☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אידן אויפ'ן הר הבית?!

אידן אויפ'ן הר הבית?!

67 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6897
בלאט: 1 2

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 3, 2014 6:56 pm

· #215244

מאטי » זונטאג אוגוסט 3, 2014 7:45 pm

· #215252
כאטש איך שעץ שטארק די ליקוטים און היסטארישע ארבייט פונעם מחבר האשכול, מוז געזאגט ווערן; אז די גאנצע ארטיקל איז געבויעט אויף דיעות קדומות, און מיט אן השקפה וואס איז שטארקער ווי די תורה אליינס. און דער כלל איז אז א ויכוח וואס קען נישט ווערן אפגעפרעגט מיט לאגיק/הלכה איז מופרך מעיקרא. יעדער רב וואס איז מתיר פאלט אויטאמאטיש אריין אינעם גדר "אומאנערקענט" (וואס מיינט דאס?). אלזא מיט געפילן איז אוממעגליך צו פירן א קאמף.

לעיקוואד » זונטאג אוגוסט 3, 2014 11:03 pm

· #215270
בכלל הרי ניתן לפסוק שקדושה ראשונה לא קידשה לעתיד לבוא וכך דעת כמה ראשונים וכך הדעת נותנת וכי איזה סברא שכלית יכול להיות להתנהג בקדושה במקום שבפועל בנויה ונשלטת על ידי היפך הקדושה, ואיזה הגיון יש להתנהג על פי דיני טהרה כאשר אין אנו נוהגים בהם כלל כיום. ואם כן מותר בכלל בכל ההר בלי טבילה ובלי שום דבר ככל מקום אחר של חולין.

יאיר » זונטאג אוגוסט 3, 2014 11:28 pm

· #215275
אזוי אויך האלט איך שוין פון לאנג מען זאל צומאכן די אלע שעטנז לאבראטאריעס, ס'מאכט נישט קיין איין טראפ סענס מ'זאל נישט מעגן גיין א וואלענעם מאנטל ווייל די מאשין האט אנטדעקט א האר פון קאטן.

לעיקוואד » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 2:42 am

· #215302
איך רעד דאך על פי הלכה. שעטנז איז א חוק אזא מען קען עס נישט מבטל זיין סתם אזוי. קידשה לעתיד לבוא איז א מחלוקת להלכה וואס עס איז נישטא לגבי דעם באמת קיין אנגעגענומענע פסק קען מען דאך פסקנען די הלכה אזויווי די שכל איז מחייב.

יאיר » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 12:56 pm

· #215369
קודם זיי מיר מסביר וואסדער ווארט "קידשה" האט בכלל איינגעלייגט מיט שכל.

לעיקוואד » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 7:38 pm

· #215562
קידשה איז טייטש מייחד געווען (דעדיקעיטעד) א פלאץ לשם עבודה עס זאל זיין אפגעזונדערט לשם זיין א פלאץ אויף א בית המקדש, פונקט ווי מען איז מייחד א פלאץ לשם עס זאל זיין דארט א גראסערי געשעפט.

יאיר » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 8:18 pm

· #215567
לעיקוואד
קידשה איז טייטש מייחד געווען (דעדיקעיטעד) א פלאץ לשם עבודה עס זאל זיין אפגעזונדערט לשם זיין א פלאץ אויף א בית המקדש, פונקט ווי מען איז מייחד א פלאץ לשם עס זאל זיין דארט א גראסערי געשעפט.

ווי קומט אריין אזעלכע משכיל'שע תנך'ישע הסברים אויף אזא הייליגע מושג ווי קדושה כפי שמבואר בכתבי הגר"ר אוטו.

יתרו » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 9:06 pm

· #215574
אויב קדשה איז טייטש מייחד געווען דאן וואס מיינט דאס אז עס איז קעגן די הגיון אז מען האט פאר צוויי טויזענט יאר צוריק מייחד געווען די פלאת לעלם ולעלמיא?

יאיר » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 11:01 pm

· #215591
דער אמת איז אז ס'איז נגד ההגיון צו זאגן אז בשעת'ן מקדש זיין דעם הר הבית האט מען בכלל געטראכט פון א צייט ווען ס'גייט חרוב ווערן.

לעיקוואד » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 11:55 pm

· #215607
ווי איך פארשטיי איז קידש לעתיד לבוא נישט קיין היסטארישע ספק וואס די מקדשים בשעתם האבען געטראכט, נר א הלכהדיגע ספק צו זאל מען זיך מתייחס זיין צו דער מקום המקדש אפילו בזמן חורבנו אלץ א מקום מקודש כהמשך צו די קדושה וואס איז געווען פריער אדער נישט. וממילא דאס איז די תשובה גם לטענת חותן משה.

יאיר » מיטוואך אוגוסט 6, 2014 12:03 am

· #215610
איך האב געטראכט צו דאס איז פשט, אבער משום איזה סיבה האב איך אלס פארשטאנען אז ס'איז א שאלה איבער וואס די כונה פון די קדושה איז געווען. אפשר קען איינער פון די תלמידי חכמים דא ארויסהעלפן.

בענדזשאמין פרענקלין » מיטוואך אוגוסט 6, 2014 12:20 am

· #215611
פון דעם שטיקל ראב"ד קוקט אויס אז ער האט פארשטאנען אז עס איז יא תלוי אינעם יחוד פונעם מקדש באותו זמן.
ראב"ד בהגהתו להלכות בית הבחירה ו, יד:
"שאני אומר שאפילו לרבי יוסי דאמר קדושה שנייה קדשה לעתיד לבא לא אמר אלא לשאר א"י, אבל לירושלים ולמקדש לא אמר. לפי שהיה יודע עזרא שהמקדש וירושלים עתידים להשתנות ולהתקדש קידוש אחר עולמי בכבוד י"י לעולם. כך נגלה לי מסוד ה' ליראיו. לפיכך הנכנס עתה שם אין בו כרת".

