☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » אשכול אן א טיטל #6937

אשכול אן א טיטל #6937

94 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6937
בלאט: 1 2

יאיר » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 4:46 pm

· #216331
יא איך האלט אין איין שרייען מען זאל שוין אויפהערן רעדן דערוועגן. איך רעד און איך רעד מען זאל אויפהערן רעדן אבער מען רעדט ווייטער.

אפטעמיסט » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 4:48 pm

· #216333
אוי יאיר'ל, לץ אחד דוחה מאה תוכחות. ס'איז צייט זאלסטעך נעמען אין די הענט אריין.

zurich » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 5:35 pm

· #216348
און איי וועלט רעדט מען שוין אז ק"ש איז שוין אויך פרום געווארן זיי האבן זיך זיך שוין גענימען אויסראטען דעים גרימפיגזא....

זעט אויס ס'מאכט טאקע חרוב הייזער אז אפילו די אויפגעקלערטע קאווע שטיבל זעהט שוין אויך איין דעם פראבלעם

דריידל » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 6:14 pm

· #216357
ס'מיר אינטערעסאנט צו וויסן וויאזוי יעדער דמיונ'ט זיך די אויסזעהן פון דעם גרימפיגזא. איך שטעל מיך פאר ס'איז געמאכט פון שטיין מיט א פורפעל קאליר און ס'דא בילדער אויסגעקריצט דערויף. ס'גרויס בערך א טפח און לענגלעכיג.

ביבער » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 6:33 pm

· #216361
דריידל
ס'מיר אינטערעסאנט צו וויסן וויאזוי יעדער דמיונ'ט זיך די אויסזעהן פון דעם גרימפיגזא. איך שטעל מיך פאר ס'איז געמאכט פון שטיין מיט א פורפעל קאליר און ס'דא בילדער אויסגעקריצט דערויף. ס'גרויס בערך א טפח און לענגלעכיג.

דאס איז די גאנצע כח זיינער ער שטעלט זיך צו יעדן לויט זיין געשמאק, אויף דעם האבן דאך חז"ל געשריגן הרהורי עבירה קשים מעבירה, אבער וויי געוואלד וואסארא טעיסט דו האסט.

קאפקעיק » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 8:40 pm

· #216382
יעצט הותר לפרסם! ביי אונז אין די קהילה איז דא איינעם וואס פארקויפט עס פאר בערך $416.28 , כל הקודם זוכה!, סטריקטלי קאנפידעטשעל,
ווער עס גייט מיך אנשרייען זאל וויסן אז איך האב ביי מיר די ליסט פון ווער ס'האט עס שוין געקויפט, וד"ל

petergrifin » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 8:59 pm

· #216387
ענדליך!!! איך װײס שוין װאס ״ער איז גימל״ מײנט.

למדן » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 10:03 pm

· #216399
איינער האט מיר געשיקט א דיעל אין אימעיל אז מ' קען עס באקומען באקומען פאר 389 מיט טשענדזש איז עס די מיני אדער די זעלבע זאך? אדער ווער ווייסט אין וואס איך קענאך אריין פאלן, אפשר מוז מען אלעס קויפן ביי דיר אז נישט וועסטאך נישט האבן די ליסט

קאפקעיק » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 10:17 pm

· #216405
יענץ איז די נאכגעמאכטע, גיב אכטונג ווייל די קענסט גוט אריינפאלן, און ווי שוין דערמאנט דא אפאר מאל ווי שעדליך עס קען זיין איין קליינע ריר נישט גוט.

נולד מאוחר » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 11:46 pm

· #216419
גרימפיגזאא האט א שייכות מיט זר זהב'ס וויאזוי האט יענס געהייסען טאצמאכידת?
ווי איז יענע אשכול?

אויליגער » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 11:49 pm

· #216420
מקען עס באקומען בחנם
און מאנסי ביי משה בער דרעק
און וויליאמסבורג ביי יואל ציממערמאן

בתנאי מדארף אונטערשרייבן
א) זיך צו באטיילינגען ביי כאטש 5 דעמאנסטראציעס און שטאט און איינס און מאנהעטאן אדער וואשיגטאן יעדע חודש
ב) פארן איין מאל א יאר קיין עזה אדער איראן
ג) זיך צוריקהאלטען פון טוהן יעדע זאך וואס איז קורב לנארמאל

קאפקעיק » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 12:11 am

· #216423
און דאס ריפסטו נאך בחינם?!

