☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » 0 סעקונדן פון רום

0 סעקונדן פון רום

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6951

ונבנתה העיר » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 12:42 am

· #216573
0 סעקונדן פון רום
השמש יצאה מנרתיקה, אף סיהרא באשלמותא,
אך נפשי עלי שפל, רוחי בתוכי נופל,
פתאום יד עלי היתה, בציציות ראשי הוציאני החוצה,
נים ולא נים, הנה אחרון הבתים,
תיר ולא תיר, יצאתי את העיר.

הניחני בתוך הבקעה, ואני שכולה וגלמודה,
אך את דלת נפשי אתי, ואעש אותו לאיש שיחי,

שלום עליך נפשי היקרה, מה תוגך – למה זה רוחך עכורה,
האם ממקרי הגוף יפגעוך, כי תאמר הנה השיגני יגון או אנחה,
הלא כנפי נפש לך, באיוויך יוליכוך למחוז חפצך,
תרצה תסתכל בגרמי מעלה, תואיל תטייל בנוקבת תהום רבה.

עולמות אהבוך – שמות ופרצופים, עקודים נקודים וברודים – לפניך פרוסים,
גם נובלות חכמה אשר בנו להם בני האדם, הכר נא – ראה ועשה כתבניתם,
אם לפיזיקה אם למוזיקה, לאסטרונומיה או לגיאוגרפיה,
הלא הכל לפניך, ואיך זה רוחך עכורה עליך.

דעמם... דע העק מיט די שיינע פראזן... אידיש פארשטייט איהר?! אן אויסגעקלאפטע זעהל דערשפירט איהר?! איהרע זידיגע טרערן זאמלט איהר?! נעה... דאס לאזט פאר איהר שאפער, כי כוס ביד ה', עפעס וועט ער שוין מאכן דערמיט, אפשר איהרע בלוט-וואונדן אפשווענקן? אפשר גאר איהר צו דערקנעטן א טרייסט וועט ער זיך דערקראצן... שוין, דערווייל היט ער איהר אין זיין אומאנפילבארע קריגל, יהא מונח עד שיבוא אליהו.

אבער אז ער היט איז געהיטן, איהר זעהט? ווען ער נעמט עפעס אונטער זיינע פליגל ווערן זיי א וועזן, איך – פון די אנדערע זייט - מוטשע זיך, טראכט און טראכט, טראכט און דערטראכט זיך נישט.

צדיק ורע לו? בחירה? עוועלוציע? קופערניקעס? רבי ז"ל? רמב"ם? יידל, געפילטע פיש, יאיר, לעיקוואד, בערל בעל עגלה, טאמבל סאס, מוח שליט, אנאנים, כוכב? אפשר גאר שמעקעדיג? נעה... איך בין צו דאר פארדעם.

יוסיף דעת יוסיף מכאוב! שרייעט א קול פון ווייבער שול.

נו, שוין געהערט אזעלעכס... כ'האף אז ברכת התורה האט איהר שוין געזאגט, כ'וואלט אייך אפשר צוריקגעשריגן חכמים המה להרע, וואלט איהר מסתמא געשאפן עפעס א קאצקע ווארט, להרע! אבער א חכם זיין!

איהר פארשטייט וואס איך מיין? אז מיר וועלן זאגן אז – פאר קיין איד געדאכט – איך אטעם אפ אלע מיינע גאט-געשאנקענע יאהרן זיך ווייקענדיג אין יסורי איוב, כבר הי' לעולמים, נו? איז עס דען א פאקט? היש יסורים בלא זכרון? א רגע נאכ'ן פארמאכן די אויגן ווייסט נישט קיינער, שפירט נישט קיינער און געדענקט נישט קיינער אז איינער האט זיך דא געמוטשעט אכציג יאהר, ווי ער טרעפט זיך אין קבר איז דער דמיון פארטיג, עס איז קיינער נישט קאנטשעס אז עפעס א גרעי מעטטער פון א געמויזעכטס פון פלייש, ביין און בלוט האט באקומען סיגנאלן אז עס גייט איהם נישט גוט.

