☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » מוצאי שבת נחמו תשע"ד און סקולען

מוצאי שבת נחמו תשע"ד און סקולען

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6957

אויליגער » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 6:42 pm

· #216695
מוצאי שבת נחמו תשע"ד און סקולען
ווי באקאנט פראוועט אדמור מסקולען יעדע יאר מוצאי שבת נחמו א סעודת הודאה צו לויבן השם יתברך פאר די נסים וואס ער האט געהאט ביים געראטעוועט ווערן פון די רוסישע רשעים.
א יעדע יאר איז דאס א הערליכע מעמד ווי הונדערטער יודן פון אלע חסידות'ער און קרייזען זענען זיך צוזאמגעקומען תחת קורת גג אחת
אבער היי יאר איז דאס נישט פארגעקומען מפני סיבות שאיני יודע
וויל איך פרעגן מה נשתנה השנה הזה מכל השנים ווייסט איינער די תירוץ? (חוץ עבדים היינו)

קאוועניק » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 7:45 pm

· #216716
איז ער נאך ביי די כוחות? כקען טראגען מיין בחור תפילין לייגען?

petergrifin » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 8:16 pm

· #216730
אויב איז עס װעגן פאליטיק דעמאלסט שפײ עס אויס און אז נישט פארװאס אין צימעס?

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 8:50 am

· #216771
א. עס איז שוין נישט דא אין איחוד קיין גרויסע מלוה מלכה, ממילא פעלט עס נישט אויס.

ב. סקולען באקומט שוין זייער דאסעדזש פון עטענשאן פון די אינטערנעט אסיפות לאסיפותיהם, איז עס אן איבריגע זאך. פארוואס זאל מען ספענדן אייגענע געלט פאר אטענשאן, ווען מען קען בעטן איינטריט געלט און באקומען מער אטענשאן?

מח-החושב » דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 9:41 am

· #216781
וואס האקט מען דא א טשייניק

<a class="postlink" href="http://www.jdn.co.il/news/379954">http://www.jdn.co.il/news/379954</a>

דולה ומשקה » דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 2:08 pm

· #216821
אקעי פופציג יאר צוריק איז הרב פאטריגאל געזעצן אין א תפיסה אינטער דער מלכות הקאמיוניסט, אין דער נאך האט מען איהם ארויס געלאזט, נו, מה רעש?

(אוי אנטשולדיק כ"ק מרן הגאון הקדוש שר התורה אדונינו מורינו ורבינו, וכו' וכו' בן בנו של וכו', רבי ישראל אברהם מסקולען שליט"א)

די סקולענער זוכט ווי אימער זיי קענען נאר מאכען אביסל גערודער, יום הצלה, זיך מיט געכאפט אויף א המצאה, ער איז ארויס פון דזשעיל. אקעי ווילאנג איז דער שיעור צו טראמפייטערן אז ער איז געזעצן אין חד גדיא?

איך אויך » דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 5:18 pm

· #216855
אזוי הארצלאז און נאריש ביסטו?

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 6:54 pm

· #216878
וואס איז ער שולדיג אז ער איז נישט געווען ביי די דייטשן ימ"ש און זיך ארויסגעראטעוועט פון דארט?

עס איז היינט א סטייל אז יעדער דארף א יום הצלה, צוליב סאטמאר. ווען סאטמאר יום הצלה זאל ווען נישט זיין קאמבינירט מיטן יערליכן דינער וואלט עס שוין לאנג אונטער געגאנגען.

קרעטשניף פייערט א יום הצלה וואס אינוואלווד דעם אלטן רבי'ו ר' הערשעלע, מיט בנו היושב על כסאו בירושלים, ר' ניסעלע.

דער סיבת הנס?

א קאר עקסידענט..

ערליכער איד » זונטאג אוגוסט 17, 2014 8:42 pm

· #217199
פארוואס טאקע דארפן אלע היינטיגע מסיבות זיין געבויט נאר פאר פיקטשערס, ווען נישט אזוי לאנג צוריק האט זיך איעדע ערליכער איד זיך געשעמט צו לאזען פארטגראפירען, וועגען דעים האלט איך אז אלע מסיבות מיט אסיפות זענען א שטיק ליצנות, עס נאר געמאכט פאר די פיקטשערס

אויליגער » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 12:53 am

· #217376
מח-החושב
וואס האקט מען דא א טשייניק

<a class="postlink" href="http://www.jdn.co.il/news/379954">http://www.jdn.co.il/news/379954</a>

מרעדט נישט פון עפעס א קליינע לחיים וואס קוקט אויס ווי א פירות טיש!
בכל שנה ושנה איז דא א געפאקטע עולם און א גרויסע טענט. ווי איז דאס אלעס פארשווינדען געווארן

קדש הילולים » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 4:53 pm

· #217656
דולה ומשקה
אקעי פופציג יאר צוריק איז הרב פאטריגאל געזעצן אין א תפיסה אינטער דער מלכות הקאמיוניסט, אין דער נאך האט מען איהם ארויס געלאזט, נו, מה רעש?

(אוי אנטשולדיק כ"ק מרן הגאון הקדוש שר התורה אדונינו מורינו ורבינו, וכו' וכו' בן בנו של וכו', רבי ישראל אברהם מסקולען שליט"א)

די סקולענער זוכט ווי אימער זיי קענען נאר מאכען אביסל גערודער, יום הצלה, זיך מיט געכאפט אויף א המצאה, ער איז ארויס פון דזשעיל. אקעי ווילאנג איז דער שיעור צו טראמפייטערן אז ער איז געזעצן אין חד גדיא?

ס׳זעט אויס אז דו ווייסט נישט וואס די ווארט ״סקולען״ מיינט...
אין סקולען, אויב עס איז איינמאל געווען עפעס א נס, סייעתא דשמיא, און אפילו אן חוץ לדרך הטבע׳דיגע ניסים, דאנקט מען און מען לויבט דעם אויבערשטען אהן אויפהער! מען וועט קיינמאל נישט פארגעסן דערפון!

ליפא » זונטאג אוגוסט 2, 2015 1:52 pm

· #293319
פארוואס איז עס געווען נעכטן אין בארא פארק?

דריידל » זונטאג אוגוסט 2, 2015 2:40 pm

· #293335
נישט מער ווי פאסיג צו מאכן די נעקסטע כינוס כלל ישראל אויף מוצאי שבת נחמו.

עסקנים, עטץ האטס א גאנץ יאר עס אויסצופלאנירן.

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 2, 2015 10:35 pm

· #293418
מי שאמר לאלף שמות שישתנה יאמר לר"ח סיון ונאמר אמן.

אבי גערעדט » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 12:13 am

· #296670
Re: מוצאי שבת נחמו תשע"ד און סקולען
ווייסט איינער וואס די פרשה מיט'ן גבאי פריעד איז געווען? ער איז געפלויגן פון דארט בבושת פנים, כ'בין נייגעריג וואס דארט איז דעווען, ווער האט אים געווארפן? פארוואס?

פלעין יודיש » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 7:30 am

· #296724
כ'גלייב נישט
ער איז דאך געווען די משה גבאי דארט