☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » אשכולות פארדרייער אלערט

אשכולות פארדרייער אלערט

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6922

כוכב » דאנערשטאג אוגוסט 7, 2014 8:23 am

· #215790
אשכולות פארדרייער אלערט
איך בין בטבע א קאנסערוואטיווער, אלעס ביי מיר דארף גיין אלל דע וועי, וממילא, אז איך בין באקרוינט געווארן (לא בזכותי אלא בזכות אבותי וכו') אלס גבאי החודש, האב איך צוגעזעצט צום בעזעם טראק, און איך האב זייער ערנסט גענומען דעם ענין פון פארדרייען אשכולות.
איך זאג פאר אלעמען קלאר פון פאראויס, אין חודש אב, אויב מאכסטו אן אומגעלונגענע וויץ וואו עס קומט נישט אריין, כ'על דיר איינשפארן די בושות, ס'פארט אראפ און פערטיג.
האסטו א קוטשא פייע נעקי, ס'הרג'עט אוועק זאכליכע אשכולות נאך איידער עס האט די געלעגנהייט זיך צו אנטוויקלען. קומט אזא טייערע ניק ווי @ישראל קאפקע, שרייבט א הערליכע אשכול איבער די סיסטעם פון איבעי. ויבוא, מחותן קוטשיק איז דא, ער מוז מאכן א וויץ וועגן ציונים מיט חיזבאלא. איי מין פאר גאדס סעיק, דו קענסטוך נישט האלטן די ראמען?!
איך מיין אזי די אלע טראללס און אשכולות פארדרייער מאכן יעדן נערוועז, ס'שמעקט אן פרישע אשכולות, און ס'איז די העכסטע צייט זיי ענג צו מאכן.
אבער וואס כ'האב געוואלט ארויסברענגען איז אזוי. ווייל ס'טרעט אלעמען אויף די נערווען און דער עולם ווערט צעפלאצט, איז געווארן אזא מציאות, אז ווען איינער פארדרייט אן אשכול, וועט מען אים באלד מכבד זיין מיט קאלטס און ווארעמס. און פון איינער וואס האקט אין קאפ ווערט דערנאך צען מוסר תגובות שלא מן הענין.
דער פראבלעם איז אבער, אז די אלע מוסר זאגעריי גופא פארדרייט דעם אשכול...
קיינער עפנט נישט קיין אשכול אז מ'זאל דארט פארשרייען ניקים וואס פארדרייען עס...
צומאל וועל איך אלעס פארמעקן, אבער ווי יעדער ווייסט איז עס א הארץ-וויי פאר א גבאי אין קאווע שטיבל צו פארמעקן סיי וועלכע תגובה ווי מינדערוויכטיג ס'זאל נאר זיין. ס'איז אינגאנצן בניגוד פון דעם רוח המקום צו מעקן א זאך וואס איז געשריבן געווארן דורך א צווייטן חבר. א גבאי איז הונדערט און איין מאל שוקל אפילו ווען ער האלט אז ס'איז ריכטיג צו מעקן, אפשר קען מען בדוחק טרעפן א תירוץ צו לאזן יענעמ'ס תגובה, און יעדע געמעקעריי איז א בדיעבד און ווערט נאר געטון בשעת הדחק.
דעריבער וואלט געווען ראטזאם, אויב זעט איר איינער פארדרייט אן אשכול, ער פירט עס אין אן אנדערער ריכטונג שלא מן הענין, זאג אים נישט קיין ווארט, אנשטאט אים באוואשן, געב א קליק דארט דעם קליינעם קנעפעלע צו באריכטן, און שרייב צו איין מעזשיק ווארט: "פארדרייט", און איך קען אייך גאראנטירן אז די תגובה וועט נישט דארט זיצן מער ווי נאך א פאר מינוט.

תודה למפרע,
ובאה"ח לאחר שצוה כ"ק אדמו"ר שליט"א לחזקו ולאמצו
הק' כוכב גבאי
נו"נ להגבאי ר' יהושע אצל הרה"ק מהרנ"צ מראפשיץ זי"ע (הנקרא בלשון חביב שיעלע בהמה)

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג אוגוסט 7, 2014 12:31 pm

· #215833
אוי ביזטו אומגערעכט, די אטמאספערע הייבט אן שטינקען ווי אייוועלט. מ'דארף קענען אמאל פארנעמען א וויץ, און דער וויץ דארט איז געווען דוקא אזא סארט וויץ ''וואו ס'קומט נישט אריין'' (נעמליך, ''דא'' קען מען נישט בלעימען ציוניזם..) אויב וואלט עס אריינגעקומען וואלט דער וויץ געווען קיין וויץ.
נאר וואס גיי איך זיך קרוגן ווען איינער ענדזשויט אזוי שטארק זיין בעזים און מוז מעקן פאר ווייל דער חודש לויפט שוין באלד אריבער... איך וואלט אפשר נישט בעסער געווען.

ווייט פיש » דאנערשטאג אוגוסט 7, 2014 1:17 pm

· #215844
ישמעאל הכהן
אוי ביזטו אומגערעכט, די אטמאספערע הייבט אן שטינקען ווי אייוועלט. מ'דארף קענען אמאל פארנעמען א וויץ, און דער וויץ דארט איז געווען דוקא אזא סארט וויץ ''וואו ס'קומט נישט אריין'' (נעמליך, ''דא'' קען מען נישט בלעימען ציוניזם..) אויב וואלט עס אריינגעקומען וואלט דער וויץ געווען קיין וויץ.
נאר וואס גיי איך זיך קרוגן ווען איינער ענדזשויט אזוי שטארק זיין בעזים און מוז מעקן פאר ווייל דער חודש לויפט שוין באלד אריבער... איך וואלט אפשר נישט בעסער געווען.

עס איז אמת מדארף קענען פארנעמען א וויץ אבער אז דער וויץ זייעט אהן א חורבן אין יענעמס יגיע כפיים דארף עס זאפארט פאראכטען ווערן בעסער איז צו בעטן דער שרייבער פינעם וויץ צו מאכן אליינס דעם תיקון

אויליגער » דאנערשטאג אוגוסט 7, 2014 3:02 pm

· #215855
ווי האט די רבי געזאגט דו ביסט גערעכט, און דו ביסט אויך גערעכט,
אוודאי איז נישט שיין צו פארדרייען יעדע אשכול.
אבער אז מהאט א גוטס, און מוויל עס נישט האלטען פאר זיך?אפשר זאל יעדער וואס האט א גוטס אריינלייגען דא, און שרייבן און וועלעכע אשכול דאס באלאנגט?

דא יא עגרי? אויב יא כוכב'ל טייערע המתחיל במצוה אומרים לו. ..... זיי דו דער ערשטער און לייג ארויף די תגובה פון ציונות און איבעי. וישמחו ענוים עד ביאת גואל צדק ומלכינו בראשינו בב"א

ווייט פיש » דאנערשטאג אוגוסט 7, 2014 3:51 pm

· #215869
אויליגער זאגט א נקודה, מען דארף האבען א אשכול פאר די פארדרייטע תגובות, און אלס לינקן אהין צו ווי מען האט אים געפירט, מסתמא וועלן זיך מענטשען לערנען לכתחילה אהינלייגען זייערע קרעמפן בעפאר גיין אנשמירען יענעמס ארבעט

פארוואס? » פרייטאג אוגוסט 8, 2014 12:56 am

· #215957
הדא הוא דכתיב: משנכנס אב ממעטין בשמחה.