אט האט איהר געציל, קיין חכמה אין די וועלט האט ער נישט אויסגעלאזט, ויחכם מכל האדם, יעדע סייענס און פילאזאפיע, מוזיק און ארט, צו גאט און צו לייט, אבער איז עס דען עפעס? פון אין סוף זמן האט ער אראפגעציפט אכציג יאהר אוו פעים, איהר ווייסט וואס 80 איז לגבי אין סוף?

איז ער מער ווי א ראבאטישע קאמפיוטער וואס פאלט צו די מיסט ווען זיין צייט קומט? לא ידע בשכבו ובקומו, וואס איז? ער האט געפיהלן? גייט גיבט א בליק אינעם קבר זיינעם, לך אל הנמלה, איך פארזיכער אייך אז זיי דערקוויקן זיך מיט זיין הארץ, הגם אין שטאט האט מען געשמועסט אז זי איז פון גאלד געגאסן.

זייט אייך משתטח אויף קופערניקס' קבר, וואס מיינט איהר ליגט דארט מתחת פני האדמה, א סקעלעטאן, וואס איז דאס א סקעלעטאן, פרעגט איהר? עה, גארניט, עס איז אזא שיינע נאמען וואס די לעבעדיגע האבן געגעבן פאר אפאר ביינער וואס האבן אמאל געהאט די מעגליכקייט זיך צו רירן א סענטימעטער אינעם אין-סוף'דיגן אונעווערס דורך זיך ציען אביסל עצם אל עצמו.

אה! ביינער! דאס איז דאך שוין עפעס א דבר מסויים, אט דאס זענען די ביינער פון קופערניקעס, ניין, מיינע פריינט, אל תנחמוני הבל, 'ביינער' איז אזא סארט ראשי תיבות פאר א געמישעכטס פון פראטין און קאלסיום, יא, דאס וואס די יעניגע פארקויפן אייך אלס ווייטאמינען, איז דאס מער מציאות ווי די שטויב אויף אייער ספרים שאפע? גראדע זענען די שטויבעלך אפגעשטארבענע הויט-צעלן - אייער געשינדענע הויט, וואו ווייט דארף מען שינדען אנצוקומען צו אייך אליין? אדער זענט איהר גאר בסך הכל נאכנישט-געשטארבענע שטויב?

ווייסט ער דען, דער קופערניקעס, אז עס דרייעט זיך א וועלט איבער א געדאנק וואס זיין מוח האט געטראגן און זיין קול געבוירן? גרייכען איהם בלאך'ס קללות – קאפקע'ס יללות?

אז מען רעדט שוין, וואס מאכט גרעגאר?

און אז איהר האט יא א בליציגע השגה אין גרעגאר וועט דער ראווער אויף מאדים אנדערש גראבן אין זיין בעל אכסניא?

וועט א אינגערמאן אין אשדוד מקדים זיין זיין עדות'שאפט אז גאט האט די אומגרייפבארע אונעווערס באשאפן אין זעקס טאג – ויש גורסין 14 ביליאן יאהר – און די זיבעטע טאג האט ער גערוהט?

איין מינוט... די זיבעטע טאג? און וואס האט ער געטוהן אויפן אכט'ן? קיינע שידוכים האט ער דאן נישט אויסגעפיהרט, אפשר האט ער באוואונדערט ווי איין ברודער ווייסט אזוי גוט וואו דער צווייטער געהערט?

איהר כאפט? דורכאויס אין סוף זמן האט ער געמאכט א געפ פון 14 ביליאן יאהר, עפעס אזא טיאטער וואו עס שפילט א ראמאנטישע-קאמעדיע, קומט א דראמאטישע ענדע? אדער וועט איין שיינעם טאג אנהייבן לויפן די קרעדיטס אויף א 'די ענדע' הונטערגרונד?

שא! שא! דער רב"י קומט... דער רב"י קומט...