יאיר » מיטוואך אוגוסט 6, 2014 12:23 am

· #215612
נו, לעיקוואוד, ביסט גרייט זיך צו קריגן מיט גאט אליין?

לעיקוואד » מיטוואך אוגוסט 6, 2014 12:29 am

· #215614
פארקערט, גאט אליינס פסק'נט דאך אז לא קידשה לעתיד לבוא כסברא שלי.

דער סברא וואס ער דערמאנט שהיו יודעים עזרא מוז נישט זיין כפשוטו נאר אפשר טאקע ווי מיין סברא, אז א פלאץ ווי עס איז חרוב האט נישט קיין זין מקדש זיין, און על סמך די סברא לייגט מען עס אראפ באופן שהיה יודע עזרא. כלומר וויבאלד מען נעמט אן אז די קידוש פון עזרא איז געווען בהשראת השכינה און פון דעם וואלט זיך גענומען די קדושה ניצחית, און וויבאלד מיר מוזען זאגען אז די שכינה ווייסט דער עתיד אז עס וועט חרוב ווערן, ממילא לא קידשה לעתיד לבוא. (על פי פשט הרי מגוחך לומר שעזרא חשב ככה ואדרבה כל נבואות הנחמה הנצחית נאמרו כפשוטם על בית שני וכך הבין אותם עזרא).

טראכט איך אז אדרבה, דער ראב"ד איז א הוכחה לסברתי, ווייל אן דעם וואס איז די הכרח אז וויבאלד עתידים להשתנות ויהיה קדושה אחרת ממילא לא קידשה, פארוואס נישט. נאר על פי הבנתי ווייל עס איז מגוחך קובע זיין קדושה אויף א פלאץ ווי שועלים הלכו בו, אן ענליכע סברא געדענק איך אין די רדב"ז וועגן לא זזה שכינה אז עס האט נישט קיין זין צו זאגען בשעת שליטת הטומאה אזוי וכבר זזה וזזה.

אבער ריכטיג אן לערנען די סוגיא אינעווייניג איז נאריש צו רעדן.

יאיר » מיטוואך אוגוסט 6, 2014 12:33 am

· #215615
ווען דאס איז פשט אין ראב"ד דארף ער נישט צוקומען צו גאט זאל אים עס זאגן 😂

לעיקוואד » מיטוואך אוגוסט 6, 2014 12:35 am

· #215616
(ראה מה שהוספתי)

יאיר » מיטוואך אוגוסט 6, 2014 12:37 am

· #215617
סתם א מאדנע פשט אריינגעלערנט צו מאכן דעם ראב"ד פאר א ראציאנליסט. פשט איז ווייל עס פעלט נישט אויס צו מקדש זיין אויף אייביג אויב גאט גייט עס שוין סייווי מקדש זיין לעתיד לבא נאכאמאל.

לעיקוואד » מיטוואך אוגוסט 6, 2014 12:38 am

· #215618
נו ווילסט גלייבען דווקא אז סוד השם ליראיו האט עם פארציילט א גאנצע מעשה שלא היה ועל פי זה פסק, נו.

פעלט נישט אויס אבער וואס איז בשעת החורבן?

יאיר » מיטוואך אוגוסט 6, 2014 12:40 am

· #215619
וואס עפעס א מעשה שלא היה, דו קומסט מיט אויפגעקלערטע ראציאנאליסטע פשטים אז מקדש זיין דעם בית המקדש איז בערך אזוי ווי מייחד זיין א שטיבל אלס א בית הכסא, און אז עזרא האט נישט פארשטאנען די נבואות פון יחזקאל אויף ווען עס גייט ארויף, און דו רעדסט זיך איין אז א איד וואס האט באקומען סודות פון הימל זאל מיטגיין מיט דייינע דעות כוזבות. היו לא תהיה.

לעיקוואד » מיטוואך אוגוסט 6, 2014 12:42 am

· #215620
מצאתי הרדב"ז בח"ב תרמח
"דלא אוכל לצייר שתהיה השכינה מצויה בזמן הזה בכותל המערבי בין טומאת עכום", אמנם אין קשר הכרחי לדיני הקדושה אלא לפי ההגיון.

יאיר » מיטוואך אוגוסט 6, 2014 12:43 am

· #215621
לעיקוואד

פעלט נישט אויס אבער וואס איז בשעת החורבן?

לויט'ן ראב"ד אז עזרא האט געוואוסט אז די צווייטע בית המקדש איז א צייטווייליגע זאך, פארוואס זאל ער אויסציען די קדושה אויף די גאנצע אורך הגלות? און ווי אזוי וועט עס גאט נאכאמאל מקדש זיין אויב עס איז שוין סייווי מקודש, והלא אין קידוש חל על קידוש.
אבער פשוט פשט לערנט מען אז קידשה לעתיד לבא מיינט אז עזרא האט נישט געמאכט קיין חשבונות, ער האט סתם מקדש געווען די הר הבית אויף אייביג.

