☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » היימישע אידן אין לאו ענפארסמענט

היימישע אידן אין לאו ענפארסמענט

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6946

Samkoton » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 11:33 am

· #216466
היימישע אידן אין לאו ענפארסמענט
לעצטנס הערט מען פון היימישע אידן שתומײצ וואס זענען געגאנגען זוכן א קאריערע אין לאו ענפארסמענט.
אז איר דרייט זיך אביסל אין ספרינג וואלי האט איר געוויס באמערקט א פאליציי קאר מיט א היימישע פאליסמאן, דאס איז ר' געציל אונגאר פון סקווירא.
עס זענען דא נאך באוואוסטע.
אויב איר ווייסט פון נאך, און אויך מער פרטים אדער בילדער איבער זיי ביטע פאסט עס דא

בשבילי! » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 12:05 pm

· #216470
images (1).jpg

יין שרף » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 1:23 pm

· #216474
ר' ירמיהו שאלאמאן ני"ו...

גאנצל » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 2:21 pm

· #216487
א בילד ?

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 3:42 pm

· #216500
בשבילי: אבער דער זעלבער שמוציגער, אנטיסעמיטישער פאוסט האט געמאכט חוזק און ליצי ליצנות פון דעם ערשטן אידישן, חסיד'ישן פאליסמאן (וויטריאל) ווען ער האט געגעיבן א סאממענס פאר די גוי'טע אין סובוועי איבער איהר כלב'ל... 😕 😎 😂 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮

פישלע העררינג » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 12:22 am

· #216569
יין שרף
ר' ירמיהו שאלאמאן ני"ו...

דאס איז דער וואס האט מיך שוין כמה פעמים געגעבן א טיקעט אויפ'ן עקזיט 109 ראוד? יתמו חטאים מן הארץ וטיקעטס עוד אינם.

petergrifin » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 12:32 am

· #216570
װי אזוי קלאפ איך אײן מיט די ״הײמישע״ פאליצײ? איך בין קײנמאל נישט געװארן נאנט מיט מיט די אנדערע
רײסערס װײל איך בין נישט אזוי קלוג אבער העי מיט א ״אפיציר״ לוינט זיך נישט קײן חילוק װי אזוי..

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 10:50 pm

· #216746
petergrifin
װי אזוי קלאפ איך אײן מיט די ״הײמישע״ פאליצײ? איך בין קײנמאל נישט געװארן נאנט מיט מיט די אנדערע
רײסערס װײל איך בין נישט אזוי קלוג אבער העי מיט א ״אפיציר״ לוינט זיך נישט קײן חילוק װי אזוי..

יא. אבער ווען מ'באקומט א טיקעט פון א היימישן פאליציאנט האט עס מסתמא זייער א גוטן טעם. דערווייל, אלע טיקעטס וואס כ'האב באקומען איז געוועין פון גויים... 😎 😂 😂 😂 🙄 😠 😛 😳 😮

איחוד פעלד » דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 8:09 am

· #216765
געוואלד, מעו טאר דאך נישט....

דאס קומט פין פארשטעלען קינדער פורים ווי פאליציי.

ישמעאל הכהן » פרייטאג סעפטעמבער 5, 2014 2:30 pm

· #221609
הרב יואל וויטריאל פראמאדעט פאר סארדזשענט

📎 IMG-20140905-WA0019.jpg

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 5, 2014 5:30 pm

· #221655
ישמעאל כהן גדול : ייש"כ. זייער שיין. ווען איז דאס פארגעקומען? אין וועלכן פריסינקט פאטראללט ער? בשורה טובה תדשן עצם... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😃 🙂 😉 😮

ידען » מוצ"ש סעפטעמבער 6, 2014 10:01 pm

· #221686
ווען איז עס געוועהן?

וואס איז יעצט געשעהן אז סיז אנדערש ווי די post האט געשריבען וואס בשבילי האט פריער געלייגט דא?

