☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » שיר - ש'למה י'הודא ר'עכניץ

שיר - ש'למה י'הודא ר'עכניץ

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6944

שעפטל » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 3:47 pm

· #216309
שיר - ש'למה י'הודא ר'עכניץ
אל הנער הזה התפללתי.... דאס איז געווען א ניגון וואס האט זיך גאנץ שיין ארומגעדרייט איבעראל... ווי אסאך ווייסן איז דער קאמפאזער דער אלעמען באקאנטער פילאנטראפ ר' שלמה יודא רעכניץ פון לאס אנדזשעלעס

יעצט האט הרב רעכניץ ארויסגעגעבן א דאפעלטע סידי מיט 18 ניגונים, געזינגן ביי די באקאנסטע זינגערס פון איבעראל. די קווייער אויפן אלבום זענען זיינע ליבלינגס "די שירה קווייער".
📎 rechnitz_shir_cd_front.jpg

1. ימלא פי - לוי פאלקאוויטש
2. ותערב- מרדכי בן דוד ווערדיגער מיט מוטי שטיינמעץ
3. מנגן - שלוימי דסקל
4. אל הנער - לוי פאלקאוויטש, מוטי שטיינמעץ און משה מענדלאוויטש
5. הנה - בעני פרידמאן
6. כי בשמחה - איציק דדיה און עוזיה צדוק
7. עץ חיים - מוטי שטיינמעץ
8. רחם - אברהם פריד
9. לא ישא גוי - ליפא שמעלצער
10. שומר ישראל - עוזיה צדוק
11. אלוקי - יואלי גרינפעלד
12. יהי רצון - שלמה יהודא רעכניץ און מרדכי בן דוד ווערדיגער
13. וראה בנים - משה מענדלאוויטש
14. בשם השם - מאטי שטיינמעץ
15. יברכך - קינדערלאך
16. צאינה וראינה - משה מענדלאוויטש
17. ובחונוני - אוהד מושקוביץ
18. מי אדיר - איציק דדיה

נאדער א פריוויו
<a class="postlink" href="http://www.mostlymusic.com/shir.html">http://www.mostlymusic.com/shir.html</a>

שעפטל » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 4:44 pm

· #216330
יא.
ער האט שוין געמאכט א היפשע פאר שיינע ניגונים, ווי שלום עליכם אויף מב"ד'ס כיסופים, און נאך.

אזוי גייט עס... מ'האט געלט, מ'קען לערנען און מ'קאמפאוזט... אפשר פארקערט...???

פליקער » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 8:00 pm

· #216377
איך גיי גאגא פארנעם

פליקער » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 11:47 am

· #216611
ב"ה היינט ארויס לאור העולפ מען קען שוין קויפן

Big Boy » מאנטאג אוגוסט 18, 2014 8:31 am

· #217250
I don’t like the song that they gave for Ohad Moskowitz to sing. The sound doesn’t take advantage of the full power of his voice. There’s no high tone in this song.

פליקער » מאנטאג אוגוסט 18, 2014 10:16 am

· #217260
פון מיין קיק ווינקעל

די קאמפאזישן'ס, זענען שיין פאר זיך, ס'טייטש עס איז דא פילע חידושים און געוויסע פעלער פון געוויסע ניגונים, למשל נעם א ניגון ווי ותערב לפניך, די ניגון איז ציטיילט און דריי פעלער, יעדע פאר זיך איז שיין, אבער עס ברויך ווערן ציזאם גענימען, אדער א ניגון ווי עץ חיים הוא למחזיקים, מיטן הויכן פאל דרכיה דרכי נועם, ביידע שיין אבער עס ווערט נישט גיט ציזאמענגענימען.

די פראבלעים מיטן טעיפ איז לכאורה אז עס איז געקארגט געווארן אדער ביי די ערעינדשמענט אדער ביים מיקסן, אפילו למשל פשוטע זאכן ווי קאטן א אטעם, קען זיין מען האט זיך געפערליך געיאגט, עס איז זייער נישט פראפעסיאנאל צי הערן די אטעם צווישן איינ זינג און צווייטען, גריידע עטליכע ניגונים זענען יא מסודר, אבער אסאך ניגונים קיקן פשוט אויס ווי מען וואלט עס געזינגען ביי חתונה, מען האט פשוט ארויסגעקאט די קלאטשען, למשל כי בשמחה תצאו האאאאאא (טיפע אטעם) ובשלום ... און נאך ניגונים מיט די פראבלעים.