יאיר » מיטוואך אוגוסט 6, 2014 12:52 am

· #215623
איך טראכט יעצט אז די גאנצע השריית השכינה פון כותל און הר הבית ווערט גאר מחוזק מיט דעם אראבישן מעטשעט. קודם כל, דאס אליין אז די אראבער אנערקענען אויך אז ס'איז א הייליג ארט איז מחזק די קדושה פון דעם פלאץ. צווייטנס, ווען די הר הבית איז א שיין אויפגעבויטע פלאץ איז דאך נישט אינטערעסאנט. דאס אז ס'איז דא א הויכער וואנט ווי אידן וויינען און די אנדערע זייט איז דא א מעטשעט, און מ'גיבט אזא ציטער, אוי דאס הייליג ארט אין וועמענ'ס הענט עס ליגט, דאס גיבט אזא הייליגע אטמאספערע. כ'קען עס נישט מסביר זיין, אבער אזא הרגש האב איך.
נאר אז דיני טומאה וטהרה האט נישט קיין פשט היינטיגע צייטן ביסטו הייליג גערעכט. דערמאנט מיר פון א פרוי (שכחתי שמה) וואס האט אנגעפירט א קאמפיין צו מסלק זיין די באזונדערע ימי זיבה, האט מען איר געענטפערט אין אנו בקיאים וכו', האט זי געזאגט, דאס איז דאך דער זשאב פון דעם דיין, מיר צו זאגן דעם דין, אז דו ביסט נישט בקי מאך א שווייג.
לענינינו, בנוגע די רבנים וואס זענען מוחה אויף עלייה להר הבית, אויב איז מען טאקע אזוי צעמישט און פארדרייט אז מען קען נישט מאכן אפר פרה און מען ווייסט נישט ווי ס'איז דא א קבר און מ'ווייסט נישט גארנישט, נו, הער אויף פארפירן.

געוואלדיג » מאנטאג אפריל 27, 2015 5:13 pm

· #270147
היות איינער האט מודיע געווען אז ער גייט ארויף אויפן הר הבית ברענג איך צו די קומענדיגע דאקומענטן
📎 הר הבית 2.png 📎 הר הבית 1.png

חסידי לאומי » מאנטאג אפריל 27, 2015 6:30 pm

· #270173
היות איינער (געוואלדיג) האט געברענגט דאקומענטן ברענג איך אויך

ועיין עוד
<a class="postlink" href="http://the--temple.blogspot.co.il/p/blog-page_6796.html">http://the--temple.blogspot.co.il/p/blog-page_6796.html</a>
<a class="postlink" href="http://the--temple.blogspot.co.il/2014/06/blog-post_6470.html">http://the--temple.blogspot.co.il/2014/ ... _6470.html</a>
📎 kook.jpg 📎 תרשים הר הבית מסלולי הליכה.jpg 📎 מכתב רבנים.jpg 📎 10257782_1498913420332607_2340683501674855234_o.jpg 📎 542782_399456866731737_95950588_n.jpg

חסידי לאומי » מאנטאג אפריל 27, 2015 6:31 pm

· #270174
נאך
📎 10151318_4183746489663_479532851_n.jpg 📎 10393948_4937246166684_4500251729012366318_n.jpg 📎 13648_4944810715793_7115164316835559911_n.jpg 📎 44411_458970600832005_1866214349_n.jpg

חסידי לאומי » מאנטאג אפריל 27, 2015 6:40 pm

· #270176
חסידים אויפן הר הבית
📎 קבוצה-1-הר-הבית-חרדים.jpg 📎 חרדים-בהר-הבית-2.jpg 📎 חרדים-בהר-הבית3.jpg 📎 חרדים-בהר-הבית-4.jpg 📎 10834896_10150506940374969_4767036838428315529_o.jpg

חסידי לאומי » מאנטאג אפריל 27, 2015 6:44 pm

· #270179
נאך איינס

הרב אליעזר מלמד - יבורכו העולים לההר
<a class="postlink" href="http://www.inn.co.il/News/News.aspx/287266">http://www.inn.co.il/News/News.aspx/287266</a>

THE POLITICAL ROLE OF THE ISRAELI CHIEF RABBINATE IN THE TEMPLE MOUNT QUESTION
<a class="postlink" href="http://www.jcpa.org/jpsr/s99-yc.htm">http://www.jcpa.org/jpsr/s99-yc.htm</a>
📎 10582871_10150532220709969_1400552000492210038_o.jpg

געוואלדיג » מאנטאג אפריל 27, 2015 7:18 pm

· #270185
געלונגען דאס האב איך געוואלט, איך ברענג פון די גדולי רבני הציונות הדתית ווי למשל הרב קוק און ער ברענגט מיר א לאנגע רשימה פון פילע לאקאלע רבנים, וואסדאס איז טאקע די קשיא אויף זיי וויאזוי קענען זיי ארויס גיין מפורש קעגן זייער רשכבה"ג הרב קוק, מען נעמט נאר וואס עס שמעקט און וואס נישט פארדרייט מען?

יישר כח, @חסידי לאומי

געוואלדיג » מאנטאג אפריל 27, 2015 7:20 pm

· #270186
דרך אגב, די בריוו פון הרב שמואל אליהו איז נאר א ברכה פאר די עמותה און נישט א היתר.
און די בריוו פון נכד הראי"ה איז נישט קיין עדות, נאר א אייגענע מיינונג וואס ער האלט.

חסידי לאומי » מאנטאג אפריל 27, 2015 7:42 pm

· #270193
געוואלדיג
געלונגען דאס האב איך געוואלט, איך ברענג פון די גדולי רבני הציונות הדתית ווי למשל הרב קוק און ער ברענגט מיר א לאנגע רשימה פון פילע לאקאלע רבנים, וואסדאס איז טאקע די קשיא אויף זיי וויאזוי קענען זיי ארויס גיין מפורש קעגן זייער רשכבה"ג הרב קוק, מען נעמט נאר וואס עס שמעקט און וואס נישט פארדרייט מען?

