☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » וואס טראכט יענער?

וואס טראכט יענער?

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6971

אויסלייזער » פרייטאג אוגוסט 15, 2014 3:38 pm

· #217027
וואס טראכט יענער?
וואס טראכט יענער?

א גוטן ערב שבת "ותאמר", מנחם אב תשע"ד.

בעוה"ר איז מיר פארמעקט געווארן א לאנגע אפהאנדלונג מיט עטליכע וואכן צוריק, פון די אנדערע זייט האבן מיר מקובל פון רבין הלכה למעשה אז "אין שום יאוש בעולם כלל", וועל איך דעריבער פראבירן א צווייט מאל, although אביסל אין קורצען.

אין די פאלגענדע שורות/אשכול וויל איך אויסשמועסן דעם ענין פון אריינקריכן אין א צווייטענס מוח אויף צו פארשטיין יענעמ'ס – לכאורה אומפארשטענדליכען – לאגיק. עס איז ווייט פון א זיכערע אנאליז, ווייל ווען אונז קריכען אריין אין יענעמס מוח, נוצען מיר אונזער אייגענע לאגיק, און סאיז שטארק יתכן אז יענעמס לאגיק איז ווייט ווייט אנדערשט – ווי מ'זאגט – גע'ווייערט.
לאמיר אנהייבן מיט אזא סצענע. איך קוק ארויס פון פענצטער און איך זעה מיין שכן קומט ארויס פון זיין הויז, און זיין קאר איז געווען די איינציגסטע אויפן גאס וואס איז געבליבן שטיין אויף די זייט וואס מ'האט יענעם טאג גערייניגט. עס איז שוין געווען א האלבע שעה אריין אינעם שעת-איסור, און די פאליציי האבן שוין אריינגעשטעקט זייער עונש'ל כנהוג. – דער אינגערמאן שפאצירט אזוי מיט א קאווע "מיט א דעקל", דערנענטערט זיך צו זיין קאר, און באמערקט דעם טיקעט.
וואס איך וואלט געטוהן אין אזא מצב, איך וואלט מן הסתם געזאגט א מיאוסע ווארט, א שין אדער א פ, און אראפ גענומען דעם טיקעט פונעם פענצטער, און – ווי מ'זאגט – איינגעמאכט. אריינגעלייגט דעם טיקעט אין טאש, וכדומה. דער אינגערמאן אבער האט יא געלאזט דעם טיקעט במקומו מונח, און זיך אריינגעזעצט אין קאר כאילו לא היה. – פופצען מינוט שפעטער, ווען איך בין געווען אויפן גאס, זעה איך אים דורכפארן אן אנדערע גאס, און זיין טיקעט איז נאך אלץ דארט.
עד כאן המעשה שהיה.
וואס איך פראביר צו פארשטיין איז: פארוואס האט ער נישט אראפגענומען זיין טיקעט פונעם פענצטער?

[list]1 צו וויל ער ווייסען אז עס גייט אים נישט אן די 45 דאללער, און עס פאסט אים נישט זיך אפילו וואוסענדיג מאכן דערפון?

2 צו פלאנט ער עס צו fight אין געריכט, און ער איז זיכער אז ער גייט געווינען ווייל זיין VIN איז אביסל צוקראצעט, און דאס וויל ער ווייזען פאר יעדעם, אז ער איז העכער דעם געזעץ (און מענטשליכקייט)?[/list:u]

ונבנתה העיר » פרייטאג אוגוסט 15, 2014 3:43 pm

· #217028
אפשר פלאנט ער צו פארקן דערמיט ביי א פאמפ?

פישלע העררינג » פרייטאג אוגוסט 15, 2014 4:34 pm

· #217031
וואס ליגט טאקע ביי איינעם אין מח, וואס איז זיין לאגיק, ער באטראכט זיין שכן ארויסקומען פון זיין הויז, ער באטראכט יענעם'ס קאווע צו ס'האט א דעקל צו נישט, ער באטראכט יענעם'ס קאר צו ס'האט א טיקעט צו נישט, און ער שטייט נאך יעצט אין טראכט איבער יענעם וואס יענער טראכט.

