☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » וויאזוי פאסט איר איין??? [ביטע נאר בדוק ומנוסה]

וויאזוי פאסט איר איין??? [ביטע נאר בדוק ומנוסה]

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6904

משבק » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 11:05 am

· #215347
אויף וואס איז גוט איינצופאסטן?

קאך_לעפל » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 12:45 pm

· #215367
משבק
אויף וואס איז גוט איינצופאסטן?


אויף א הייסע סאלאמי סענוויטש, מיט א שאכטל פרענשריי, מיט שיסל זויער איגערקעס..... און מאכט זיכער עס צו פארשלינגען מיט א פלעשעל איי-קאלטע קארשען זאפט.....

משבק » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 1:03 pm

· #215372
די בויך וויטאג האט זיך שוין אנגעהויבן?

גאלד » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 2:15 pm

· #215381
משבק
אויף וואס איז גוט איינצופאסטן?


יוראוויטשעס טראפן

משבק » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 3:05 pm

· #215388
אדמור מרימניץ פלעג איינפאסטן ערב ת"ב אויף געזאלצענע הערינג

פליקער » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 3:08 pm

· #215391
ווי אזוי איז שייך צי זאגן בדוק ומנוסה, למשל אויב איינער איז מקיים די מנהג פון שלינגען ניין שלינגעס וואסער מיט איין אטעם, און ער פאסט גיט, קען דאך זיין אז אפילו אן די וואסער וואלט ער אויך גיט געפאסט, אדער אפשר וואלט ער אפילו בעסער געפאסט, אדער פארקערט ווען ער נעמט נישט מעלאנע און ער פאסט שלעכט, מיז דען זיין אז עס איז מחמת זיין נישט עסן מעלאנע, קען זיין ווען ער עס וועין יא, וואלט ער וועין געפאסט סך ערגער, על כן איז די אשכול נישט מאסגעיבענד, נאר מען זאל שלינגען וואסער, עסן מעלאנע, נעמען גריינעמאן'ס טראפן, אריין דריקן טיילענאל מיט קאפין מאחורי, וכילו האי ואולי.

משבק » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 3:15 pm

· #215394
סאיז א נאטור זאך ,ווער ספאסט גרינג קען הונגערן עטליכע טעג כאילו לא הי ,און ווער נישט, קען זיך אנשטאפן מיט אלדאס גוטס און נאכאלס אויפשטיין ביום התענית מיט קאפוויי

שעפטל » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 3:17 pm

· #215396
איך עס און איך טרינק און נארמאלערהייט וועל איך האבן כח צו פאסטן, הונגעריג בין איך מארגן רעגארדלעס אין די צייט, טראץ מיינע אוועקאדא מיט די שולאכטץ און מעלאנע ביזן גרינד.

עצה טובה, טרינקט יעצט בעיקר די גאלן וואסער, ווייל שפעטער וועט דאס פאראורזאכן צו לויפן א גאנץ קינות..

שוין עפעס דארף מען דאך אויך א עצה געבן, נא אוועקאדאו, מעלאנע, זיי זאגן אז לאקשן מיט דזשיס..

איך אויך » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 3:20 pm

· #215397
שעפטל
לאקשן מיט דזשיס..

טשיז? דשזוס? Jews?

שעפטל » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 3:26 pm

· #215401
טשיז.

בכל אופן טרינקן געניג וואסער און עלימענירן ווי מער זאלציגע עסן

Ben-Shishim » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 3:30 pm

· #215403
One thing is for sure, try to be as calm and relaxed as possible.
You will notice that most people who have complications fasting, is because they are nervous, and sometimes days and weeks before the fast
once they learn how to stay calm, all goes well

N>B> The fast doesn't last for ever, it's only one day, soon you will be able to eat and drink.

לית דין בר נש » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 10:22 pm

· #244874
אויף די שושנים פארמעסט

נתן מנחם » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 9:57 am

· #244959
וויאזוי נישט אריינצופאסטען:
היינט אינדעפרי בין איך אויפגעשטאנען 5:15 זיך אנגעשמירט א באגעט מיט גארליק פיטער, געמאכט א שפיגעל איי, געבראטען העש בראונס (דאס זענען אזעלכע פארברוינטע געציבעלטע פאטעיטאס) די הויז האט געשמעקט א מחיה. איך האב מיך געוואשען צו די סעודה'ניו (סעודת המפסקת בין שינה שינה) און איך האב גע'אכל'ט אויף אלע באקען און צוגעטרינקען דערנאך א הייס לאווא מאקאטשינא. איך האב געבענטשט 6:02 און זיך צוריקגעלייגט שלאפן.

אזוי האב איך געהאפט! רבותי די שולשול איז איז ביטער ווי א זית. העלף!! אפילו געז עקס און טאמס קען מיר נישט אריינלייגען אין מויל.

ציבעלע-קיגל » מאנטאג יאנואר 12, 2015 3:02 pm

· #247574
א גוט גלעזעל בראנפען... דאס איז גוט פאר, נאך און אינמיטען (אויב מען פאסט נישט)

שמעקעדיג » מאנטאג יאנואר 12, 2015 3:08 pm

· #247575
און ווען איז גוט ציבעלע קוגל?