יישר כח, @חסידי לאומי



ווילסט גרעסער מאכן דעם איסור שרייבסטו רשכבה"ג? אתמהה ווער האט אויפגענומען הראי"ה זצוקל פאר רבן של כל בני הגולה?

קודם כל הרב קוק האט נישט געקענט אסר'ן א דבר המותר, סיידן פאר לוקחי שמועתו אלץ א גדר, דערווייל ווייס איך נאך נישט ווי ער האט עס גאסרט, ביטע ברענג א בריוו אדער תשובה

הרב אליעזר מלמד וואס כ'האב צוגעברענגט איז א תלמיד פון הרצי"ה ועיין וואס ער שרייבט דארט

ועיין כאן אודות שיטת הרב צבי יהודה זצוקל


הר הבית איז נישט קיין ציוני דתית אנשטאלט אויב ס'איז דא צענדליגער רבנים לאקאל אדער נישט וואס גייען ארויף, וואס זענען מתיר און מעודד איז דאך דאס געוואלדיג ויש על מי לסמוך, חוץ מזה וואס עס איז שוין מותר ועומד מכשנים קדמוניות, ווילסט נישט ארויפגיין איז נישט

חסידי לאומי » מאנטאג אפריל 27, 2015 7:48 pm

· #270198
געוואלדיג
דרך אגב, די בריוו פון הרב שמואל אליהו איז נאר א ברכה פאר די עמותה און נישט א היתר.
און די בריוו פון נכד הראי"ה איז נישט קיין עדות, נאר א אייגענע מיינונג וואס ער האלט.


א ברכה פאר א דבר האסור???

ווען עס איז נישט דא קיין קלארע תשובה איז א מיינונג פון א תלמיד חכם נאך אזוי הייליג ווי א פאליטישע קול קורא

פלאוויוס » מאנטאג אפריל 27, 2015 8:21 pm

· #270211
1) ווי לאנג מ'קען נישט דאווענען דארט, וואס איז דער תועלת פון ארויפגיין?

2) אויב דאס ארויפגיין רייצט אויף די געמיטער פון אראבער, איז עס נישט א בחינה פון בוצע ברך?

חסידי לאומי » מאנטאג אפריל 27, 2015 9:13 pm

· #270239
לכתחילה קען מען טאקע נישט דאווענען אבער בדיעבד יא
אפילו ווען נישט איז מען מקיים מצות מורא מקדש

אז מען וועט ווארטן ביז מען וועט קענען דאווענען וועט מען נישט אנקומען אהין, טוט מען וואס מען קען והקב"ה חושב כאילו התפלל, א בחינה פון חישב לעשות מצוה ונמנע מידו

בוצע ברך? קלאר אויס דיין פראגע

געוואלדיג » מאנטאג אפריל 27, 2015 9:15 pm

· #270242
מצוות מורא, זיכער.

פלאוויוס » מאנטאג אפריל 27, 2015 10:59 pm

· #270276
חסידי לאומי
לכתחילה קען מען טאקע נישט דאווענען אבער בדיעבד יא
אפילו ווען נישט איז מען מקיים מצות מורא מקדש

אז מען וועט ווארטן ביז מען וועט קענען דאווענען וועט מען נישט אנקומען אהין, טוט מען וואס מען קען והקב"ה חושב כאילו התפלל, א בחינה פון חישב לעשות מצוה ונמנע מידו


גוט, פערזענליך וואלט מיר אנגעקומען שווער צו שטיין אויף אזא פלאץ אן קענען ארויסווייזן סימנים פון התרגשות, אבער איך קען פארשטיין די התלהבות אויף יא ארויפצוגיין בכל אופן. מ'דארף אבער געדענקען אז די וואס גייען נישט ארויף זענען פונקט אזוי מאטיווירט פון מורא מקדש. די בחינות פון חישב לעשות מצוה וכו' זענען זיכער אויך שייך ביי די וואס גייען צו ביז צום טויער און דרייען זיך אויס.

חוץ מזה קען איך פארשטיין אז דא זאל ליגן א וויכטיגער פאליטישער מאטיוו, צו ווייזן אז אידן זענען אינטערעסירט אינעם הר-הבית, און ס'זאל נישט ארויספאלן פון אידישע הענט (דער פרט איז זיכער וויכטיג).

בוצע ברך? קלאר אויס דיין פראגע


איז עס כדאי אז מיר זאלן דערגרייכן אונזער העכסטן רוחניות'דיגן ציל אויף אן אופן פון מלחמה? סוף כל סוף, וואס א זין האט עס צו זוכן רוחניות'דיגע השלמה דורך קאמף?

איך וואלט צוגעלייגט נאך א פראגע צו מיין פריערדיגער רשימה: איז פאראן א פארזיכערונג אז דאס וועט נישט פירן חלילה צו קאטאסטראפע?

petergrifin » מאנטאג אפריל 27, 2015 11:08 pm

· #270283
Re: אידן אויפ'ן הר הבית?!
פלאוויוס
איך וואלט צוגעלייגט נאך א פראגע צו מיין פריערדיגער רשימה: איז פאראן א פארזיכערונג אז דאס וועט נישט פירן חלילה צו קאטאסטראפע?