לא ישא גוי ליפא, גאנץ פיין חוץ צים סוף אביסל ווי זיין ליפא קריכט ארויס.

בעני'ס ניגון הנה, זייער שיין אבער פיט נישט זיין ציווילדעוועטן קאראקאט, א שטייגער ווי יוסלע זאל זינגען ותן בנו.

אבער אווער אלל איז עס א הערליכער קאסעט, ווערט יעדע פעני.

לאליפאפ » מאנטאג אוגוסט 18, 2014 7:33 pm

· #217326
דעי חלק ווי מ'הערט יעדן אטעם פון איציק דדיה איז בכוונה אזוי און ס'איז א סטייל פון זינגען, גראדע האט עס זייער גוטע מיקס און עמעיזינג ארעינדזשמענטס.

(דערמאנטסט מיר פון איינער וואס האט מיר געזאגט אז דער מיקסער ביי beats האט פארגעסן ארויסצושניידן ווי דער קאנדאקטאר שרייט Two Three Four...)

רויטע וואנצעס » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 8:32 pm

· #219325
סאמטיג ספעשיל. יואלי דיקמאן האט נישט מורא צו שפילן מיט די קול פון מרדכי און אנדערע. ער האט זיי געמאכט טוען זאכן וואס כ'האב זיי נאך קיינמאל נישט געהערט טוען. ער קאנטראלירט זיי ווי א אינסטרעמענט בידו. געוואלדיג!

מנחם » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 10:53 pm

· #219372
מוזיק איז גאנץ פיין, אבער מיט די קאלעקציע פון נגינום בין איך היבש אנטוישט.
שוין געהערט אזאנס.

ברעט מענינג » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 10:59 pm

· #219376
מען קען עס האבן אויף איי טונס?

שת.אדמזאהן » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 12:02 am

· #219396
פיינעלי א סידי וואס מ'קען קאפיען אן חושש זיין אז מ'מאכט דעם ארויסגעבער ארים רח"ל.

לאליפאפ » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 8:47 am

· #219441
מנחם
מוזיק איז גאנץ פיין, אבער מיט די קאלעקציע פון נגינום בין איך היבש אנטוישט.
שוין געהערט אזאנס.

טאקע? געב ארויס דיינע אוצרות לאור עולם, ווייל איך האב נאך אזא קאלעקשן מיט אזעלכע מיוזיק נישט געהערט.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 9:41 pm

· #219680
פליקער
א שטייגער ווי יוסלע זאל זינגען ותן בנו

😂

לאליפאפ » מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 6:32 pm

· #219939
פליקער

א שטייגער ווי יוסלע זאל זינגען ותן בנו

אויף דעם ניגון אליינס האסטו אפשר א פוינט, אבער גראדע זענען רוב ניגונים שטארק געפאסט פאר זייערע זינגערס, א שטייגער ווי:

לא ישא גוי - ליפא
ובחנני - אוהד
אלוקי - יואלי גרינפעלד
יברכך - קינדערלאך

און אויך רוב אנדערע

מצטמק ויפה » מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 10:46 pm

· #219974
צוזאמשטעלן ניגונים פאר'ן ריכטיגען קאנדידאט איז א פאך פאר זיך, און דא האבן זיי געטוען א הערליכע דזשאב. ממש איינס ביי איינס איז ווי צוגעקלעבט מיטן זינגער, נעם א משל יהי רצן מלפניך, וואו מרדכי נעמט איבער שלמה יודא דאס איז דאך ממש מרדכי'ס א ניגון. איך האב גראדע א פילינג אז ער האט קאומפויזט די הויכע פאל.
גראדע חוץ די ניגון וראה בנים לבניך, וואס איך האלט א צווייטער וואלט עס בעסער אראפגעלייגט.

