☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אדמור'יכם יצאו לחופש ואתם נשארים במלחמה

אדמור'יכם יצאו לחופש ואתם נשארים במלחמה

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6898

נושא ונותן » זונטאג אוגוסט 3, 2014 6:02 pm

· #215237
אדמור'יכם יצאו לחופש ואתם נשארים במלחמה
שוין 28 טאג וואס עס פלאקערט א מלחמה אין ארץ ישראל, כלל ישראל האט שוין לדאבוננו פארלוירען קרוב צי 70 פין אירע קינדער, אין נאך הונדערטער זענען פארוואונדערט אין פארשידענע מצבים ה"י, צענדליגער טויזענטער בחורים אין יונגערלייט זענען אין עזה אין זייער לעבען איז אין א סכנה, הונדערטער טויזענטער משפחות לעבן אין א שרעק און אין א קלעם וועט מיין מאן/טאטע/ברודער/קינד צוריק קומען אדער חלילה...., מיליאנען מענטשען לעבן אין א טאג טעגלעכען שרעק שלאפן נישט דורך קיין איין נאכט אין בעט יעדער פאר שעה מוזען זיי לויפן זיכען שיץ, קליינע קינדער פילען זיך נישט פארזיכערט אין ווער ווייסט ווי לאנג עס וועט געדוירען זיי צי היילן פין די פחד וואס זיי לעבן דורך טאג טעגליך, פרויען וועקען זיך אויף אינמיטען נאכט מיט א בהלה אין כאפן זייערע קינדערלעך אין שלעפען זיי ארויס צום חדר מדרגות זיי זאלן נישט חלילה געשעידיגט ווערן פין א מיסעל.
אין א צייט פין א פחד שרעק אין קלעם זענען אידען געוואוינט ארויף ציקוקען צי זייערע מנהיגים די עיני העדה פאר אביסעלע טרייסט אין חיזוק, אבער די מנהיגים זייערע זענען נישט דא, אויב ווילען זיי חיזוק מוזען זיי ארויס פארן קיין שווייץ, אויסטריע, ענגלאנד ביי די שיינע בערג אדער ביי די הערליכע בארטענעס פין ים ווי זייערע רעבעס פארברענגען אין פין ווי זיי שיקען ארויס לאנגע חיזוק בריעוועלעך צי די רחמנותדיגע חסידים וואס זענען נעבעך נתונים בצרה וצוקה.

נושא ונותן » זונטאג אוגוסט 3, 2014 6:22 pm

· #215239
אדמור'יכם יצאו לחופש אותם נשארים במלחמה?
הגדילו לעשות די הייליגער ברודערס פין מועצת גדולי התורה צוזאמען מעט אפאר פין זייערע חברים דארט אין ארויס געגעבען א קול קורא אז עת צרה הוא ליעקב אין כלל ישראל דארף די כח התורה פין די ישיבות אין פין די כוללים אין מען האט מבטל געווען די בין הזמנים, די רחמנותדיגע יוגערמאן פין אשדוד וואס ווארט שוין נעבעך אפאר וואכען פאר דעם בין הזמנים ווען ער וועט שוין קענען אוועק פארן מיט זיין משפחה קיין צפון ווי זיי וועלען קענען שלאפען רוהיג ביינאכט אן קיין פחד פין געהארגעט ווערן פין א מיסעל מיז בלייבען אין אשדוד, וואס הייסט מען דארף דיין תורה א חוצפה ווי אזוי האסטו א הוה אמינא צי אוועק פארן פין פראנט וואס יעדער ווייסט דאך אז די עכטע פראנט איש אין בית המדרש, דיינע קינדער ציטערען די קענסט נישט שלאפן? פארפאלען סאיז דרך א מלחמה סאיז נישט דא קיין ברירה. אבער די מנהיגים זיי מיינט מען נישט זיי זיצען זיך פארזיכערט על הסיר הבשר אויף די הרים הרמים אין שיקען אראפ הוראות צים ציבור, טאקע זיי לערנען דאך קיינמאל ממילא נישט אבער דאך אביסעלע מיטגעפיל וואלטען זיי געמעגט ארויס ווייזען. מה יאמרו הבריות אין חילול השם איז דאך אויך א שטיקעל חשבון. אין איז עס דען א חכמה צי מגלה פארן עולם די סוד וואס די מקרובים ווייסען שוין לאנג אז לא קראו ולא שונו מימיהם?
וואס ענטפער איך פאר מיינע קינדער?

נושא ונותן » זונטאג אוגוסט 3, 2014 10:15 pm

· #215263
איו אפשר גאר איז דאס א שיטה שקיבלו מאבותם ביים צווייטען וועלט מלחמה וד"ל

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 3, 2014 10:21 pm

· #215264
נעכטן שרייט מען די רבי'ס זענען גארנישט ווערט, היינט שרייט מען מ'דארף זיי האבן דא...

petergrifin » זונטאג אוגוסט 3, 2014 10:39 pm

· #215265
קאווע טרינקער
נעכטן שרייט מען די רבי'ס זענען גארנישט ווערט, היינט שרייט מען מ'דארף זיי האבן דא...


ס׳איז א חלק פון די בילבול המוחות בעקבתא דמשיחא..

דענקער » זונטאג אוגוסט 3, 2014 10:41 pm

· #215266
דערפאר זענען זיי גארנישט ווערט. ווייל ווען מען דארף זיי, זענען זיי נישט צום האבן.

נושא ונותן » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 12:43 am

· #215293
קאווע טרינקער
נעכטן שרייט מען די רבי'ס זענען גארנישט ווערט, היינט שרייט מען מ'דארף זיי האבן דא...

זיי גלייבן דאך אז מען דארף זיי האבן.

berlbalaguleh » מוצ"ש אוגוסט 9, 2014 10:45 pm

· #216035
נושא ונותן
קאווע טרינקער
נעכטן שרייט מען די רבי'ס זענען גארנישט ווערט, היינט שרייט מען מ'דארף זיי האבן דא...

זיי גלייבן דאך אז מען דארף זיי האבן.

פארקערט. דאס ווייזט אויף זייער גדלות. די רבי קען זיין אין שווייץ אדער עסטרייך אויף די בערג. און ער קען שיסן א פייל וואס זאל טרעפן ביז'ן בונקער פון די ראשי ה'טרוריסטים אין עזה. בבחינת ר' יהודי בן בתירא. "את בנציבין ומצודתך פרוסה בירושלים"... 😕 😎 😂 🙄 😂 🙄 🙄 😠 😳 😢 😉 😮