דעס טאקע איז די גרעסטע פראבלעם דא. מען האט א באנדע ''היימישע'' אינגעלייט וואס לייגן נישט אריין א פינגער אין קאלט וואסער פאר די בטחון אין די מדינה ממילא זענען זיי עלול צו טוהן נארישע שריט ווייל ס'האט גארנישט מיט זיי.

חסידי לאומי » דינסטאג אפריל 28, 2015 7:51 am

· #270381
חישב לעשות מצוה גייט נישט אן ביי איינעם וואס פרובט נישט, אויב האט מען בכלל נישט פרובירט צו קויפן ד' מינים איז מען ניטש קיין אונס חוץ ווען ער ווייסט קלאר אז עס איז נישטא צו באקומען.

עס איז טאקע דא פעלער ווי יודן שטייען אויף אינמיטן דערנאכט טובלען זיך גרייטן זיך פארן שעה'ן אנצוקומען קיין ירושלים שטייען אין די שורה שעה'ן און דערנאך באקומען א מודעה פון די משטרה אז די הר הבית איז פארמאכט פאר יודן, אט דאס הייסט חישב לעשות מצוה


ווען די הייליגסטע פלאץ פון עם ישראל די מחנה שכינה ליגט אין טמאנע הענט ווען ס'איז גוים באו בנחלתך און ירושלים ועמך לחרפה טוט מען וואס מען קען, ובפרט ווען מען איז מחיוב על פי הלכה (ווער עס דינגט זיך מצד הלכה געזונטערהייט, מיר פרובירן דאך דא צופארשטיין די וואס גייען יא ארויף) איינצונעמן דאס פלאץ מצות כיבוש, ישוב הארץ, בנין בית המקדש וכו' דאס דארף געשען בכל אופן שהוא, דאס צווייטע בית המקדש האט זיך געבויט מיט די זעלבע מהלך הַבּוֹנִים בַּחוֹמָה וְהַנֹּשְׂאִים בַּסֶּבֶל עֹמְשִׂים בְּאַחַת יָדוֹ עֹשֶׂה בַמְּלָאכָה וְאַחַת מַחֲזֶקֶת הַשָּׁלַח וְהַבּוֹנִים אִישׁ חַרְבּוֹ אֲסוּרִים עַל מָתְנָיו וּבוֹנִים, די הר הבית איז דעמאלטס אויך געווען א חומר נפץ און הקב"ה האט געהייסן פארשרייבן כדי מיר זאלן זיך אפלערנען און וויסן וואס צו טוען.


די וואס האבן דורכגעטוען די פאליטיק דערפון פארשטייען זייער גוט אז איעדער יוד וואס גייט ארויף אויפן בארג העלפט עס אייננעמען, העלפט ברענגן די גאולה נענטער, דאס אז די ישמעאלים דינגען מחנות פון אלא אכבאר שרייערס ווייזט ווי דעספערט זיי זענען, היינטיגע מלחמות זענען מער אויף די מידיא ווי מיטן שווערד, און אדאנק די פארמערטע עלייות וואס וואקסט פון יאר צו יאר, איז עס מער און מער געדעקט אין די מידיא.

עם ישראל האט באקומען אונזער הייליגסטער פלאץ במתנה פאר 48 יאר צוריק כמעט, ואין איש שם על לב, אנשטאט האט מען עס צוריקגעגעבן פאר די אראבערס ימ"ש ווייל מיר זענען נישט געווען רוחניותדיג גרייט דערצו.

ווי זענען געווען דעמאלטס די מחאות פון די גדולי ישראל אנטקעגן די מדינה פארן טוען אזא זאך????
הר הבית איז נאך אזוי חשוב ווי סיי וועלכע נושא
דאס איז נישט קיין טענות ח"ו נאר חומר למחשבה מען זאל מעיין זיין און אריין טראכטן אז עפעס שטימט נישט דא

דער ספר חגי קוקט אויס ווי עס איז געשריבן געווארן ממש בימינו

די אלע רבנים וואס זענען פארנומען מיטן כחא דאיסורא און גייען אזוי ווייט ווי צו שיקן בריווען פאר די ממשלה נישט ארויפצולאזן יודן אויפן בארג, קריטיקירן קיינמאל נישט די ממשלה פארן ארויפלאזן גוים, אסר'ן נישט די גוים, כאטש זי זענען טמא ומטמא, גייען ארויף בכל מקומות האסורים אן קיין שום רעספעקט, סאוםהא איז דאס נישט קיין חילול השם נאר ווען יודן פארלאזן זיך אויך זייערע רבנים גייען אין מקוה, טוען אויס די שיך, גייען נאר במקומות המותרים מחוץ למחנה שכינה, דוקא זיי זענען א פראבלעם???

שמערל » דינסטאג אפריל 28, 2015 8:05 am

· #270384
Re: אידן אויפ'ן הר הבית?!
איך בין זייער צומישט, אויב גייט מען נאר במקומות המותרים, פאר וואס גייט מען אין מקוה פארדעם? און וואספארא מצוה איז מען מקיים אויב גייט מען אויף א פלאץ וואס האט נישט לדעתו קדושת הר הבית? מיט וואס איז עס הייליגער ווי גיין צום כותל?

חסידי לאומי » דינסטאג אפריל 28, 2015 8:06 am

· #270385
petergrifin
פלאוויוס
איך וואלט צוגעלייגט נאך א פראגע צו מיין פריערדיגער רשימה: איז פאראן א פארזיכערונג אז דאס וועט נישט פירן חלילה צו קאטאסטראפע?