וואס טראכט אזא מענטש? וואס איז זיין לאגיק?

קאווע טרינקער » פרייטאג אוגוסט 15, 2014 4:34 pm

· #217032
וואס פאלט אייך איין אז יענער טראכט בכלל?

ונבנתה העיר » פרייטאג אוגוסט 15, 2014 4:40 pm

· #217033
ביי אונז (?) האט מען געזאגט 'טראכט נישט וואס א פערד טראכט, ווייל ער טראכט נישט'.

דריידל » פרייטאג אוגוסט 15, 2014 5:09 pm

· #217034
פישל'ע העררינג
וואס ליגט טאקע ביי איינעם אין מח, וואס איז זיין לאגיק, ער באטראכט זיין שכן ארויסקומען פון זיין הויז, ער באטראכט יענעם'ס קאווע צו ס'האט א דעקל צו נישט, ער באטראכט יענעם'ס קאר צו ס'האט א טיקעט צו נישט, און ער שטייט נאך יעצט אין טראכט איבער יענעם וואס יענער טראכט.

וואס טראכט אזא מענטש? וואס איז זיין לאגיק?

און דאס איז שוין געשריבן בקיצור. שטעלט דיך פאר וואסארא גע'טראכט'צכטער די אריכות'דיגער ארטיקל האט אלץ געהאט

אויסלייזער » זונטאג אוגוסט 17, 2014 5:27 pm

· #217155
ונבנתה העיר
אפשר פלאנט ער צו פארקן דערמיט ביי א פאמפ?

פון דעם האב איך נישט געטראכט.

למעשה זעהט מען גאנץ אפט דרייווערס מיט טיקעדס, ווי איך פארשטיי ווילן זיי שפילען "גרויס".
זיי כאפן נישט אז מיט דעם שרייען זיי אויס "שוטה ובעבי אני".

ברסלבער » זונטאג אוגוסט 17, 2014 5:31 pm

· #217156
אפשר האט ער עס פשוט נישט באמערקט?

איינגעמיירעט » מאנטאג אוגוסט 18, 2014 9:05 am

· #217252
איך גיי באלד ארויס צו מיין קאר,און איך גיי מיר ארייננזעצן און פארען מיטען טיקעט.
וועל איך דיר מסביר זיין וויאזוי מיין קאפ ארבעט.
איך בין קוים אויפגעשטאנען,קוים ארויס פון שאוער,איך בין נישט ביכולת נאך צוטראכטען פון גארנישט,ממילא גיי איך escapin די טיקעט,כאילו סאיז נישט דא,און איך גיי אנפאנגען מיין טאג,שפעטער ווען איך גיי אריינגיין און שוואונג העל איך קעיר נעמען.

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 18, 2014 2:01 pm

· #217285
ונבנתה העיר
אפשר פלאנט ער צו פארקן דערמיט ביי א פאמפ?

דאס איז בעצם א גוטער איינפאל. נאר נישט זייער נוצליך. ווייל די רשעים, די אנגעשטעלטע פונ'ם טרעפיק דעפט. קוקן א דורך א יעדן טיקעט וואס ליגט שוין אויף די קאר. אבער במקומו וואו ער האט באקומען דעם טיקעט קען ער יא לעגאל פארקן פאר פיהר שעה. בכח פונ'ם ערשטן טיקעט. לעומת וואס איך זעה א סאך מאל תמימות'דיגע מענטשן וואס אויב זיי האבן שוין באקומען א טיקעט פאר פארקינג, אדער אן אנדערע ווייאלעישן, נעמען עס אראפ מיט גרויס הארץ ווייטאג און גייען צוריק אריין אין שטוב... 😕 😎 🙄 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