☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » ביזנעס וועלט » איבעי - עמאזאן

איבעי - עמאזאן

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6921

ישראל קאפקע » דאנערשטאג אוגוסט 7, 2014 1:11 am

· #215778
איבעי - עמאזאן
איך פארקויף שוין א שטיק צייט אויף איבעי, נוצענדיג די איבעי עפפ אויף מיין מאביל פאון,
סאיז א געשמאקער עסק, שאפסט זיך איין פאר ביליג, מאכט א ליסטינג לייגסט א בילד צוויי, א קורצע דיסקריפשאן, א פרייז, די קוואנטיטעט, שיפינג פרייז און צייט אינלאנד אויסלאנד, און היידא מען קען קויפן פון דיר פון די גאנצע וועלט,
מאכט זיך אבער אמאל וואס די איבעי פאליסיס זענען געפערליך נאריש און טייל מאל ממש טאטאל משוגע,

למשל איך האב פרובירט צו העכערן די מאקסימום וויפיל אייטעמס איך קען האבן געליסטעט אויף איבעי פון 250 צו 500,
איך גיב זיי א רוף, זאגן זיי מיר אז מען קען נישט העכערן מיין לימיט ווייל איינער איז נישט געווען צופרידן מיט וויפיל איך האב געטשארדזשד פאר שיפינג פאר א אייטעם, פרעגט איך אים ס'הייסט יענער ווייסט פון פאראויס אז איך בעט אזויפיל און אזויפיל פאר שיפינג ער דארף נישט קויפן אויב ער האלט אז סאיז צו טייער, פארוואס זאל די רעיטינג סיסטעם בכלל אריינרעכענען די שיפינג פרייז? (אנדערש ווי accurate description, communication, and 'shipping time' וואס קומט יא אריין אין רעיטינג) ענטפערט ער מיר אז איך בין גערעכט און איבעי גייט טוישן די רעיטינג סיסטעם און אויף קומענדיגע סוף חודש (אוגוסט) עוואליועישן גייט שוין נישט רעכענען שיפינג טשארדזשעס, פרעג איך אים דו זעסט אז איבעי האלט אויך אז שיפינג טשארדזשעס איז א נארישע פאקטאר אין סעלער רעיטינג, לייגט זיך דען אויפן סכל אז וועגן איין נישט גוטע רעיטינג וואס דארף לכתחילה נישט זיין קיין פאקטאר אין די רעיטינג זאל איך נישט קענען פארברייטערן מיין איבעי סטאר?
ער האט נישט געוואלט הערן פון גארנישט,
צוריק גערופן א טאג שפעטער, יענער האט אפילו נישט געוואוסט פון וואס דער נעכטיגער האט גערעדט און גערן געהויבן מיין לימיט.

נו שוין א קליינע פארזעעניש קלערט איר? הערט דאס!
היינט פראביר איך צו 'דערהיינטיגן' (update) די קוואנטיטעט פון אן אייטעם (אן איינצעלנע אייטעם איז געווארן געדעמידזשד) איך לייג אריין די קוואנטיטעט דרוק ענטער, קומט ארויף א מעסעדזש אז אזויווי די קאסטומערס גלייכן גרויסע שיינע בילדער פון די אייטעמס וואס זיי ווילן קויפן מחוז מען אפלאודן און אימעדזש מיט מינימום 500 פיקסלס אויף די לענגערע זייט,
כהער, איך זיך אויף א גרויסע שיינע בילד, איך אפלאוד עס, נאכאמאל די זעלבע מעסעדזש, איך פראביר נעמען א בילד מיט מיין 8 מ.פ. פאן קאמערע, עס העלפט נישט, סאו איך קוק אויף די אימעדזש דיטעילס אין געלערי און סשטייט קלאר 'ברייט 1950 פיקסל, הויך 2590 פיקסל,' 1.7 מ.ב. אימעדזש!? איך פראביר נאכאמאל און איך כאפ מיר אז די נארישע איבעי עפפ קאמפרעסט מיין אימעדזש בשעת איך לאוד עס ארויף!!

בקיצור איבעי עפפ איז איבערנאכט געווארן נוצלאז, דו דארפסט מינימום 500 פיקסל פער זייט, אבער דער בהמישע עפפ וועט נעמען מיין שיינע 1900x2500 בילד און בעל כרחי עס צוקוועטשן צו ווייניגער פון 500 פיקסל די לענג!!!
כ'האב שוין פראבירט אפדעיטן דעם עפפ, נישט געהאלפן,

האט איינער אן עצה? סאיז מיר זייער וויכטיג,

איך שטיי און שטוין וויאזוי א מולטי ביליאן דאלער קאמפאני וואס רוב פון איר ביזנעס קומט פון פריוואטע מענטשן וואס פארקויפן פון דערהיים און נוצן דעם איבעי עפפ, זאל קענען זיין אזוי נאריש און אומבאלימפערט!