דעס טאקע איז די גרעסטע פראבלעם דא. מען האט א באנדע ''היימישע'' אינגעלייט וואס לייגן נישט אריין א פינגער אין קאלט וואסער פאר די בטחון אין די מדינה ממילא זענען זיי עלול צו טוהן נארישע שריט ווייל ס'האט גארנישט מיט זיי.



הר הבית און יודישע הענט און בנין בית המקדש איז די ביטחון פון די מדינה, עיין בספר חגי ושם תמצא נחת, אן דעם וועט קיינמאל נישט זיין קיין בטחון אדער שלום

ווען די יודן האבן זיך נישט געקימערט איבערן הר הבית בימי דוד זענען אויסגעשטארבן שבעים אלף איש פון עם ישראל

הקב"ה איז זייער serious אויף זיין כבוד, על כבודי לא מחיתם? מען קען נישט איגנארירן די מקום השכינה און עס לאזן פארלאזט אונטער די אויפזיכט פון די לייזיגע שמוציגע ישמעאלים און עקספעקטן ביטחון, אם ה' לא ישמר עיר שוא שקד שומר.

נישט געזארגט, איעדער יוד וואס גייט אויפן הר הבית באקומט א טוץ מיט באגלייטער פון משטרה ווואקף, מען קען נישט טוען קיין שום נארישע שריט.

חסידי לאומי » דינסטאג אפריל 28, 2015 8:13 am

· #270387
שמערל
איך בין זייער צומישט, אויב גייט מען נאר במקומות המותרים, פאר וואס גייט מען אין מקוה פארדעם? און וואספארא מצוה איז מען מקיים אויב גייט מען אויף א פלאץ וואס האט נישט לדעתו קדושת הר הבית? מיט וואס איז עס הייליגער ווי גיין צום כותל?


ס'האט יא קדושת הר הבית אבער נישט קדושת עזרה, די כותל איז מחנה ירושלים, די הר הבית מחנה לויה, די עזרה מחנה שכינה

מורא מקדש, און די ספציעלע כח פון תפלה גייט אן איבעראל אויפן הר הבית

עיין עוד במשנה תורה הלכות בית הבחירה פרק ז'

געוואלדיג » דינסטאג אפריל 28, 2015 12:04 pm

· #270506
חסידי לאומי


דער ספר חגי קוקט אויס ווי עס איז געשריבן געווארן ממש בימינו


יא, נאר מיט איין קליינע חילוק, 1. בטהרה מיט אפר פרה און געדענקען און וויסן די קלארע גרעניצן, און נישט ווי כהיום וואס אפילו ענקער גדול בישראל הרב קוק וואס האט גע'אסר'ט, ואתם עמו רוב רובם פון די גדולי ישראל, 2. מיט רשות פון כורש וואס איז געווען בעל הבית אויף ארץ ישראל און נישט קעגן די רשום פון די un וואס האט געשטימט פאר א מדינה אבער ירושלים זאל בלייבן אינטערנאציאנאל.

חסידי לאומי » דינסטאג אפריל 28, 2015 12:49 pm

· #270536
די צווייטע בית המקדש האט מען אנגעהויבן בויען נאך פאר עזרא האט דעליווערט א פרה אדומה
טומאה דחויה בציבור
גם אפילו יש לנו פרה אדומה בלייקווד
יש לנו גבולות מדויקות מהרדב"ז ומהרב שלמה גורן זצ"ל

ווער איז דאס ענקער? צו וועם אפעלירסטו דא?
ווי האט הרב קוק זצ"ל געאסר'ט עלייה להר?
די איידיע פון "רוב גדולי ישראל" איז א מאדערנע קאנסעפט וואס עקזעסטירט נישט אין הלכה
1967 ווען ארץ ישראל איז געווארן אטאקירט האבן זיי איינגענומען הר הבית ומשום זה באלאנגט עס דוקא פאר מנצח כמבואר בהלכות אונטערנאציאנאל, חוץ מזה וואס די פלאץ באלאנגט פאר עם ישראל נאך מימות דוד ווען עס איז געווארן אפגעקויפט כדת וכדין, חוץ מזה וואס מ'דארף נישט קיין רשות ווייל עס איז נישט דא קיין גזירה פון שבעים שנה גלות ווי ביי יענע צייטן

ריגארטלעס פון הלכות איז די מוסר פון חגי הנביא 100% רעלעוואנט ווייל בדרך כלל איז דער עולם נישט אינטערעסירט אין בנין בית המקדש און טאקע דאס איז די פראבלעם

ישראל קאפקע » דינסטאג אפריל 28, 2015 1:44 pm

· #270562

1967 ווען ארץ ישראל איז געווארן אטאקירט האבן זיי איינגענומען הר הבית ומשום זה באלאנגט עס דוקא פאר מנצח כמבואר בהלכות אונטערנאציאנאל
???
ביידע טיילן זענען אן דעקונג.

חסידי לאומי » דינסטאג אפריל 28, 2015 4:27 pm

· #270621
ישראל קאפקע

1967 ווען ארץ ישראל איז געווארן אטאקירט האבן זיי איינגענומען הר הבית ומשום זה באלאנגט עס דוקא פאר מנצח כמבואר בהלכות אונטערנאציאנאל
???
ביידע טיילן זענען אן דעקונג.


