☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » ביטע האטס מיר אינזין

ביטע האטס מיר אינזין

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6950

געשוויסטער » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 4:46 pm

· #216510
ביטע האטס מיר אינזין
טייערע ברודער, איך האף אז איך טרעף אייך אין איין גוטע שטימונג.
איך האב ל'ע א בשורה רעה.
מען האט מיך דיאגאניזירט מיט וואטסעפטייטיס.

איך ווייס אז דאס איז א נייע מכלה, וויל איך וויסן אויב איינער ווייסט פון א רפואה פאר דעם.

ווייט פיש » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 4:50 pm

· #216511
געשוויסטער בן..?

ישראל קאפקע » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 4:53 pm

· #216513
ווייט פיש
געשוויסטער בן..?

....בן מחלה, 😕

פליקער » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 5:01 pm

· #216516
ליין דורך דא

טאקע שווער אבער א מחיה, נאך נישט אויסגעפאסט

קפנדריא » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 6:31 pm

· #216523
דו האלטסט שוין אויף א וועג, דו ביסט שוין דיאגנאזירט, און דאס ערשטע זעה איך האסטו שוין מסדר געווען אז פון א מחלה איז געווארן א מכלה.. (ס'איז דא וואס זאגן אז ס'איז "מכלה" מנפש עד בשר"..) אצינד דארפסטו גיין צו א העלט פוד סטאר, ס'איז דא איין נאטורליכע רעמעדי וואס הייסט "טעג", ס'איז יסורים די ערשטע פאר טאג, אבער נאכדעם וועסטו זיין א נייע מענטש, די צווייטע איז שוין מער א מעדיצין, ס'רופט זיך "משומר", נאך ביטערער און שווערער צו פארטראגן ווי די רעמעדי, אבער דאס וועט דיך אינגאנצן ארויסשלעפן פון די "מכלה"..

אפטעמיסט » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 6:36 pm

· #216524
ביי אונז האט מען זיך נישט נוהג געוועהן צו מהרהר זיין כלפי מעלה און נישט געזוכט קיין ערהוילונג חלילה, נאר געגלייבט באמונה שלימה אז דער באשעפער ווייסט וואס איז גוט פאר אונז. די אלע מעדיצינען ווי טעג וכדומה גרעניצן זיך ח"ו מיט די עיקרי אמונה. דאס בעסטע איז תפילה מיט אמונה פשוטה.