יאיר » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 12:54 am

· #216575
כַּאֲשֶׁר נָתַתִּי אֶת-לִבִּי, לָדַעַת חָכְמָה, וְלִרְאוֹת אֶת-הָעִנְיָן, אֲשֶׁר נַעֲשָׂה עַל-הָאָרֶץ: כִּי גַם בַּיּוֹם, וּבַלַּיְלָה--שֵׁנָה, בְּעֵינָיו אֵינֶנּוּ רֹאֶה. יז וְרָאִיתִי, אֶת-כָּל-מַעֲשֵׂה הָאֱלֹהִים, כִּי לֹא יוּכַל הָאָדָם לִמְצוֹא אֶת-הַמַּעֲשֶׂה אֲשֶׁר נַעֲשָׂה תַחַת-הַשֶּׁמֶשׁ, בְּשֶׁל אֲשֶׁר יַעֲמֹל הָאָדָם לְבַקֵּשׁ וְלֹא יִמְצָא; וְגַם אִם-יֹאמַר הֶחָכָם לָדַעַת, לֹא יוּכַל לִמְצֹא.
א כִּי אֶת-כָּל-זֶה נָתַתִּי אֶל-לִבִּי, וְלָבוּר אֶת-כָּל-זֶה, אֲשֶׁר הַצַּדִּיקִים וְהַחֲכָמִים וַעֲבָדֵיהֶם, בְּיַד הָאֱלֹהִים; גַּם-אַהֲבָה גַם-שִׂנְאָה, אֵין יוֹדֵעַ הָאָדָם--הַכֹּל, לִפְנֵיהֶם. ב הַכֹּל כַּאֲשֶׁר לַכֹּל, מִקְרֶה אֶחָד לַצַּדִּיק וְלָרָשָׁע לַטּוֹב וְלַטָּהוֹר וְלַטָּמֵא, וְלַזֹּבֵחַ, וְלַאֲשֶׁר אֵינֶנּוּ זֹבֵחַ: כַּטּוֹב, כַּחֹטֶא--הַנִּשְׁבָּע, כַּאֲשֶׁר שְׁבוּעָה יָרֵא. ג זֶה רָע, בְּכֹל אֲשֶׁר-נַעֲשָׂה תַּחַת הַשֶּׁמֶשׁ--כִּי-מִקְרֶה אֶחָד, לַכֹּל; וְגַם לֵב בְּנֵי-הָאָדָם מָלֵא-רָע וְהוֹלֵלוֹת בִּלְבָבָם, בְּחַיֵּיהֶם, וְאַחֲרָיו, אֶל-הַמֵּתִים. ד כִּי-מִי אֲשֶׁר יבחר (יְחֻבַּר), אֶל כָּל-הַחַיִּים יֵשׁ בִּטָּחוֹן: כִּי-לְכֶלֶב חַי הוּא טוֹב, מִן-הָאַרְיֵה הַמֵּת. ה כִּי הַחַיִּים יוֹדְעִים, שֶׁיָּמֻתוּ; וְהַמֵּתִים אֵינָם יוֹדְעִים מְאוּמָה, וְאֵין-עוֹד לָהֶם שָׂכָר--כִּי נִשְׁכַּח, זִכְרָם. ו גַּם אַהֲבָתָם גַּם-שִׂנְאָתָם גַּם-קִנְאָתָם, כְּבָר אָבָדָה; וְחֵלֶק אֵין-לָהֶם עוֹד לְעוֹלָם, בְּכֹל אֲשֶׁר-נַעֲשָׂה תַּחַת הַשָּׁמֶשׁ.

ישראל קאפקע » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 1:01 am

· #216577
זייער פאסיג
כהאב נארוואס געענדיגט וואטשן world's greatest dad לכבוד דעם נפטר ראבין וויליאמס,
און דא טרעף איך מיינע געפילן אזוי עלעקווענט אראפגעלייגט, ישר כח.

