☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » Motivational Courses

Motivational Courses

55 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #695
בלאט: 1 2

איך אויך » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 9:42 am

· #233039
ווי זאגט נאר כוכב'ל?
כוכב
מרגלי' בפומיה דמארק קויבען, מיין בי. עס. דעטעקטאר האט זיך צעפיפן.
#ווער וויל קויפן מיינע להגדיל קורסן?

פליישיגער » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 1:36 pm

· #233079
лпم iοوԴ
עס איז זיכער אז פראדאקטיוו האט קאסטומערס וואס זענען מצליח ווייל למעשה אסאך זאכן וואס ער זאגט זענען גוטע געדאנקען (גענומען פון ביכער וואס איר קענט קויפן אויף עמעזאן פאר א פאר דאללאר),
דעם שאלה האב איך געפרעגט מיין קרוב וואס איז דורך די קלאסען


און געווענטליך ווען איינער גייט זיך קאמיטן צו אזא לעקציע קומט ער שוין מיט די כוונה צו ארבייטן אויף זיך און איז גרייט צו שוויצן, בפרט אז ער צאלט א היפשע פארמעגן פאר די לעקציעס.
דאס איז טאקע איינע פון די סיבות פארוואס עס איז מער ווירקזאם ווי איינער זאל גיין אראפנעמען א בוך אדער צוויי פון עמעזאן


נאך מער, אפילו איינער וואס האט באמת גארנישט נהנה געווען, וועט האבן שוועריגקייטן אפילו פאר זיך אליין מודה צו זיין אז ער האט גארנישט אויפגעטוהן נאכ'ן אויסגעבן אזויפיל געלט.
די שאלה האב איך אויך געפרעגט מיין קרוב וואס איז געווען ביי די קלאסען



אויף די אלע נקודות האט מיר יענער גענטפערט אז די גאנצע אינוועסמענט און ארבעט וואס מען לייגט אריין ביי די סארט קלאסען איז 'בלויז' אויף עקסערסייז און פרעקטיס, פאר סתם אינפארמאציע און ענליך איז עס נישט עפעס אזוי מוראדיג אז עס זאל ווערד זיין די אינוועסמענט

עס קוקט מיר אויס פון די אלע וואס זיכען דא און גלייכען אוועקצומאכען די קלאסען, קומט פון א תביעה אינעווייניג הלמאי איך גיי זיך נישט לערנען אויף די און די פראבלעים
פון וואנעט ווייס איך דאס? ווייל ווען איך האב געטשעלנדזשט מיין קרוב האב איך אזוי געפילט, און איך האב נישט געקענט פועל'ן ביי מיר אז איך מעג מיר ווען אויך צולערנען.

יהושיע » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 4:09 pm

· #233110
און געווענטליך ווען איינער גייט זיך קאמיטן צו אזא לעקציע קומט ער שוין מיט די כוונה צו ארבייטן אויף זיך און איז גרייט צו שוויצן, בפרט אז ער צאלט א היפשע פארמעגן פאר די לעקציעס.

אויף די אלע נקודות האט מיר יענער גענטפערט אז די גאנצע אינוועסמענט און ארבעט וואס מען לייגט אריין ביי די סארט קלאסען איז 'בלויז' אויף עקסערסייז און פרעקטיס, פאר סתם אינפארמאציע און ענליך איז עס נישט עפעס אזוי מוראדיג אז עס זאל ווערד זיין די אינוועסמענט

עס קוקט מיר אויס פון די אלע וואס זיכען דא און גלייכען אוועקצומאכען די קלאסען, קומט פון א תביעה אינעווייניג הלמאי איך גיי זיך נישט לערנען אויף די און די פראבלעים
פון וואנעט ווייס איך דאס? ווייל ווען איך האב געטשעלנדזשט מיין קרוב האב איך אזוי געפילט, און איך האב נישט געקענט פועל'ן ביי מיר אז איך מעג מיר ווען אויך צולערנען.[/quote]
עס קוקט מיר אויס אז די ווילסט זיין אויף ריכטיג מיט זיך אליינס, זייער א שיינער מדה, געווענליך ארבעט עס איינער וואס איז מיט זיך אויף ריכטיג מיט זיך וועט אויך אזוי זיין מיט די איבעריגע, אבער אויב ווילסטו באמת זיין אויפריכטיג, גיי רעד מיטן בעל הקורס וואו עס זענען די עריאס ווי די ווילסט פארבעסערן דיין שטארקייט, און דאן קענסטו זעהן צו עס פאר דיר.
שמע ואיעצך עס איז זייער א גוטער זאך זיך אריין לייגען אין מחשבה און ווי אויך אין תחונת הנפש, אבער אויב ווילסטו זיך שפירן ווי אן אידיאט (ווי עס ציטירען זייעראסאך אינגעלייט וואס זענעם דאס אדורך) דאן גיי צו די קורסן, עס וועט דיר זיכער זיין אן איי אפענער, די וועסט דארט קונה זיין אסאך ידיעות.

יהושיע » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 9:42 pm

· #233168
פליישיגער
איך האב בלויז געהערט פון פראדאקטיוו פון מיין קרוב און אביסעל אויף זיין טעלעפאון, עס קוקט אויס ער איז מצליח מיט זיננע קלאסען.

פיין אויב אזוי איז מיר זייער שווער צו פארשטיין וואס און ווי אזוי דאס ארבעט.

יהושיע » דינסטאג נאוועמבער 3, 2015 5:44 pm

· #307523
אין מיין קלאס איז נישט קיין איינער וואס וועט זאגן אז עס האט געהאלפן, יא דו הערסט גוט, אין גם אחד.
בלאט: 1 2