גלייבן אין אים ווי א שליח פון א אפגאט להבדיל.
נאך מער, די קריסטן און די מוסלעמענער, און די בודהיסטן זאגן דאך אויך פאר זייערע קינדער דעם כלל פון אין אדם מוריש. און דארט איז דאך אויך אז די ערשטע דור האט נאך זוכה געווען צו זעהן די נסים מיט זייערע אייגענע אויגן.
יעצט קען מען שוין אריינגיין אינעם עצם קאנצעפט פון אין אדם מוריש. לאמיר זאגן א פוילישער וואס האט דורכגעלעבט ביטערע פינף יאר אינעם קריג, נאכ'ן קריג איז ער אפגעפארן ווייל ער האט פארלוירן די גאנצע משפחה, געהאט אסאך תאוות, אידישקייט איז אים צו שווער געווען, און אן טאפ האט ער געהאלטן אז די ריזן פארוואס ער האט אזויפיהל געליטן איז ווייל ער איז א איד געווען, דערפאר גייט ער דאס פארמיידן פון זיינע קינדער. און אין רעזולטאט איז ער מחליט קיינמאל נישט צו אנטדעקן זיין קינד אז ער איז א איד. סיי ווייל ער וויל נישט זיין קינד זאל אדורכגיין אמאל וואס ער איז אדורך, און סיי ווייל ער שעמט זיך פשוט צו געהערן צו א פאלק וואס זענען אלץ געווען די שלימזלים און זיך אזויפיהל אנגעליטן דוכאויס היסטאריע מיט אזויפיהל בלוטיגע קרבנות... יעצט אזא איינער, מוז נישט זיין אז ער גלייבט נישט אין גאט און אין קבלת התורה.. חלילה, גראדע בענקט ער זיך צו זיין אידישע אפשטאם אבער ער ציהט אויף זיין קינד אלס קריסט ווייל ער האלט אז די חסרונות וואס זיין רעליגיע האט אים געברענגט זענען פיהל מער ווי די מעלות... אבער דאך האלט ער אז די פארעם פון רעליגיע איז קריטיש פאר די וואוילזיין און הארמאניע צווישן מענקיינד.
און ס'נישט קיין ליגנט. אסאך האבן אזוי געטוהן. (ששש. אזוי פארציילן די מעשה ביכלעך) נו, דא האסטע א מענטש וואס איז ביודעים מוריש א שקר פאר זיינע קינדער, אים אויפציעהנדיג אויף א פאלשן רעליגעיזן לייף סטייל.
--------
לעקיוואד האקט..
ידעןאיך פארשטיי נישט די פאר ווערטער וואס דע רמב״ם ניצט פאר א גרויסע ראי׳ צו די אידישע אמונה.
איד די גוי דען יא מוריש שקר פאר זיינע קינדער?
איך זוך שוין יארן מע זאל מיך עס געהעריג מסביר זיין.
אלעס פיין און וואויל א הערליכע שקלא וטריא אויף אהין און צוריק, אבער - ווי דער כוזרי שרייבט שוין - ווען זעקס הונדערט טויזנט מענטשן זאגן אז מ'האט
זיי אליין ארויסגענומען פון מצרים באותות ובמופתים, איז עס נישט וואס זיי האבן געזען אדער געהערט, סאיז נישט שייך צו זאגן אז די ערשטע פאר מענטשן זענען געווען ליגענערס אדע בעלי דמיון, ווייל מ'רעדט פון א ריזן ציפער, און ס'איז עפעס וואס איז געשען מיט זיי בעצם.
קאנצעפט\ ווען זעקס הונדערט טויזנט מענטשן זאגן אז מ'האט זיי אליין ארויסגענומען פון מצרים באותות ובמופתים
קענסט אפשר אויסרעכנען איין טויזנט נעמען פון די מענטשען וועלכע זאגען אליינס?
לעיקוואדקאנצעפט\ ווען זעקס הונדערט טויזנט מענטשן זאגן אז מ'האט זיי אליין ארויסגענומען פון מצרים באותות ובמופתים
קענסט אפשר אויסרעכנען איין טויזנט נעמען פון די מענטשען וועלכע זאגען אליינס?
סאו לויט דיר קען זיין אז ס'האבן זיך צאמגענומען א גרופע מענטשן און אפגעמאכט אז מ'גייט דערציילן אז מ'האט זייערע עלטערן ארויסגענומען פון מצרים, און ס'געווען מכות, און קריעת ים סוף, וכו' וכו', און ס'איז נישט אויפגעשטאנען קיין איינער זאגן אז פשי, טערעסאנט מיין זיידע האט מיר דאס קיינמאל נישט דערציילט! און מיין זיידע איז אויך געווען א אייניקל פון יעקב אבינו?
