☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הרה"ח ר' דוד הויער ע"ה, ס' ראה"ק ד'קיט"ל ד'סאטמאר (מהר"א)

הרה"ח ר' דוד הויער ע"ה, ס' ראה"ק ד'קיט"ל ד'סאטמאר (מהר"א)

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6908

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 12:22 pm

· #215506
הרה"ח ר' דוד הויער ע"ה, ס' ראה"ק ד'קיט"ל ד'סאטמאר (מהר"א)
ברוך דיין האמת:
אין די מינוטין איז נפטר געווארן הרה"ח המפורסם, ר' דוד הויער ע"ה, סגן ראש הקהל ד'קהל יטב לב ד'סאטמאר (מהר"א).

ר' דוד איז געווען א תלמוד חביב פון כ"ק מרן רביה"ק הברך משה מ'סאטמאר זצ"ל נאך פון זענטא.

שטיקעלע באשרייבונג וועט אי"ה נאכפאלגן.

(א סייד נאוט...: ר' לייביש לעפקאוויטש, דער סאטמארער ראה"ק איז אויך נפטר געווארן תשעה באב)

קליגער אינגערמאן » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 12:35 pm

· #215508
שעפטל

(א סייד נאוט...: ר' לייביש לעפקאוויטש, דער סאטמארער ראה"ק איז אויך נפטר געווארן תשעה באב)


און דער נייער ראה"ק ר' י"ר האט יארצייט תשעה באב עפעס האבן די ראשי קהילה מיט דעם טאג.

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 1:34 pm

· #215524
א שנעלע רעפארט איבער זיין משפחה

ר' דוד'ס טאטע האט געהייסן, ר' מרדכי צבי.

ער האט איבערגעלאזט:
בנו ר' טובי' אביגדור, קר"י
בנו ר' אהרן גבריאל, וומ"ס
בתו, אשת ר' נחמי' שלמה ווערצבערגער, ב"פ
בתו, אשת ר' אביגדור גליק, וומ"ס
בתו, אשת ר' שלמה פריעדמאן, וומ"ס

אום ט' אלול תשס"א האט מען געטראפן -נאך 2 טעג זיכן- זיין זון ר' אברהם יצחק ע"ה, נישט בין החיים אין א וואלד אין ניו העמפשיר.

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 1:43 pm

· #215525
📎 IMG-20140805-WA071.jpg

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 1:49 pm

· #215526
📎 IMG-20140805-WA061.jpg
📎 IMG-20140805-WA076.jpg
📎 IMG-20140805-WA045.jpg
📎 IMG-20140805-WA072.jpg

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 1:51 pm

· #215527
📎 IMG-20140805-WA049.jpg

הויזן טראגער » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 2:50 pm

· #215538
אינטרעסאנט ווי די נעקטיי איז אים פארשווינדן געווארן אויף די עלטערע יארן

דריידל » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 5:13 pm

· #215546
וואסי אזוי אינטערעסאנט איבער דעם נעקטיי? אין די יונגערע יארן ווען ער איז געווען אין ביזנעס און עסקנות האט ער געהאלטן אז ער דארף עס, אבער נאכדעם וואס ער האט רעטייערט פעלט עס מער נישט אויס. ווערי סימפל.

דענקער » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 5:28 pm

· #215547
[ציטאט אראפגענומען]

ס'איז טאקע נישט. דאס איז נטע ראטטענבערג וואס איז אויך היינט געשטארבן.

ky10950 » מיטוואך אוגוסט 6, 2014 12:03 pm

· #215657
בנו הרה"ח אהרן גבריאל הויער הי"ו איז א שטארקע חסיד פון אדמו"ר מהרי"י מ'סאטמאר