☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » סלח לנו אבינו

סלח לנו אבינו

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #692

בן תמליון » מיטוואך מאי 23, 2012 11:56 am

· #14426
סלח לנו אבינו
בן תמליון


פארגיב טאטעניו דיין קינד
איך בין פארשמירט מיט זינד

סלח לנו אבינו כי חטאנו

פארגיב מיר קעניג מיין נשמה
זי איז פארזינדיגט און טמא

מחל לנו מלכינו כי פשענו

ביסט דאך א גוטער גאט
פארציי ווי דיין ווארט

כי אל טוב וסלח אתה

זינדיגן וועל איך ליידער
אוי זיי מיר מוחל כסדר

חנון המרבה לסלוח

לעמיל » מיטוואך מאי 23, 2012 12:58 pm

· #14438
וואס איז יעצט? וואס האסטו דיך יעצט דערמאנט?????

יידל » מיטוואך מאי 23, 2012 12:59 pm

· #14440
זייער שיין, אביסעלע צו קורץ.

בן תמליון » מיטוואך מאי 23, 2012 2:05 pm

· #14470
לעמיל
וואס איז יעצט? וואס האסטו דיך יעצט דערמאנט?????


אויך א רעזולטאט פונעם כינוס אפשר? ווער ווייסט.

בן תמליון » מיטוואך מאי 23, 2012 2:07 pm

· #14471
יידל
זייער שיין, אביסעלע צו קורץ.


א דאנק. אדרבה אפשר קען איינער לינקען צו מקורות איבער כללים פון שרייבן פאעזיע? וואלט געווען נוצבאר.

עסן עסט'זיך » מיטוואך מאי 23, 2012 4:39 pm

· #14508
ערעב תמליון שילדער ליבעשט דיינע חטאים אין פאעזיע און לאזז די מחילה פאר זיך

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 24, 2012 4:05 pm

· #14796
עסן עסט'זיך
ערעב תמליון שילדער ליבעשט דיינע חטאים אין פאעזיע און לאזז די מחילה פאר זיך


צו דעם דארף מען קויפן די באקאנטע "מחזור" פון ארטסקרול, וועלכע האט קאלירטע בילדער פון אלע על חטא'ס.... 🙄