קען זיין איך פארפאר, אבער די שאלה איז רעלעוואנט סתם אזוי
קאנצעפטלעיקוואדקאנצעפט\ ווען זעקס הונדערט טויזנט מענטשן זאגן אז מ'האט זיי אליין ארויסגענומען פון מצרים באותות ובמופתים
קענסט אפשר אויסרעכנען איין טויזנט נעמען פון די מענטשען וועלכע זאגען אליינס?
סאו לויט דיר קען זיין אז ס'האבן זיך צאמגענומען א גרופע מענטשן און אפגעמאכט אז מ'גייט דערציילן אז מ'האט זייערע עלטערן ארויסגענומען פון מצרים, און ס'געווען מכות, און קריעת ים סוף, וכו' וכו', און ס'איז נישט אויפגעשטאנען קיין איינער זאגן אז פשי, טערעסאנט מיין זיידע האט מיר דאס קיינמאל נישט דערציילט! און מיין זיידע איז אויך געווען א אייניקל פון יעקב אבינו?
קען זיין איך פארפאר, אבער די שאלה איז רעלעוואנט סתם אזוי
איך האב דווקא געשריבען אז סנישט מסתבר. אבער מיין שאלה פון דיר איז אויך רעלעווענט סתם אזוי.
ניין, איך קען נישט זאגן קיין נאמען, אבער דו האלטסט אז אזא מעשה וואלט מען ווען געברויכט געדענקען מיט די נעמען דריי טויזנט יאר שפעטער? קוים וואס איך געדענק מיין עלטער זיידעס נאמען.
אויב אפילו נעמען געדענקט מען נישט, וויפיל נאך פרטים זענען פארגעסן געווארען?
פיין, א גוטע נקודה, וויאזוי האט נאר לעיקוואוד געשריבן פריערט, ״עפעס״ איז זיכער פארגעקומען דארט. און איך וועל מוסיף נופח זיין אז אין אזא פאל סטיקט מען צו וואס מהאט געהערט ביים סדר טיש...
רבותי, עטץ זינגט נישט גוט דעם ניגון, דער סטעיטמעינט איז נישט בניחותא, נאר בתמיהה, אין אדם מוריש שקר לבניו??? זיכער אז יא....
והא ראי'
בעלז
וויזניץ
סאטמער
פאפא
סקווירא
ברסלב
בויאן
ליבאוויטש
באבוב
מוסורניקעס
ישיביש
חסידיש
סדיגורה
ספינקא
ספינקא
ספינקא
ספינקא
ספינקא
ספינקא
ספינקא
ספינקא
ספינקא
ספינקא
ספינקא\לעלוב\נאדבורנא\קרעטשניף וכו וכו
אינטערעסאנט צו באמערקן אז יוליוס שטרייכער ימח שמו וזכרו האט גענוצט אזא סארט ראיה אז אידן הרג'נען קריסטן, וז"ל:
"The knowledge of Jewish ritual murder is thousands of years old. It is as old as the Jews themselves. The Gentiles have passed the knowledge of it from generation to generation, and it has been passed down to us through writings. It is know of throughout the nation. Knowledge of ritual murder can be found even in the most secluded rural villages. The grandfather tells his grandchildren, who pass it on to his children, and his children's children, until we have inherited the knowledge today.
It is also befalling other nations. The accusation is immediately raised loudly, anywhere in the world, where a body is found which bears the marks of ritual murder. Historically, the accusation is raised only against the Jews. Hundreds and hundreds of other races, tribes, and nations live on this earth, but no one has ever attempted to accuse them of the planned murder of children for religious purposes. All nations have hurled this accusation against the Jews, and many great men have confirmed the accusation.
אין אדם מוריש שקר לבניו
📎 IMG_6544.jpg
התניא בחינוך קטן.
ער ענטפערט נישט אז דאס איז כדי צו מחזק זיין די אמונות אמיתיות, און דאס איז די מעליותא אז עס זאל בלייבן (איך פארשטיי אז ער וויל נאר ארויסברענגען א פונקט בנוגע חסידות).
(ווי אויך איז מערקווידיג צו באמערקן אז וואו די רמב״ם רעדט פון אמונות הכרחיות, מו״נ ח״ג פכ״ח, איז עס אינ׳ם קאנטעקסט פון מחזק זיין די מפורסמות [Apparent Truths] ווי איידער די מושכלות [Necessary Truths] (עיין לעיל שם בח״א פ״ב).)