☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » דאס אידישע פאלק'ס געשיכטע: פארגעזעצט דורך SIMON SCHAMA

דאס אידישע פאלק'ס געשיכטע: פארגעזעצט דורך SIMON SCHAMA

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6892

זיגמונד פרויד » דאנערשטאג יולי 31, 2014 11:20 pm

· #214945
דאס אידישע פאלק'ס געשיכטע: פארגעזעצט דורך SIMON SCHAMA
Simon Schama האט לעצטענס געשריבן א הערליכע היסטארישע בוך וועגן דאס אידישע פאלק - THE STORY OF THE JEWS (2014.
אויך האט ער ארויסגעגבן גאר א שיינע ווידיאוי דאקמענטארי וואס איז געוויזן געווארן אויף PBS.
זיין בוך און דאקומענטארי האבן גאווינען גאר גרויסע שבחים פון מענטשען ארום די גאנצעע וועלט. איבער 4 מיליאן מענטשען אין ענגלאנד האבן געוואטשט די שויא אויף BBC (הגם עס זענען וואינען נאר א פערטל מיליאן אידען אין ענגלאנד)
איינע פין די אינטעסאנסטע נקודות וואס ער ווייזט אויף זענען אז דורך אויס הונדעטע יארן האבן גלויבעגע אין ערליכע אידען נישט געלעבט אפגעטיילט פין די גוים ארום זיי, טראץ דעם וואס זיי האבן געליטן צרות םין די קריסטן אין אראבער אין פארשידענע זמנים.

<a class="postlink" href="http://www.pbs.org/wnet/story-jews/video/#47">http://www.pbs.org/wnet/story-jews/video/#47</a>

יאיר » פרייטאג אוגוסט 1, 2014 12:46 am

· #214953
זיין ביכל ליגט ביי מיר אינדערהיים, און משום איזה סיבה יעדן מאל וואס איך עפן עס ציט מיר עס נישט. האט נאך איינער עקספיריענס מיט'ן ליינען דעם ביכל?

זיגמונד פרויד » פרייטאג אוגוסט 1, 2014 11:22 am

· #215004
איך האב דאס דורךגעבליקט איו א בארנס & נאבלס געשעפט אין דאס איז טאקע געווען פאר מיר אביסל שווער צי מיטהאלטן. איך מיין אז מדארף זיין א ביסל באקאנט מיט די נעמען וואס ער באניצט זיך מיט כדי צי פילן א שייכות.
אפשר דארף מען דאס דורךלערנען בחברותא. אדער אפשר גאר א שיעור. איז איינער דא אינטערסירט?