☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » Tony Stewart

Tony Stewart

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6952

פליקער » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 11:40 am

· #216610
Tony Stewart
א שוגג אדער א מזיד

דעי געוועיזענע מוצאי שבת נחמו איז געוועין א נעסקאר רעיס אין Canandaigua Motorsports Park in New York עס האבן דארט גערעיסט בתוך פילע רעיסערס צוויי אינדיווידיאלן איינער א וועטערן רעיסער ביים נאמן טאני סטוערט א וועטעראן רעיסער מיט א היסטארי פון זיין זייער שטארק אגרעסיוו, מיט גאר ווילדע שרעק אנווארפענדע מאנאווערע'ס, אויך איז דארט געוועין א אינגע 20 יעריגע רעיסער Kevin Ward Jr. וואס דער לעצטער האט עפעס זיך פארטשעפעט מיט סטוערד, מיט א קליינע מאנאווער פון סטוערד האט ווארד זיך גענימען דרייען ווי א טרענדעל, וואס האט אים שטארק ארויס גענימען פון די כלים, און האט מחמת כעסו געמאכט א שוידערליכען טעות, ער איז ארויס געקומען פון די ספרינטער, געוואלט אנ'שגץ'ן דעים סטוערד וואס איז אויך געוועין מלא חמה, וואס פינקטלעך דער ווארד האט געצילט ווייסט מען נישט אבער וואס האט פאסירט איז שרעקליך, דער סטוערד האט מיט א ווילדען עקסעלרעישן געמאכט א מאנאווער און איבער געפארן דעים אינגען ווארד, און פארשניטען זיין לעיבן, א ווידיא פינעם אינצינדעט איז פארהאן, נישט פאר די שוואכע הערצער, אבער דערווייל איז נאך נישט דא קיין קרימינאלע קלאגעס, עס איז נאך אינטער אינוועסטיגעשן.

פליקער » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 3:41 pm

· #216640
שווער צי זאגן, ער האט אים לכאורה נישט ג'הרגט במזיד, מען זעיט דאך קלאר אז ער איז געפארן אינדע זייט, אבער די שאלה וואס איך האב, איז צי טאני איז שילדיג און זיין מארד, ווייל מען הערט קלאר א עקסעלערעישן, דאס טייטש ער האט אים קלאר געזעין, און ער האט אים ווי משטיינג געזאגט, געוואלט שיקן א קלארע מעסעדש, ממילא משום הא, איז עס שוין נישט קיין שוגג אויב ער האט אים אריין געריקט, למשל אויב איינער שיסט א ווארענינג שאס, און עס הרג'ט יא, הכי שוגג נקרא,

קאוועניק » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 7:48 pm

· #216717
קען נישט זיין אז ער האט געגלישט אלס שרעק? (קען ער דאס נישט טענהן?)

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 7:59 pm

· #216720
מפי השמועה.וואס איך האב געהערט היינט פון אזוי-גערופענע עקספערטס, אז טאני סטוארט האט עקסעלערעיטעד, וויסנדיג אז די קאר וועט זיך דרייען אויף רעכטס. בכוונה איהם אנצושפריצן מיט בלאטע. נאר די טריק איז צו גוט געלונגען. און ער האט איהם אראפגעקלאפט. איז די שאלה. אפשר הייסט דאס גאר מתעסק?!.. 😕 🙄 😈 😈 😠 😳 😢 😞 😉 😮

קאפקעיק » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 8:01 pm

· #216723
קאוועניק
קען נישט זיין אז ער האט געגלישט אלס שרעק? (קען ער דאס נישט טענהן?)

און אפשר האט ער געגליטשט ווייל זיין טאטע האט עם געפייניגט?!
#דז'אסט קידדינג,
איי מין, א פעסטע עקסעליריעשן הייסט געגליטשט?!

פליקער » דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 12:45 am

· #216753
נישט פארגעסן, ער איז גאר א פראפעסיאנאלער דרייווער, מאכט נישט קיין טעותים, ער האט זיך פארלוירן מחמת כעס מסתם