☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פארוואס לעבן מיר מיט א הויכע סטאנדארט / פאר יענעם?

פארוואס לעבן מיר מיט א הויכע סטאנדארט / פאר יענעם?

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6890

ממרום שלח אש » דאנערשטאג יולי 31, 2014 5:15 pm

· #214877
פארוואס לעבן מיר מיט א הויכע סטאנדארט / פאר יענעם?
אסאך פון אונזערע פראבלעמען שטאמען פון דעם. בעיקר פרנסה און נערוון פראבלעמען.

אדרעסירן די תוצאות איז נישט מער ווי א הצלה פורתא, אויב דאס יא. די פראבלעם דארף ווערן אדרעסירט ביזן ווארצל.

מיר לעבן אין א סאסייעטי אוואו די איינציגסטע עולם הזה תאוה ביי מענער וואס איז א לכתחילה און ווערט נישט אראפגעקוקט אלץ פראסט אדער באמיש, איז האבן געלט און פראווען מעשי עשירות.

ביי פרויען איז אנקליידן קינדער ווי קליינע פרינצן, אויסצירן זיך און דאס הויז און צושטעלן פענסי שמחות די איינציגסטע כשר'ע פעסס-טיים.

בנוסף לזה איז גאסיפן און קריכן אין יענעמס קושקעס די איינציגסטע פארעם פון שמועסן ביי מענער וואס איז נישט לערנען (ווייניג זענען ווי רשב"י וחבריו) אבער אויך נישט קיין חכמת יונית. און ביי פרויען די איינציגסטע טעמא אין וואס זיי זענען באהאווענט און (דערפאר) אינטערעסירט.

און פאר דעם, ווי פרומער די קאמיוניטי, אלץ שארפער די פראבלעם.

במהרה בימנו אמן, ידיד נפש...

יוסף מ » דאנערשטאג יולי 31, 2014 10:31 pm

· #214936
אינטערסאנטע געדאנק.
האלט'סט אויב מוועט אנהויבן שפילען מוזיק,ספארטס וכדו' וועלן מענטשען טרעפן סיפוק דארטן אנשטאט זיין א גביר

לעיקוואד » פרייטאג אוגוסט 1, 2014 9:03 am

· #214973
ביי די מער מאדערנע אידען אין אמעריקע ווי מען לאזט אסאך מער עולם הזה און יצה"ר איז דא די זעלבע פראבלעם פון א לעבנס סטאנדארט וואס איז בעיקר נאכצומאכן די שכנים און איז פיל מער וואס אסאך קענען זיך ערלויבען.

יוסף מ » פרייטאג אוגוסט 1, 2014 9:10 am

· #214974
מהיכי תיתי?
זייער ווייבער גייען נישט אנגעטון אזוי טייער ווי ביי אונדז סתם א גרינע מיטוואך.

לעיקוואד » פרייטאג אוגוסט 1, 2014 9:11 am

· #214975
אזוי האב איך געליינט אויף די מאדערן ארטאדאקס קאווע שטיבל.

ממרום שלח אש » זונטאג אוגוסט 3, 2014 2:18 pm

· #215196
לעיקוואד
ביי די מער מאדערנע אידען אין אמעריקע ווי מען לאזט אסאך מער עולם הזה און יצה"ר איז דא די זעלבע פראבלעם פון א לעבנס סטאנדארט וואס איז בעיקר נאכצומאכן די שכנים און איז פיל מער וואס אסאך קענען זיך ערלויבען.


אמת, עס איז נישט עקסלוסיוו, עס איז די יומען קאנדישן, פונקט ווי אלע אנדערע מדות רעות.

אבער, מען קען נאך אלץ טרעפן גרויסע דיפערענצן.

כדי צו פארשארפערן די תוצאה, אזא סארט לאגישע עקסטרעם וואלט איך פארגעשלאגן צו פארגלייכן שטארק פרום מיט גויים אדער בכלל נישט קיין שומרי תורה.

יעצט ווען מען זעט דעם חילוק שארפער, קענסטו פרובירן צו טרעפן מער נויאנסד חילוקים צווישן פרומערע און מער מאדערן, וואס לדעתי איז דא.

איך מיין אז כו"ע לא פלוג אז דער פראבלעם איז ערגער אין מאנרא ווי אין ווימ"ס און ווימ"ס איז ערגער ווי ב"פ.

חוץ מזה, אן סטאטיסטיקס, מה לי קרא, סברה הוא, עס איז א מציאות אז א מענטש וואס איז פארנומען און שעפט חיזוק פון סיי וואספארא זאך איז ער/זי ווייניגער פארנומען און לייגט וויניגער דגוש אויף אנדערע זאכן. ווען אונזערע היימישע געלונגענע בעל בית'טעס וואלטן געוואטשט טיווי וואלטן זיי סערווירט טיווי נאכטמאלן פונקט ווי זייערע שכינים, און ווען זיי וואלטן געפילט גענוג אנערקענט און זיכער מיט זיך האבענדיג א קאריעריע אדער אנדערע אויסגענוצטע טאלאנטן וואלטן זיי נישט געדארפט אנקומען צו די קאמפלימענטן אויף די קינדערס קליידער. ואטו כי רוכלי...

אוודאי וועלן אויך אלץ זיין מענטשן וואס זייער גרעסטע הנאה און האבי אין לעבן וועט זיין זיך צו ווייזן פאר יענעם מיט געלט און קליידער וכדומה, אבער זיי וואלטן געווען גענוג א מיעוט נישט צו הייבן דעם סטאנדארט אזוי דראמאטיש.

די פוינט איז, די הויכע סטאנדארט און לעבן פאר יענעם קען זיין די תוצאה פון לעבן אן unfulfilled life, אנכי הרואה, איך זע די cause און איך זע די effect.