☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » סעיל!!! כעס, בלויז 151 תענתים, ליצנות, בלויז 120, נטילת.....

סעיל!!! כעס, בלויז 151 תענתים, ליצנות, בלויז 120, נטילת.....

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6963

ישראל קאפקע » דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 2:17 pm

· #216822
סעיל!!! כעס, בלויז 151 תענתים, ליצנות, בלויז 120, נטילת.....
איינע פון די גרויסע בענעפיטן פון הערן טעגליך קול מבשר, איז אז מען הערט פון אלע סעילס און ספעשילס,

אויב האט איר געהערט היינט #111 זענט איר לאקי!

"די נייעס היינט איז געספאנסערט דורך חבורת מהרח''ו
אויף די נאמען פון רבי חיים ויטאל זי''ע, וואס גרייטן זיך אפצורעכטן א תיקון גדול ונוראה, וואס עס האט מגלה געווען גי ארי הקודש, וויאזוי דער מענטש קען זיך אויסלייזן פון אלע עבירות, וואס מען האט ח''ו עובר געווען דורכאויס דעם גאנצן לעבן,
דעם גילוי גייט מיט ספעציעלע ציפערן, פון תענתים פאר יעדן חטא באזונדער,
פאר כעס, 151 תענתים,
ליצנות, 120 תענתים,
עסן אן נטילת ידיים, 27 תענתים,
און אזוי ווייטער,
מער וועגן דעם דרוקט יעצט סטאר דערנאך זיראו,"

אויב האט איר געזינדיגט ח''ו רופט 1917-471-0000
(מיר וועלן גערן נעמען אייער געלט און קעיר נעמען פון אלע אייערע עבירות)

איך האלט אז עס איז א געפערליכע ליצנות זיך צו אנאנסירן אזוי אויף קול מבשר,
סאיז א בושה און א חרפה אז אזא 'חבורה/ביזנעס' זאל ספאנסערן נייעס, נאך מיט פונקטליכע פרייזן פאר יעדע עבירה!

איך אויך » דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 5:09 pm

· #216853
פשיהא א אשכול ווי קאפקא מיט אתא זענען מסכים! אה עס איז נאנט צו חמשה עשר באב און לאוו איז אין די לופט.

שרייבער » דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 5:35 pm

· #216856
אלמלא לא שמעתיו לא האמנתיו, א באנדע ליצים!!!

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 5:59 pm

· #216861
כ'דענק אז חי'(ים לייב) רוטל ווייס האט שוין געהאט פאר ל"ג בעומר אזא סעיל, ער האט עס נישט געוואלט אוועקגעבן פאר א פעני ווייניגער טענה'נדיג אז ער געט שוין קאסט-פרייז אזוי אויכעט...

diff » דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 8:50 pm

· #216894
Contacted them, They say if you have a nick its double