☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » איך קען מיר נישט בארואיגן (האלאקאוסט)

איך קען מיר נישט בארואיגן (האלאקאוסט)

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6910

ברעט מענינג » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 11:07 pm

· #215592
איך קען מיר נישט בארואיגן (האלאקאוסט)
איך עפן אויף א אשכול אויב איינער קען מיר דא בארואיגן,
איך האב געקוקט מער ווייניגער אלע ווידעאו'ס פונעם צווייטען וועלט קריג
און יעדע איינע איז טאקע נישט צים גלייבען ממש,
אבער איינער האט דא געשריבען איבער קליפ'ס פון אנא פראנק און איך קען מיר נישט בארואיגן
איך קוק עס איבער און איבער און טרערן רינען פון מיינע אויגן,
אוי טאטע און הימל דערבארים זיך שוין אויף דיין פאלק!!

😢 😢 😢 😢 😢 😢 😢 😢 😢 😢 😢 😢 😢 😢 😢 😢 😢 😢 😢

ישראל קאפקע » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 11:18 pm

· #215595
איך מיין אז סאיז דא עטליכע מאל געשפילט,
מען קען זען די גענצליכע פילמען אויף יוטוב אומזיסט,
די ענדע פון די פילם איז די מערסט טרויעריגע איבערשפיל פון א קאנצענטראציע לאגער וואס איך האב געזען,
די עיקר שטארקקייט דערפון איז אז רעדט זיך פון איין ספעציפישע מענטש, מיט וועם מען באקענט זיך נאנט אין רוב פון די פילם,
ווען מען זעט די ליידן און ענטגילטיגע טויט פון טויזענטער אדער צענדליגער טויזענטער, איז זייער שווער צו רילעיטן דערצו.

ברעט מענינג » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 11:25 pm

· #215597
עס איז דא אפאר,
עס איז דא א ניי איבערגעמאכט זייער פראופעשענעל איינגעטיילט און צוויי,
אויך איז דא עלטערע מער אבער זייער נישט מסודר.

ישראל קאפקע » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 11:34 pm

· #215600
איך האב עס געקוקט אויף נעטפליקס, ווען איך האב עס נעכטן דערמאנט האב איך געכאפט א בליק אויף יוטוב אויב זיי האבן עס אומזיסט,
סאיז אזא טרויעריגע געשיכטע, (און אויך גאנץ לאנג) אז איך האב עס נישט געקענט ענדיגן אויף איין מאל,
סאיז גאר גאר א טראומאטישע פילם, און מוראדיג פראפעסיאנעל געשפילט, ממש מוראדיג,
די ביכל איז געווארן איבערגעדרוקט אין איבער הונדערט שפראכן, און איז איינע פון די מערסט פארשפרייטסטע ביכער אין די געשיכטע.

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 11:35 pm

· #215601
נישטא וואס צו בארואיגן, עס איז פאר יעדן איינעם די זעלבע שוידערליך, מיר וועלן זיך נאר בארואיגן כשינקום ה' נקמתינו און מיר וועלן זעהן דעם אומשאצבארן שכר פון די אלע געליטענע, אז ימלא שחוק פינו.

כוכב » מיטוואך אוגוסט 6, 2014 3:34 pm

· #215684
קאפקע, לינק צו די פילם דו רעדטסט דערפון ביטע.

ישראל קאפקע » מיטוואך אוגוסט 6, 2014 4:25 pm

· #215697
כוכב
קאפקע, לינק צו די פילם דו רעדטסט דערפון ביטע.

איך האב נישט קיין אנונג וויאזוי מען לייגט ארויף א לינק,
קענסט פשוט זוכן 'the diary of Anne Frank' אויף יוטוב.

ברעט מענינג » מיטוואך אוגוסט 6, 2014 8:48 pm

· #215744

ברעט מענינג » מיטוואך אוגוסט 6, 2014 11:48 pm

· #215767
איך הער נישט אויף טראכטען! שעפעלע נעבעך!

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 7, 2014 12:23 am

· #215769
שמעקעדיג
נישטא וואס צו בארואיגן, עס איז פאר יעדן איינעם די זעלבע שוידערליך, מיר וועלן זיך נאר בארואיגן כשינקום ה' נקמתינו און מיר וועלן זעהן דעם אומשאצבארן שכר פון די אלע געליטענע, אז ימלא שחוק פינו.

אוי. אבינו מלכינו נקום לעיננו נקמת דם עבדיך השפוך. אבינו מלכינו עשה למען באי באש ובמים על קידוש שמך.איכ'ל דיר פארציילן א סוד. (אבער זאג עס נישט אויס פאר קיינעם). א יעדעס יאר ווען מ'זאגט אבינו מלכינו קומט מיר טרערן אין די אויגן. איך שעם מיך פאר מיינע שכנים אין ביהמ"ד... 😕 😎 🙄 😳 😢 😞 😢 😞 😢 😞 😮

שבת אחים » מאנטאג נאוועמבער 2, 2015 12:05 pm

· #307331
Looters dig up Holocaust victims' graves at Nazi death camp Sobibor in hunt for gold

שוידערליך, גרעפיק קאנטענדט!
<a class="postlink" href="http://www.dailymail.co.uk/news/article-3295228/EXCLUSIVE-Jewish-Holocaust-victims-graves-dug-hunt-treasure-Shocking-photos-reveal-looters-disturb-mass-burial-sites-Poland-s-Sobib-r-Nazi-death-camp.html">http://www.dailymail.co.uk/news/article ... -camp.html</a>

יאסל ראקאווער » מאנטאג נאוועמבער 2, 2015 1:34 pm

· #307342
איינער קען מיר מסבר זיין וויאזוי די נקמה פון טויטע נאציס גייט צוגיין? מ'גייט מאכען ויקיצו ישיני עפר פון זייער ביין לוז, [מכאן שיש תחיית המתים ביי די גוים] און די לוז ביין פון אונזער זיידעס גייען זיך מלבש זיין מיט זייער לאגער גופות, און מ'גייט זיי נאכאמאל הרגענען, די פארשאלטענע נאציס?

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 11:49 am

· #310254
געלייענט די וואך אין 'די צייטונג' (אידישע נייעס אפטיילונג, וועלכע איז מורא'דיג באלערנד מדי שבע בשבוע) אן אינטערוויאו מיט ר' לייבל שערמאן, א איד פון קווינס וועלכער האט געארבעט נעבן די קרעמאטאריומ'ס אין אוישוויץ!

אונטערן קעפל "ביים טויער פון גיהנם", טראגט ר' לייבל אייך אריבער צו אן אנדער וועלט, צו א וועלט פון פיין און ליידן, צרות יגון ואנחה, אומגלויבליכע שוועריגקייטן וואס אונזערע עלטערן זענען אדורך, און דאס אלעס ממקור ראשון פון א איד וואס האט דאס אלעס צוגעזען במו עיניו.

א זעלטנהייט פון א אינטערוויאו. עס לוינט צו קויפן דעם צייטונג בלויז פאר דעם אליינס.

.
📎 Interview.jpg

שבת אחים » דינסטאג מאי 15, 2018 11:01 pm

· #402795
זייער אינטרעסאנט... מהאט אנדעקט צוויי בלעטער וואס אנא פראנק הי״ד האט בדווקא געוואלט פארדעקן...
Researchers Uncover Two Hidden Pages in Anne Frank’s Diary


<a class="postlink" href="https://www.nytimes.com/2018/05/15/books/anne-frank-diary-new-pages.html">https://www.nytimes.com/2018/05/15/book ... pages.html</a>