ד"ר ז'אק גוטיאר איז שוין מבאר א לאנגס און א ברייטס וועגן די סטאטוס פון ירושלים לפי חוק הבינלאומי

ועיין עוד בהלוי רעפארט ומשם תדרשנו לטובה בעברית
ובאנגלית

ואידך פירושא הוא זיל גמור

ומה גם וואס די פוסקים זאגן דאך אז צוליב די החלטת סן רעמו און הצהרת בלפור איז אוועקגעפאלן די פראבלעמען פון מרידה באומות

אבער לאמיר נישט פארקריכן דא צו ווייט כ'בין זיכער אז די זאכן זענען שוין געווארן פארקייט דא אין ק"ש

חסידי לאומי » דינסטאג אפריל 28, 2015 5:08 pm

· #270632
סיפורה של מחאה במרכז העדה החרדית
ממש יעצט אראפ פריש פון די פרעס לאותו ענין שמדברים כאן

ואין אנחנו יכולים? || ואין אנו רוצים! "שקר גס" / ישראל שניידר

כבר לפני 28 שנים, בשנת תשמ"ז חבר הרב ישראל שניידר לפעילים נוספים והחל לעסוק בהחזרת עבודת בית המקדש למקומה. עצם היותו יהודי חרדי לא מנעה ממנו לחבור ליהודים מכל הגוונים, כדי לקיים את המטרה הקדושה. בשנים האחרונות לא נראה כל כך הרב שניידר בין פעילי המקדש, אולם רוח המקדש המשיכה לפעם בקרבו.

הרב שניידר הואיל לשתף אותנו בסיפור שקרה כשרוח המקדש פיעמה בו, כשהיה בלב ליבה של העדה החרדית בירושלים - בנייני זופניק במאה שערים.

שמי ישראל שניידר זה כשנתיים ימים שאני יושב ב"בנייני זופניק" סמוך ל"ככר השבת" באזור מאה שערים (מרכז העדה החרדית) ירושלים עיר הקדש (באותו בנין נמצא בית הכנסת "משכן ישראל" יושבים שם שני כוללים היינו כולל של מבוגרים בבוקר וכולל של אברכים אחרי הצהרים).

אני יושב שם בתקן של מתנדב (אין לי כח נפשי לשבת בכולל "חובה" ולקבל "כסף") אני שם בדרך כלל מ-9 בבוקר עד 5 בערב ובערבי שבתות וימים טובים מ-9 עד 12. אני מנסה ללמוד את תורתנו הקדושה כפי מיטב יכולתי לקיים מקרא שכתוב: "מה אהבתי תורתך כל היום היא שיחתי" (תהלים קיט צז). בדרך כלל כשאני מגיע לבית הכנסת (מביתי שבשכונת "נוף ציון" שאצל ה"טיילת") תפילת שחרית של הציבור הנכבד מאד של זקני תלמידי חכמים, מסלתה ושמנה של ירושלים של מטה, כבר נגמרה. חוץ מראשי חדשים חנוכה וחול המועד שאני מגיע באמצע התפילה.

בחרתי לשבת דווקא במקום הזה, כי יש שם תחזוקה מאד לעניין. הגבאי הרב צבי הירש ליברמן, הוא מסור ונאמן באופן יוצא דופן, ועל כן המקום נקי ומסודר להפליא, ואני מאד אוהב את הנקיון והסדר.

על המחאה
ויהי היום, לפני כשבוע, ביום ראשון של חול המועד פסח הגעתי לבית הכנסת כדרכי, התיישבתי ושמעתי את שארית התפילה ועניתי אמן, אמן יהא שמיה רבא מברך. כי אני רגיל להתפלל ביחידות שם בבית הכנסת בשעה מאוחרת. והנה החזן אומר את המילים שבתפילת מוסף של שלש רגלים "ואין אנחנו יכולים לעלות".

פתאום כאילו מעצמו, בקול בינוני בלי שום כוונה תחילה נפלט מפי המילים: "כן יכולים כן יכולים לא רוצים". כמובן, המתפללים השתיקו אותי, שהרי אני מפריע לתפילת שליח הציבור. אחרי גמר התפילה דברתי על הנושא עם קצת מהמתפללים הוותיקים, אפשר להגיד שפחות או יותר הדבר עבר בשלום. אבל כל הענין לא נתן לי מנוחה, באמת פתאום ישראל שניידר נעשה קנאי למקדש, יפה יפה מאד (מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן) אני חייב לציין שמאז שנת התשמ"ז אני עוסק בעניין "חידוש העבודה במקום המקדש" זכיתי להיות מן המייסדים של "התנועה לכינון המקדש" ביחד עם הרב יוסף יחיאל אלבום, הרב אליעזר רוקח, הרב עודד כיטוב, הרב דוד חנוך בר חיים, הרב אליצור סגל וייבדל יואל לרנר ע"ה.

החלטתי שמחר אמשיך ב"הפגנה" שלי ודאי, בלי ספק. אני מודה ומתוודה שבעיקר זה בא מיצר ההרפתקנות שלי, הרצון להתבלט, אף על פי כן יכול להיות שאי-שם עמוק עמוק בתוך הנפש, היתה כאן איזו שהיא כוונה טובה לשם שמים, היינו שרציתי למחות נגד העוול שעושים לשכינה הקדושה, שלא בונים לה בית, והיא נשארת "הומלס" אצל הכותל המערבי.

ויהי ביום השני לחול המועד, אני יושב שם בבית הכנסת והחזן מגיע עוד הפעם למילים הפטאליות "ואין אנחנו יכולים לעלות". הפעם ב"זדון" ובהכרה מלאה אני צועק זעקה גדולה ומרה "שקר גס". כי הרי באמת כן יכולים לעלות ובפועל מאז מלחמת ששת הימים – עלו אלפי אם לא רבבות יהודים להר הבית. יכול להיות שהייתי צועק עוד ועוד, רק שמישהו שעמד הכן מאחורי גבי – נתן לי מכה בעורף, השטריימל והכיפה שעל ראשי עפו (גם הראש) אני מנסה למצוא את הכיפה שלי ולא מצליח! עד שאחד המתפללים מחזיר לי אותה, כנראה עפה רחוק. ואני צועק: "למה הורדת לי את הכיפה שייגיץ". בקיצור – הצגה יפה מאד. הבריונים של העדה – הגיבו בזעם עצור.