ברעט מענינג » דאנערשטאג אוגוסט 7, 2014 8:04 am

· #215789
איין טאג גייסטו זען א אפדעיט באג פיקסט

בן תמליון » דאנערשטאג אוגוסט 7, 2014 8:41 am

· #215791
גם אני בחלומי. דאס איז דער נאמען פון שפיל. שפיל זיך ארום מיטן אימעדזש ביז עס גייט אדער סעיוו עס אנליין און לייג א URL אנשטאט. הוא הדין מיט די פאליסיס און רעפס, זיי זענען און אינדיע צו וואו, אז עס גייט נישט מיט איינעם פרובירט מען א צווייטן.

בדרך כלל מיין איך דער עפפ איז פיין. בעיני גרינגער באלד ווי ליסטן אויף א דעסקטאפ. בהצלחה.

געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 7, 2014 9:03 pm

· #215929
1) כ'גלייב אז רובא דרובא sellers ליסטן זייער אייטעמס פון א דעקסטאפ קאמפיוטער אין אפיס, ממילא ביזטו א מיעוט.
2) די טיעם וואס מאכט די עפפ און די וואס מאכן די וועבזייט אדער רולס זענען צוויי באזונדערע דיפארטמענטס, מוז אפילו נישט זיין אין די זעלבע שטאט, און אינטערקאמיוניקאציע צווישן דיפארטמענטס אין גרויסע ענטערפרייזעס זענען זייער שווער.

האסט נישט געבעטן קיין עצות, אבער האסט פראבירט אפצולאודן די בילד פון די מאביל וועבסייט? האסט זיכער געמאכט אז דו האסט די לעיטעסט אפדעיט פונעם עפפ?

ישראל קאפקע » זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:46 pm

· #218373
אומריכטיגע פראדוקט דיסקריפשאן
כ'האב געקויפט א דידזשיטל קעמרע אויף איבעי, א קענאן פוינט ענד שוט פאר $250 וואס איז גענוצט געווארן אלס א דיספלעי יוניט (ארגינעלע פרייז $425), מיין שאלה איז, די פיקטשער און די דיסקריפשאן האט געוויזן/געשריבן א זילבערנע קאליר, ער האט מיר געשיקט א שווארצע שטיקל, איך האב לכתחילה געזוכט א זילבערנע און איך וואלט עס נישט געקויפט אויב איך ווייס אז עס איז א שווארצע קאליר, יעצט אז איך האב עס שוין וויל איך נישט זיך מוטשענען און עס צוריק שיקן, (איך דארף עס נוצן אין די קומענדיגע טעג) אבער איך האלט אז איך קען פארלאנגען פון אים א דרייסיג - פערציג דאלער ריפאנד,

בין איך גערעכט? אויב יא וואס איז די בעסטע וועג צו עפראוטשן די סעלער? אויב בין איך נישט גערעכט וואס קען איך יא טון?

יין שרף » זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:54 pm

· #218375
עפ"ר שרייבן די סעללערס אז די אקטועלע חפץ קען זיין אין א אנדערע קאליר.

בשבילי! » זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:58 pm

· #218376
נישט אין די דעסקריפציע בפרטיות

לאליפאפ » זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:59 pm

· #218377
יין שרף
עפ"ר שרייבן די סעללערס אז די אקטועלע חפץ קען זיין אין א אנדערע קאליר.

אויך וועלן רוב סעללערס ענדערש זאגן מקח בטל ווי אראפלאזן 30 40 דאללער.

ישראל קאפקע » זונטאג אוגוסט 24, 2014 7:11 pm

· #218383
1)עס רעדט זיך פון א קעמרע וואס איז געווען גענוצט אלס א דיספלעי יוניט, סאו ער רעדט פון ספעציפישע אייטעם וואס ער געט פאר ביליג ווייל סאיז נישט ברענד ניו, איך וואלט געזאגט אז סאיז אן אנדערע הלכה ווי א געווענליך
2)די בילד און די קעפשן פון די אייטעם שרייבן קלאר ארויס אז ס'איז א זילבערנע,
(נישט דרייסיג -פערציג, צוואנציג - פינף אין צוואנציג יא?)