ישראל קאפקע » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 12:30 am

· #216428
אויליגער
מקען עס באקומען בחנם
און מאנסי ביי משה בער דרעק
און וויליאמסבורג ביי יואל ציממערמאן


נו מוציא שם רע, טפוי, טפוי, טופי!

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 6:55 pm

· #216531
הייליגער קוה! וואס דא גייט אלץ פאר... וואס אביסעלע ג' קען אלץ אנמאכן

קאפקעיק » דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 8:36 am

· #216766
ס'דא א קאנספיראציע, אז די גאנצע סיבה פארוואס כאצמעטידית האט פארלוירן איז ווייל מ'האט אמאל געטראפן ביי עם א גרימפיגזא....

דריידל » דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 9:19 am

· #216778
נישט יושר חושד צו זיין כאצמעצידיס מיט אזעלכע געמיינע מעשים בלויז אויף השערות. למעשה האט מען עס אויסגעפארשט בשעתו און די פסק איז ארויסגעקומען אז ס'איז בלויז שמועות פורחות באויר און ווער ס'איז חושד בכשרים איז עתיד ליתן את הדין. ובכלל, ווי איז דיין געפיל פאר זיינע קינדער און אייניקלעך וואס דרייען זיך מעגליך דא?

קאפקעיק » דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 7:23 pm

· #216883
א נייע מעשה!!! פורחות באויר, און דו גלייבסט עס נאך?! , אפשר ווילסטו מיר זאגן אז די טרעפיק אויפן דז'ארדז' וואשינגטון ברידז' האט גארנישט מיט דעם קריסטי'נען?!

אפטעמיסט » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 3:49 pm

· #219178
זיי מעגן עס בכלל רופן גרימפיגזא?

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:04 pm

· #219183
אדער גרימפ-צארן

פלעין יודיש » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:00 pm

· #219221
לעצטענס געזיכט א פירוש אויף דעם מאדענע גרימפיגאזא שפרעך ווארט אבער די פילטער מיינער בלאקירט אלע סייטס וואס רעדען נאר דערוועגן.......

מנחם » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:04 pm

· #219224
אלט'ס א נייער אורח בין איך בארעכטיגט צו וויסן דעם באדייט? איז דאס אזא יהודה ועוד לקרא אייוועלטישער סטייל שפריך ווארט?

איך אויך » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 7:22 pm

· #219305
כ'מיין אז די ווערטל Has run it's course סאו נעקסט אין ליין פליז! אז נישט נעם איך מיך זינגן ואפילו בהסתרה ביז עטץ אלע ברעכטץ.

קאפקעיק » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 8:05 pm

· #219318
דו הייבסט נאר אן צו זינגען, און דו ווערסט באגאסן מיט די אייס באקעט טשעלענדז'!
דעוואג דיך נאר!

למדן » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 8:29 pm

· #219322
אין לנו אלא דברי בן עמרם דער הייליגער מילקשעיקער בשעתו ביי די פרשה פון כצמטידי"ת וואס האט געשריגן מנהמת לבו הטהור זאת התורה לא תהא מוחלפת און אז מ' זאל זיך נישט לאזן פון די משכילים למיניהם

אויס מענטש » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 8:52 pm

· #219328
אן אשכול פול מיט דברים בטילים !
ווארום קיינער ווייסט נישט וואס דער גרימפאזאגאזא מיינט אוון מען שרייבט און און שרייבט ווי איינער וואס ווערט געטריבן פון א גרימפאזאגאזא אליינס, נו וואס ליידיגע צייט קען ניטש ברענגען.

וואס איז אבער יא אינטרעסאנט פון דעם אשכול איז, ווי אלע ניקים זענען פאראייניגט איבער איין זאך. עס איז א חידוש!

עני וועי ליהווי ידוע אז גרימפאזאגאזא מיינט נישט גארנישט! און דער לעצטער וואס פארלאזט דעם אשכול זאל גיין באזוכן א דאקטער וואס וועט אים פארשרייבן גרימפאזאגאזא... עס איז בדוק ומנוסה.

און בדרך אגב צו זעהן נאכאמאל @יידל מיט @געפילטע האט זיך אלעס געלוינט אפי' אביסל גרימ...

איחוד פעלד » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 8:55 pm

· #219331
אויסמענטש,

וויאזוי ביסטו אזוי זיכער אז עס מיינט גארנישט?