בשבילי! » מוצ"ש סעפטעמבער 6, 2014 10:04 pm

· #221687
וואס איך האב געלייגט איז ער געווארן סתם אן אפיציר, יעצט איז ער געווארן א Sergeant

ישמעאל הכהן » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 2:57 am

· #221727
berlbalaguleh
ישמעאל כהן גדול : ייש"כ. זייער שיין. ווען איז דאס פארגעקומען? אין וועלכן פריסינקט פאטראללט ער? בשורה טובה תדשן עצם... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😃 🙂 😉 😮

לעצטע וואך
13'טע פריסינקט אין מאנהעטען

ציבעלע-קיגל » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 6:02 pm

· #221874
למעשה איז א איד א פאליס אפיסער א שאלה. וועגען מסירה. אויב ער לאמיר זאגען שטעלט אפ א איד און גיבט איהם א טיקעט און דער איד דארף באצאלען א פיין... דאס איז מסירה לכל הדעות. איבער געבען א איד צום רעגירונג אז ער זאהל דערנאך דארפען באצאלען א קנס דאס איז מסירה.

אבער איך בין מלמד זכות... פון ווי דארפען זיי וויסען אז איעדע רעבע (כמעט ) איז היינט אין קארט און אינוואלווד מיט מסירות. איז אויב דער רעבע מעג... מעג ער אויך... און וועט אוואדאי באקומען א היתר אויב ער קאן צושטעלען א פאליס עסקארט ווען אימער דער רעבע וויל ערגעץ פארן
.

אדמו״ר » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 9:47 pm

· #221946
איך בין נישט אזוי זיכער אז ס׳הייסט מסורה. סוף כל סוף איז ער נישט מער ווי א שליח פון די רעגירונ, און ער טוט זיין שליחות.
איך פסק׳ן ח״ו נישט אז ס׳איז מותר, מסירה איז זייער א הארבע זאך, פון די חמורות שבחמורות, מען דארף פרעגן א ת״ח.

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 10:15 pm

· #221955
אדמו״ר
איך בין נישט אזוי זיכער אז ס׳הייסט מסורה. סוף כל סוף איז ער נישט מער ווי א שליח פון די רעגירונ, און ער טוט זיין שליחות.
איך פסק׳ן ח״ו נישט אז ס׳איז מותר, מסירה איז זייער א הארבע זאך, פון די חמורות שבחמורות, מען דארף פרעגן א ת״ח.

און וואס איז מיט "דינא דמלכותא דינא"?. ווען מ'מאכט תקנות לטובת הכלל. און איינער איז עובר אויף די תקנות, קומט איהם א קנס מטעם הממשלה... 😕 😎 🙄 😠 😛 😳 😉 😮

ציגרעטל » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 1:25 pm

· #222117
שלמה קעניג פון מאנסי
זייער פאפולער אין אינטערנעט קריימס.

NY Times

www.vosizneias.com

ציבעלע-קיגל » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 4:25 pm

· #222850
berlbalaguleh
אדמו״ר
איך בין נישט אזוי זיכער אז ס׳הייסט מסורה. סוף כל סוף איז ער נישט מער ווי א שליח פון די רעגירונ, און ער טוט זיין שליחות.
איך פסק׳ן ח״ו נישט אז ס׳איז מותר, מסירה איז זייער א הארבע זאך, פון די חמורות שבחמורות, מען דארף פרעגן א ת״ח.

און וואס איז מיט "דינא דמלכותא דינא"?. ווען מ'מאכט תקנות לטובת הכלל. און איינער איז עובר אויף די תקנות, קומט איהם א קנס מטעם הממשלה... 😕 😎 🙄 😠 😛 😳 😉 😮


די קנס דארף ער טאקע באקומען. אבער דאס איז נאך אלץ נישט א היתר פאר א איד צו זאגען פאר די מלוכה אז א צווייטע איד האט געטוהן עפעס אנטקעגן די געזעץ. גראדע "דאס" איז מסירה.

Samkoton » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 12:38 pm

· #350556
<a class="postlink" href="http://jewinthecity.com/2016/09/the-orthodox-jewish-girl-who-became-a-cop-because-of-911/#ixzz4Kdf8lM7e">http://jewinthecity.com/2016/09/the-ort ... z4Kdf8lM7e</a>

א היימישע פרוי און די שיקאגא פאליס. אפיציעל האט א היתר צו ארבעטן שבת.

Samkoton » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2018 10:39 pm

· #410424
פשיהא.

געטראפן א ווידיאו ווי מזעט סארדזשענט וויטריאל אויף א ענימעל קאנטראל קאלל.
<a class="postlink" href="https://youtu.be/rvhHonpTyS8">https://youtu.be/rvhHonpTyS8</a>

4:16 מינוט מארק