יתרו » זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:34 pm

· #218406
אויב האלטסטו אז די עס קומט דיר זאגט גענוי דאס פארן סעללער אז די וואלסט עס קיינמאל נישט געארדעט ווען די ווייסט ווען אז עס איז שווארץ נאר איצט איז עס צו א גרויסע העסעל צוריק צו שיקן. און בעט א פארשיל ריפאנד לאז אים דיר געבן די פרייז וואס ער האלט עס קומט דיר עס קען אמאל זיין מער ווי די וועסט בעטן. רוב נארמאלע סעללערס פייגערן פאר קאסטעמערס סעטעספעקעישן זיי ציטירן פינעם פידבעק אימת מוות.

ישראל קאפקע » זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:37 pm

· #218407
יישר כוח @יתרו, פאר דיין ראט,

בשבילי! » זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:57 pm

· #218408
ישראל קאפקע
יישר כוח @יתרו, פאר דיין ראט,

געב א לייק

ישראל קאפקע » זונטאג אוגוסט 24, 2014 10:25 pm

· #218412
בשבילי!
ישראל קאפקע
יישר כוח @יתרו, פאר דיין ראט,

געב א לייק

יישר כוח @בישבילי, פאר דיין ראט,
(דארפסט א לייק? בעט! 🙂 )

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:42 pm

· #218552
זייענדיג אן עמעזאן פריים מעמבער, פארדריסט מיר ווי שטילערהייט טוען זיי העכערן פרייזן פאר די זעלבע סערוויסעס.
איך וואלט געוואלט זיי זאלן אפטיילן איין סערוויס פונעם צווייטן, צב"ש איך זוך נישט צו בארגן בוכער, אדער סטריעמען מאוויס. איך דארף בעיקר שנעלע פרייע שיפינג. זאלן זיי בעטן פון יעדע סערוויס א געוויסע אפצאל, נישט מאכן א וואן-סייז-פיטס-אלל.

לעצטנס זענען זיי ארויף מיט די פרייז פאר די מעמבערשיפ מיט 40 דאלער א יאר.
יעצט זעה איך זיי האבן געהעכערט די איין-טאג שיפינג פון 4 דאלער פער אייטעם צו 6. איך מיין עס לוינט מיר שוין כמעט נישט צו האבן א מעמבערשיפ, חוץ אפשר בשותפות מיט א צווייטן.

געפילטע פיש » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 11:08 am

· #218730
קענסט מאכן א שותפות מיט נאך פיר אירע, וכן נוהגין.

אפטעמיסט » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 11:21 am

· #218733
אויב דארפסטו נאר די שיפינג, בעט סיי ווער ס'האט פריים דיר צו add'ן בחנם <a class="postlink" href="http://www.amazon.com/gp/help/customer/display.html?nodeId=200444180">http://www.amazon.com/gp/help/customer/ ... =200444180</a>

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 12:51 pm

· #219501
איך זעה גוט??? 7.99 פאר אווערנייט! ארויף מיט נאך 2 דאלער "אווערנייט"...???

petergrifin » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 1:15 am

· #219762
שמעקעדיג
איך זעה גוט??? 7.99 פאר אווערנייט! ארויף מיט נאך 2 דאלער "אווערנייט"...???

פאר א סעקונדע האב איך געמײנט אז דו רעדטס ליל שישי װעגן אװערנײט קוגל.. 😃

קאפקעיק » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 9:18 am

· #243751
שמעקעדיג
זייענדיג אן עמעזאן פריים מעמבער, פארדריסט מיר ווי שטילערהייט טוען זיי העכערן פרייזן פאר די זעלבע סערוויסעס.
איך וואלט געוואלט זיי זאלן אפטיילן איין סערוויס פונעם צווייטן, צב"ש איך זוך נישט צו בארגן בוכער, אדער סטריעמען מאוויס. איך דארף בעיקר שנעלע פרייע שיפינג. זאלן זיי בעטן פון יעדע סערוויס א געוויסע אפצאל, נישט מאכן א וואן-סייז-פיטס-אלל.

לעצטנס זענען זיי ארויף מיט די פרייז פאר די מעמבערשיפ מיט 40 דאלער א יאר.
יעצט זעה איך זיי האבן געהעכערט די איין-טאג שיפינג פון 4 דאלער פער אייטעם צו 6. איך מיין עס לוינט מיר שוין כמעט נישט צו האבן א מעמבערשיפ, חוץ אפשר בשותפות מיט א צווייטן.