די האלסט טאקע אז מען וואלט אנגשריבען פיר בלעטער אויף א זאך וואס מיינט גארנישט?

דריידל » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 10:26 pm

· #219358
פאר אלע וואס ווייסען נישט וואס א גרימפיגזא איז:

איך בין אייך מקנא! איר זענט אזויווי א תינוק שלא טעם טעם חטא. עטץ זאלסט קיינמאל נישט וויסן וואספארא נסיונות מיר גייען דורך.

אויס מענטש » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:02 pm

· #219380
נא גרויסע טאטעס גענוג נאריש געמאכט!

כי, כי, כי, גרימפאגאזא מען זאגט עס נאך איבער מיט א זעלטענע התרגשות און קעלבערנע התפעלות סארא קליינע קעפ, wow מען האט גענומען א ווארט און עס געמאכט אויסזעהן אזוי שרעקעדיג, און אזוי פיל בלעטער מיט שטותים. אונז זעמיר מעכטיג נישטא וואס צו רעדן מיר האבן א גוד טיים.
אונז שטיי מיר פיל בעסער ווי איי וועלט און סיי ווער פשיהא.

נישטא קיין לעבעדיגערע אשכול ווי יא גרימפאזא אדער נישט און דאס הייסט נאך די גאר אויפגעקלערטע חכמים, פשוט א שעים טיים טא סטאפ דיס נאן סענס.

דריידל » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:11 pm

· #219384
אויס מענטש
נא גרויסע טאטעס גענוג נאריש געמאכט!

כי, כי, כי, גרימפאגאזא מען זאגט עס נאך איבער מיט א זעלטענע התרגשות און קעלבערנע התפעלות סארא קליינע קעפ, wow מען האט גענומען א ווארט און עס געמאכט אויסזעהן אזוי שרעקעדיג, און אזוי פיל בלעטער מיט שטותים. אונז זעמיר מעכטיג נישטא וואס צו רעדן מיר האבן א גוד טיים.
אונז שטיי מיר פיל בעסער ווי איי וועלט און סיי ווער פשיהא.

נישטא קיין לעבעדיגערע אשכול ווי יא גרימפאזא אדער נישט און דאס הייסט נאך די גאר אויפגעקלערטע חכמים, פשוט א שעים טיים טא סטאפ דיס נאן סענס.


בארואיג דיך מיין פריינט. די אשכול איז אין שמייכל פארום אין איז בבחינת ליצנותא דע"ז צו ווייזן וואסארא פנים אסאך מערכות טראגן.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 2:52 am

· #219420
איך פיל ווי א תינוק שנשבה. קיינמאל נישט געהערט פון דעם איסור. איך מוז אנהייבן זאגן סליחות פון ר"ח ווי די ספרדים.

פארוואס? » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 10:41 am

· #219473
און איך בין יעצט אנגעקומען, נאך וואס עס האט זיך שוין אנגעפולט פיהר בלעטער מיט אלע סארטן לשונות של גנאי איבער אט די גרימ.... רח"ל.
בין איך דער איינציגסטער וואס עס זעהט נישט איין וואס איז די א. ג. פראבלעם פון נוצן אביסל גרימ... ?
איך ווייס ביודעין פון אסאך גאר חשוב'ע יונגעלייט, וואס אין ספעציעלע זמנים ערלויבן זיי זיך צו נאכגעבן אביסל, און זיי באנוצן זיך דערמיט. סוף כל סוף, ווערט עס נישט דערמאנט קלאר אין די תורה, עס איז נאר א מנהג.

מאטי » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 1:30 pm

· #219511
אויס מענטש
נא גרויסע טאטעס גענוג נאריש געמאכט!

כי, כי, כי, גרימפאגאזא מען זאגט עס נאך איבער מיט א זעלטענע התרגשות און קעלבערנע התפעלות סארא קליינע קעפ, wow מען האט גענומען א ווארט און עס געמאכט אויסזעהן אזוי שרעקעדיג, און אזוי פיל בלעטער מיט שטותים. אונז זעמיר מעכטיג נישטא וואס צו רעדן מיר האבן א גוד טיים.
אונז שטיי מיר פיל בעסער ווי איי וועלט און סיי ווער פשיהא.

נישטא קיין לעבעדיגערע אשכול ווי יא גרימפאזא אדער נישט און דאס הייסט נאך די גאר אויפגעקלערטע חכמים, פשוט א שעים טיים טא סטאפ דיס נאן סענס.