כוכב » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 7:29 am

· #216594
וויי געוואלד, דער מאטעריאליסטישער גוף איז דאך בלויז א צייטווייליגער גאסט-געבער. די ריכטיגע מציאות פון דעם מענטשן איז דאך די זעלע, א חלק אלוקי ממעל, א סובסטאנץ פון כולו אור, פון הונטערן כסא הכבוד געפלאכטן אלס אן עקזיסטענץ פון בלויז פארגעניגן.
וועט קומען דער גליקליכער טאג וואס זי וועט זיך פאראייניגן מיט'ן אייביגן אייביגקייט, און דער אפגעניצטער גאסט הויז וועט געפינען איר רו דארט וואו זי געהערט און שפירט באקוועם , מיט'ן זיך צוריקקערן צו איר אריגינעלער פארמאט פון עפר אני בחיי.
אלנפאלס, א wow פאר גבאי ונבנתה.

ונבנתה העיר » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 1:53 pm

· #216622
יא יא, כוכב, זאגסט גוט, בסוד דער רבי קומט.

קינד_אן_קייט » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 11:32 pm

· #217740
מראש צורים אראנה
ואוזני תצילנה
קול נהי בכי תמריר
ותהם העיר

מגבעות אביטה
ונפשי עלי עגומה, שרוטה
במה אקדם פני אלופי?
אענה דבר? חורפי

אחרי שובי
ניחמתי
אתה בן אדם
מה לך נרדם

קום רד קהלתה
מחור הגדגד יטבתה
עיר קטנה ואנשיה בני תמותה
ומצא בה איש מסכן חכם, ונבנתה

ואפתח את פי
אל תהי מרי כבית המרי
חדל ממך, חזון העצמות היבשות
הן גאלתי אותך אחרית כראשית

מי כהחכם יודע פשר
חיים עלי אדמות, חיים של גשר
טובה חכמה מגבורה
וביום ההוא תהיה מסלה

ממגדל חננאל שער הפנה
הנה החיצים ממך והנה
אכן, ימים באים, ובעת ההוא אצמיח
אני הוא ולא אחר, לא ע״י מלאך ולא ע״י שליח

ואיקץ והנה חלום
והלא דבר הוא, כי הביאנו עד הלום
בא החלום ברוב ענין
הה״ד סתירת זקנים בנין

ראשית, חכמה! והיא לאות
לך אכול את המגילה הזאת
דעה חכמה לנפשיך
ואל אל מכאוב פנה פניך

טובה היא מפנינים וכל חפצים
והיפוכו דרך חטאים, דרך לצים
המה כרעו ונפלו, ואנחנו לעד צוק וצור
שפתות דובבות עד אין שיעור

אל גנת אגוז שבתי, באבי הנחל
עוף השמים יוליכו את הקול כי איחל
קול צופיך, שמי שמים נשאו שיר
הידד! הידד! נמלט העיר

ונבנתה העיר » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 12:02 am

· #217745
נורא נוראות! [נאך א מזל כ'האב אמאל געקוקט נ"ך...]

קול ענות שמעתי,
יגיד עלי רעי,
נע ונד תהי' בארץ,
דם ובשר - מחומר קרוץ.

אל נא תהי מרירה,
נשמתי נתתי בקרבך.

קנאתה קנא - החכמה מאין תמצא,
יגיד לאדם שיחו,
יטנה אל אשר חפצו,
טרם יבוא יום אין חפץ בו.

יאיר » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 12:10 am

· #217750
אזוי האט זיך אנגעהויבן די השכלה!

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 12:14 am

· #217751
און זיי זאגן ק"ש גייט אינטער... אפשר איז עס צו טיף פאר זיי.

חאצקעל שניידער » דאנערשטאג מאי 21, 2015 1:14 am

· #277591
0 סעקונדן פון רום
צופיל האב איך נישט פארשטאנען סלוינט זיך יא אריינצוטראכטן אין דברי חכמה צו נישט ? וואו קומען טרערן אריין ? איז דאס א דו שוח צווישען נפש וגוף? שפעטער ביי די אשדודע אינגערמאן בין איך שוין געווארן אינגאנצען צומישט, אבערוואס קען מען שוין דערווארטען פון א פשוטע שניידער ,
אבער אין די מראה הנבואה איז דאך אזא עירוב טוב ורע שמות מיט פרצופים עץ החיים צוזאמען מיט חכמות חיצוניות פון עולם הזה השפל והגשמי עולם הנחש והסטרא אחרא .