זיי זענען בפירוש נישט דא אויף צו דיר רייך מאכן, זייער איינציגסטע ציל איז צו מאכן געלט, און שטילערהייט -ווי דו רופס עס- רוקן זיי ארויף יעדע פאר טעג עפעס אנדערש, למשל די FBA fee פארט ארויף און געציילטע טעג, דאס גייט זיי רייכער מאכן מיט מיליאנען טעגליך.

chusid » מיטוואך סעפטעמבער 2, 2015 11:03 pm

· #299267
ווייסט איינער אויב/ וויאזוי מען קען צירוק עפענען א פארשפארטע איבעי אקאונט? ( שוין נאכן פארלירן די אפיעל )?

בן תמליון » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 10:00 am

· #299309
chusid
ווייסט איינער אויב/ וויאזוי מען קען צירוק עפענען א פארשפארטע איבעי אקאונט? ( שוין נאכן פארלירן די אפיעל )?

פארוואס האט מען פארשפארט די אקאונט אין פירסט פלעיס?

היימישע יונגערמאן » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 7:23 pm

· #302819
ביזנעס אויף עמעזאן אין איבעי וכו'
איך האב שוין אסאך געהערט מענטשן מאכן אסאך געלט אויף די פלעצער קען מיר איינער מסביר זיין ווי אזוי גייט דאס צו!

אהרן » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 8:19 pm

· #302830
Re: איבעי - עמאזאן
היימישע יונגערמאן
איך האב שוין אסאך געהערט מענטשן מאכן אסאך געלט אויף די פלעצער קען מיר איינער מסביר זיין ווי אזוי גייט דאס צו!

מען קויפט פאר ביליג, מען פארקויפט פאר מער, און די ריוח לייגט מען אריין אין טאש.

רובא דרובא איז אדער קלאוסאוטס אדער אימפארטינג, ביידע זענען נישט גרינג, ביידע האבן געזונטע ריסקס מיט שווערע ארבעט, עכ"פ די ערשטע תקופה, אבער עט די ענד קען מען שיין מצליח זיין אויב מען טוט עס ריכטיג.

דיסקלאושער: איך בין נישט קיין עמעזאן\איבעי סעללער

דורכגעטראכטער » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2015 3:09 pm

· #303608
Re: איבעי - עמאזאן
בן תמליון
chusid
ווייסט איינער אויב/ וויאזוי מען קען צירוק עפענען א פארשפארטע איבעי אקאונט? ( שוין נאכן פארלירן די אפיעל )?

פארוואס האט מען פארשפארט די אקאונט אין פירסט פלעיס?

לפע"ד קען מען נישט צירוק עפענען א פארמאכטע אקאונט. קיינמאל נישט. אויב איינער ווייסט יא ווי אזוי זאל ביטע לאזן וויסען.

שלום על ישראל » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2015 3:22 pm

· #303611
דורכגעטראכטער
בן תמליון
chusid
ווייסט איינער אויב/ וויאזוי מען קען צירוק עפענען א פארשפארטע איבעי אקאונט? ( שוין נאכן פארלירן די אפיעל )?

פארוואס האט מען פארשפארט די אקאונט אין פירסט פלעיס?

לפע"ד קען מען נישט צירוק עפענען א פארמאכטע אקאונט. קיינמאל נישט. אויב איינער ווייסט יא ווי אזוי זאל ביטע לאזן וויסען.

ס'איז יא פארהאן אזא זאך; ס'ווענדט זיך אין די אומשטענדן.

דורכגעטראכטער » פרייטאג אקטאבער 9, 2015 1:21 am

· #303690
Re: איבעי - עמאזאן
שלום על ישראל

נישט אויף אני סעללינק אקאונט.

דורכגעטראכטער » פרייטאג אקטאבער 9, 2015 1:21 am

· #303691
Re: איבעי - עמאזאן
סעלינג*

Sent from my SAMSUNG-SM-G900A using Tapatalk

ונבנתה העיר » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 10:15 pm

· #306540
<a class="postlink" href="http://www.amazon.com/b/ref=sameday_gw_d_hero_newinyourarea?_encoding=UTF8&node=8729023011&pf_rd_m=ATVPDKIKX0DER&pf_rd_s=desktop-hero-F&pf_rd_r=1RY3CJS23C86ZW2T01R3&pf_rd_t=36701&pf_rd_p=2251578302&pf_rd_i=desktop">http://www.amazon.com/b/ref=sameday_gw_ ... _i=desktop</a>