עכשיו אני מקצר בהשתלשלות העניינים בסופו של דבר אחר גמר התפילה – גירשו אותי מבית הכנסת, ושלא אהין לחזור. נפרדתי מהגנגסטרים של העדה החרדית במילים אלו: "מפני היד שנשתלחה במקדשינו" מפני היד שנשתלחה במקדשנו, היד – זו העדה החרדית. כוונתי היתה שהלא הבית דין צדק של העדה החרדית פוסק ומדביק מודעות שנה אחרי שנה שהעולה להר הבית חייב כרת. והרי זו כשיטת הצדוקים שאמרו שיש כרת לנכנס במחנה לויה בטומאה.

אבל כל בר בי-רב דחד-יומא יודע שאין שום כרת בהר הבית ואפילו מותר לעלות כשנטהר מטומאה היוצאת מן הגוף. ובימינו – הדבר פשוט שיש בעליה להר הבית מצוה גדולה שאין כמותה. בחינת טיפול ב"מת מצוה".

לסיום אני רוצה לומר שלדעתי אסור להגיד "מפני חטאינו גלינו מארצינו ונתרחקנו מעל אדמתנו" שהמשמעות של מילים אלו היא שכל עם ישראל נמצא היום כביכול בגלות בריחוק מקום מן הארץ ויש נעבאך רק קומץ יהודים בארץ. אמנם זה היה נכון לדאבוננו העצומה מאות רבות בשנים. אבל לא עכשיו בזמננו והודות לפעילים ה"ציונים" אני מציע להתפלל כך: "אבינו מלכינו בעוונותנו הרבים אין אנחנו יכולים לעשות חובותנו בבית בחירתך, בבית הגדול והקדוש שנקרא שמך עליו מפני הידיים השלוחות במקדש, יהי רצון וכו'".

הכוונה בידים השלוחות, היא ליד של האו"ם ידיהם של האיחוד האירופי, יד ארצות הברית, יד מדינות ערב, יד הפלסטינים, יד ממשלת ישראל, יד משטרת ישראל, יד העדה החרדית וההולכים בדתה המוטעת, ובכן יהי רצון שהקדוש ברוך הוא יגאלנו מהרה עכשיו ממש מכל הידים הנזכרות "ובא לציון גואל" אמן וכן יהי רצון.

החותם בתקוה לראות בקרוב ממש בנחמת ציון ובחידוש העבודה ובבניין בית המקדש ובביאת משיח צדקנו, והלוואי שנזכה כולנו יחד לחזות בכל זה בעיני בשר.

געוואלדיג » דינסטאג אפריל 28, 2015 5:43 pm

· #270639
שוין האבן מיר ישראל שניידער קעגן בי"ד פון העדה החרדית, לכאורה איז ער גערעכט, נישטא ווער עס זאל לאכן.

פלעין יודיש » דינסטאג אפריל 28, 2015 5:56 pm

· #270643
א באנדע מטורפים די אלבוים'ס

חסידי לאומי » דינסטאג אפריל 28, 2015 9:04 pm

· #270711
פלעין יודיש
א באנדע מטורפים די אלבוים'ס

אז די אטאקירסט און ביסט מוציא לעז אויף א חשובע משפחה בישראל וואס זענען שוין יארן זיך מוסר נפש פאר כבוד שמים, זיי על כל פנים מסביר אויף פלעין יודיש פארוואס די ביסט געקומען צו די החלטה? אונז וועלן שוין עקסטער באשליסן צו מיר זאלן מקבל זיין דעם לשון הרע

ישראל קאפקע » דינסטאג אפריל 28, 2015 10:12 pm

· #270737
חסידי לאומי
ישראל קאפקע

1967 ווען ארץ ישראל איז געווארן אטאקירט האבן זיי איינגענומען הר הבית ומשום זה באלאנגט עס דוקא פאר מנצח כמבואר בהלכות אונטערנאציאנאל
???
ביידע טיילן זענען אן דעקונג.


ד"ר ז'אק גוטיאר איז שוין מבאר א לאנגס און א ברייטס וועגן די סטאטוס פון ירושלים לפי חוק הבינלאומי


איך גיי זיך נישט באצוען צו וואס ער זאגט יא (אז עס געהערט באמת יא פאר מדינת ישראל, צוליב פריערדיגע דעקלעראציעס)
נאר וואס דו זאגסט אז עס געהערט פאר מדינת ישראל וויל זיי האבן עס איינגענומען אין קריג. קלאר אז ער זאגט דאס נישט.
אדרבה ער זאגט דארט פונקט פארקערט, ביז די צוואנציגסטן יארהונדערט האט א לאנד געקענט איינעמען שטחים דורך געווינען אין קריג. נאך די ערשטע וועלט קריג האבן די וועלט מאכטן אראפגעשטעלט אינטערנאצינאלע געזעץ (אויף די אינסיסטנס פון די דעמאלטיגע אמעריקאנער פרעזידענט, דאכט זיך ווילסאן) אז א לאנד קען 'נישט' האלטן שטחים וואס מען געווינט אין קריג.
בלאט: 1 2