פליקער » זונטאג אוגוסט 31, 2014 6:55 pm

· #220214
איך בין אביסל סארפרייזט אויף רעכניץ טראץ וואס איך האב שוין איבערגעהערט די טעיפ הינדערט מאל, פארוואס גייט ער נישט אויף א דייעט, זאל ער מאכן א באנד אדער א סליוו, עפעס אבער פארליר אפאר פינט פאר א קאז.

לאליפאפ » זונטאג אוגוסט 31, 2014 8:06 pm

· #220237
פליקער
איך בין אביסל סארפרייזט אויף רעכניץ טראץ וואס איך האב שוין איבערגעהערט די טעיפ הינדערט מאל, פארוואס גייט ער נישט אויף א דייעט, זאל ער מאכן א באנד אדער א סליוו, עפעס אבער פארליר אפאר פינט פאר א קאז.

זעהט אויס ער וויל נישט פארלירן די ענליכקייט...
📎 IMG-20140901-WA0013.jpg

טעפל » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 9:55 am

· #220390
פליקער
איך בין אביסל סארפרייזט אויף רעכניץ טראץ וואס איך האב שוין איבערגעהערט די טעיפ הינדערט מאל, פארוואס גייט ער נישט אויף א דייעט, זאל ער מאכן א באנד אדער א סליוו, עפעס אבער פארליר אפאר פינט פאר א קאז.

ער האט מורא ער וועט פארלירען אלעס, און ווערען אויס גביר, אויס תלמיד חכם, אויס קאמפויזער, אויס שדכן, וכו' וגו'..

קאווע טרינקער » דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 2:04 am

· #223983
לעצטענס געקויפט א נייע סידי פון מזמרים, כ'האב אזוי געבראכן אז כ'האב געמוזט קויפן עפעס נייע, איך קען אייך זאגן אז שי"ר איז beautiful.
איך פלאן צו זינגען "ותערב" במשך סעודת החג הבא עלינו לטובה.

Big Boy » דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 8:44 am

· #223999
For younger kids mezamrim CD might be more interesting I think

פידלער » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 8:41 am

· #240103
נייע אינישעטיוו פון רעכניץ. ער געט $10,000 פאר א שדכן וואס פירט אויס א שידוך פאר אן "עלטערע" מיידל.

<a class="postlink" href="http://collive.com/show_news.rtx?id=33173&alias=rechnitz-will-pay-for-your-shidduch">http://collive.com/show_news.rtx?id=331 ... r-shidduch</a>

לית דין בר נש » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 8:56 am

· #240104
פארוואס דארף מען זיך רעגיסטירן פאר די קאפעל הייבט אהן דעיטן?
ער גייט האבן אפאר מיליאן אפליקעשין'ס ווייל יעדע וואס חלומט א שידוך גייט זיך רעגאסטירן.
איז נישט מער נארמאל אז איינמאל די קאפעל גייט לאמיר זאגן צום דריטן דעיט דארף מען זיך רעגעסטירן?

בן בג בג » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 11:02 pm

· #240312
ווייסט איינער צו די אלבום איז אויף גוגל פלעי? איך זיך עס שוין א לאנגע צייט.

יין שרף » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 11:12 pm

· #240317
יא
<a class="postlink" href="https://play.google.com/store/music/album/Various_Artists_%D7%A9%D7%99%D7%A8_%D7%A9%D7%9C%D7%9E%D7%94_%D7%99%D7%94%D7%95%D7%93%D7%94_%D7%A8%D7%9B%D7%A0%D7%99%D7%A5_Shir_Shlomo_Y?id=Bkzbeaz5fe7j54hpzmtyk7h5xtq">https://play.google.com/store/music/alb ... mtyk7h5xtq</a>

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 30, 2015 9:02 pm

· #298611
6 סינגעלס?

קליגער אינגערמאן » זונטאג אוגוסט 30, 2015 9:10 pm

· #298612

רויטע וואנצעס » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 10:15 am

· #354713
שיר 2# איז דא!

אייז קריעם » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 4:12 pm

· #354868
אברעמל זינגט מער, און לוי פאלקאוויטש איז אראפ פון מאפע.

אינטערעסאנט.

בן ישי » מאנטאג מאי 29, 2017 3:23 pm

· #372819
א נייע ניגון פון שלמה יהודא <a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=QiadgWV4YxI">https://www.youtube.com/watch?v=QiadgWV4YxI</a>