☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ערב תשעה באב תשע"ד: צוויי טעראר אטאקעס אין ירושלים

ערב תשעה באב תשע"ד: צוויי טעראר אטאקעס אין ירושלים

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6900

לאליפאפ » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 7:27 am

· #215305
ערב תשעה באב תשע"ד: צוויי טעראר אטאקעס אין ירושלים
יעצט פארטאגס קומט אן די שרעקליכע נייעס אז א אראבישער טעראריסט אין ירושלים איז יעצט מיטאג אין ירושלים ארויסגעפארן פון א קאנסטראקציע סייט מיט א טראקטאר און אנגעהויבן דעם טרויעריג באקאנטן טראקטאר טעראר אטאקע, איבערקערנדיג א באס וואס איז בחסדי השם געווען ליידיג און נאר דער אראבעישער דרייווער איז לייכט פארוואונדעט געווארן, אבער ליידער איז אויך איין אידישער פוסגייער שווער פארוואונדעט געווארן און קורצליך דערנאך אומגעקומען.

לאליפאפ » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 7:29 am

· #215306
הרה"ח ר' אברהם וואלעס הי"ד, 25, חסיד תולדות אהרן, משגיח אין אתרא קדישא.

BAL TSHIVA » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 7:35 am

· #215307
בד"ה

לאליפאפ » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 7:36 am

· #215308
בילדער פונעם שוידערליכן אטאקע
📎 IMG-20140804-WA0025.jpg 📎 2014-08-04 13.51.54.jpg 📎 IMG-20140804-WA0036.jpg 📎 IMG-20140804-WA0031.jpg

פלעין יודיש » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 7:42 am

· #215309

ווייט פיש » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 8:10 am

· #215311
בד''ה
הרה''ח רבי אברהם וואלעס ע''ה

לאליפאפ » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 8:30 am

· #215312
דער טערראריסט.
📎 IMG-20140804-WA0049.jpg

אפטעמיסט » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 8:32 am

· #215313
לעצטע צוגרייטונגען פאר די 72 בתולות
IMG-20140804-WA0022.jpg

בר דעת » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 8:54 am

· #215314
קאפקע, וואס איז פשט?

איש עברי » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 9:08 am

· #215315
די פאלעסטינער פראפאגאנדע מאשין פארקויפט שוין אז עס איז געווען א עקסידענט

איש עברי » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 9:10 am

· #215316
נטרונא האט געמאלדן אז אויטענטישע אידן פארדאמען די מארד פון די טראקטאר דרייווער, און לויט די שיטה ברויך מען זיך אונטעלייגן אונטער די טראקטאר און מקבל זיין באהבה די גזירת הגלות.

לאליפאפ » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 9:16 am

· #215318
איש עברי
וואלעס איז אומגעקומען פון פריינטליך פייער, (אויב עס איז דא א פריינטשאפט צווישן וואלעס און די פאליציי)

וואס רעדסטו? ער איז געווארן איבערגעטרעטן נאך אין דעם קאנסטראקשן סייט נאך פאר ווער אימער האט געוויסט אז עפעס קאכט זיך מיט דעם טראקטאר.

שעפטל » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 9:22 am

· #215319
האברך הצעיר הרב אברהם וואעלס הי"ד, איז געבוירן געווארן צו זיין טאטע הרה"ח ר' שמעון הי"ו, שו"ב אין די עדה החרדית, און צו זיין מאמע שרה תחי' אין כ"ט אדר תשמ"ה.

ער איז אן איידעם געווען ביי הרב יעקב חנון פון משכנות הרועים.

לאליפאפ » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 9:26 am

· #215320
הר הצופים: פרישע טעראר אטאקע
אין די מינוטן קומען אן באריכטן איבער א שיסעריי דורך א טערראריסט אויף א מאטארסייקל אין הר הצופים וועלכע איז דורכגעפארן און געשאסן א סאלדאט וועלכער איז שווער פארוואונדעט געווארן. דאס איז די צווייטע טעראר אטאקע היינט ערב תשעה באב אין ירושלים.
📎 IMG-20140804-WA0052.jpg

לאליפאפ » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 9:37 am

· #215322
פאליציי שטעלן אפ סאספעקטס אינעם לעצטן אטאקע
📎 IMG-20140804-WA0060.jpg

אויליגער » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 10:12 am

· #215334
האט עפעס מיט וואלעס ציצות?

zurich » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 10:29 am

· #215338
איך זעה דארטן דעים דאבשינער'ס שווער קימט מאכן סדר דארט

ווייט פיש » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 11:08 am

· #215348
בר דעת
קאפקע, וואס איז פשט?

זיי זאגען יעצט אז ווען עס איז ווען נישט א קליינע קומץ נאר אלע מיט די חסידישע און ארטאדאקסישע טראגע זאלן טון ווי זיי און נישט געבן שטיצע פאר די צה''ל וואלט ווען דעס נישט פאסירט
גיי ווייס

כוכב » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 11:09 am

· #215349
ביטע נישט אריינמישן השקפה און אידעאלאגיע אין דעם נייעס אשכול.
א דאנק.

מכאן ואילך וועט מען נישט צולאזען דא קיין אשכולות פארדרייער אינעם אשכול

בר דעת » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 12:41 pm

· #215364
אינטערסאנט, דער מערדער האט געגעבן אן אינטערוויו אין די איזראעלי מידיא נאך די פאריגע טראקטאר אטאקע, ווי ער האט געזאגט אז די ערליכע טראקטאר דרייווער האבן שוין מורא אז יעדער פארדעכטיגט זיי און אז אויב זיי וועלן מאכן אן עקסידענט וועט מען גלייך זיי באשולדיגן אין טעראר.... אבער דער בעסטארד האט צום סוף יא אנגעשמעקט צו שטארבן א שאהיד. חזיר, וואס די 72 קען אלס אנרייצן...

ווייט פיש » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 6:57 pm

· #215455
פרטים איבער די לווי'? ווער האט גערעדט ? די התרגשות ארום האט איינער

ווייט פיש » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 12:16 am

· #215488
זאג נאר האסט נישט געליינט דעס
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/215349">viewtopic.php?p=215349#p215349</a><!-- l -->