אה!! טאקע ? וואו!! איך האב אויך געטראכט די זעלבע, אבער כ'האב געזען אז יעדער שרייבט מיט אזא זיכערקייט האב איך מיטגעשפילט, מיינענדיג, אז ס'איז א דבר פשוט אז מ'דארף וויסן, כדי נישט צו זיין א נעב. יעצט האסטו מיך באפרייט. ייש"כ.

אויס מענטש » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 10:26 pm

· #219688
דריידל אוי דריידל! האסט געבלאסט די באלון
😂 😂 😂 😂 😂
און ביי די וועי כבין שוין גארנישט אזוי זיכער אז גרימפאזא מיינט טאקע גארנישט, יארן לאנג האב איך אויך אזוי געהאלטן אבער זייט כ'בין געוואר געווארן אז סושי איז א עכטע ווארט, קאן מען קיין מאל נישט ווייסן.

פארוואס? » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 10:35 pm

· #219693
איך האב מורא מ'גייט מיר דא באשטיינערן, אבער איך נעם א טשאנס, איך וועל געבן א לינק צו די אפציעלע וועבסייט פון גרינפיזא:
<a class="postlink" href="http://www.greenpeace.org/usa/en/">http://www.greenpeace.org/usa/en/</a>

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אקטאבער 25, 2017 10:35 pm

· #387606
און איך האב ראיות ברורות אז די גאנצע ענין איז מותר לכתחילה ללא שום פקפוק, און נאך מער, ס׳איז גאר א חיוב זיך צו באנוצען דערמיט ביים האמענטאש דרייען.

די אלע איסורים זענען אנגעדרייט געווארען דורך דער פאבריצירער פון בעלטאנעצען, וואס האט איינגעזע׳ען אז זיין פראדוקט גייט נישט, און ער האט געדארפט חתונה מאכען קינדער. די רבנים האבען מסכים געווען אז די קינדער מוזען חתונה האבען, האבען זיי אונטער געחתמ׳ט. זעסט זייער מסינ"פ פאר א איד׳ס טוועגען?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אישתישבי » מיטוואך אקטאבער 25, 2017 11:59 pm

· #387615
רעד דיך נישט איין אז די האסט א כחא דהיתירא, ביסט פשוט מתיר א שרץ מק"ן טעמים, און הערשט האבען דיינע היתירים נישט קיין יסודות, סתם פורחות באויר, ומקלו יגיד לו.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 12:01 am

· #387616
אז ס׳איז נישט אסור, פארוואס דארף מען א היתר?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אישתישבי » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 11:48 am

· #387660
גיי עפען א חומש און לערן אביסעל וועסטו שוין געוואר ווערען

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 12:02 pm

· #387663
אישתישבי
גיי עפען א חומש און לערן אביסעל וועסטו שוין געוואר ווערען


תורה אן יר"ש איז גארנישט, און דער וואס איז מתיר דער גרימפיגזא האט א חשש חסרון ירא"ש.

אישתישבי » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 12:35 pm

· #387664
איך פארשטיי נישט, קודם זענט איר מתיר, דערנאך אסר'ט איר און אייער זענט מעיד אויף זיך אז איר האט נישט קיין יראת שמים?
אין אדם מע"ר, חוץ אויב מען רעדט בעושה תשובה? האלט מען אויף א וועג.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 12:41 pm

· #387665
אישתישבי
איך פארשטיי נישט, קודם זענט איר מתיר, דערנאך אסר'ט איר און אייער זענט מעיד אויף זיך אז איר האט נישט קיין יראת שמים?
אין אדם מע"ר, חוץ אויב מען רעדט בעושה תשובה? האלט מען אויף א וועג.


איך האב מיר פונקט פארגעסען ווי איך האלט. אבער דאס איז זיכער אז מ'דארף חתונה מאכען די קינדער.

אישתישבי » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 3:21 pm

· #387677
גראדע הער אז איך אז ביי ענק ליטוואקס טוהן דאס די קינדער אליין. הער, מיט א טאטע ווי אייך, טוהן עס חסידים אויך אליין.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 3:59 pm

· #387680
אבער ווער צאלט דערפאר?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

יעלה ויבא » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 4:07 pm

· #387681
Taxpayers money!

lead, follow, or get out of the way!
בלאט: 1 2