☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » א בר מצוה צוזאמען מיט א תנאים

א בר מצוה צוזאמען מיט א תנאים

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6869

הרב_שלום » מאנטאג יולי 28, 2014 10:36 am

· #214125
א בר מצוה צוזאמען מיט א תנאים
מייןחבר האט א שודיך געטוהן מיט זיין טאכטער און צוויי וואכען ארום מאכט ער בר מצוה, ער וויל וויסען צו ער קען מאכען ביידע אינאיינעם
ער וויל נישט זיין די ערשטע אויב ווייסט פון איינעם וואס האט דאס שוין געטוהן ביטע לאזט מיר וויסען

קאווע טרינקער » מאנטאג יולי 28, 2014 10:42 am

· #214127
1) אין מערבין שמחה בשמחה
2) בר מצווה בחור וועט פילען באליידוגט, ס'קען שאטן זיין עתיד


פארוואס נישט מאכן די תנאים צוזאמען מיט די ווארט?

איך אויך » מאנטאג יולי 28, 2014 11:11 am

· #214136
אויב ער וואלט געווען צד החתן זעה איך נישט פארוואס נישט ,היות ער איז צד הכלה איז עס א טראפקעלע טריקי.

רויטע וואנצעס » מאנטאג יולי 28, 2014 11:24 am

· #214137
וואלט ער געוואלט זיין אייגן בר מצוה זאל זיין מיט א צווייטע שמחה? ניין! די בחור דארף די פולע איטענשין און אהבה פון די באטייליגטע! וכמו שכתוב קאווע טרינקער.

שטילע אינגערמאן » מאנטאג יולי 28, 2014 12:33 pm

· #214153
בר מצוה צוזאם מיט א שבע ברכות מאכט זיך זייער אפט, איו איז צופעליג גאנץ שיין.
אבער צוזאם מיט א תנאים איז שוין אביסעל מער טריקי, א תנאים איז א קאם ענד גאו, נישט גערעכט פאר די בר מצוה בחור

דריידל » מאנטאג יולי 28, 2014 12:56 pm

· #214165
אויב וויל ער זיך שפארן געלט, לא אים וויסן אז מ'מוז נישט מאכן נישט קיין בר מצווה און נישט קיין תנאים

קענסט אים עס זאגן אין מיין נאמען

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 29, 2014 2:17 pm

· #214400
הרב_שלום
מייןחבר האט א שודיך געטוהן מיט זיין טאכטער און צוויי וואכען ארום מאכט ער בר מצוה, ער וויל וויסען צו ער קען מאכען ביידע אינאיינעם
ער וויל נישט זיין די ערשטע אויב ווייסט פון איינעם וואס האט דאס שוין געטוהן ביטע לאזט מיר וויסען

ער זאלל צו ווארטן ביז ס'עט ביי זיין עלטערן זון געבוירן ווערן א יונגל. דאן 'עט קענען מאכן די בר מצוה צוזאמען מיט'ן שלום זכר, ברית און פדיון הבן. ס'א געוואלדיגער רעיון צו שפארן געלט... 😂 🙄 😂 🙄 😂 😠 😛 😳 😉 😮

דריידל » דינסטאג יולי 29, 2014 3:17 pm

· #214406
אפשר זאל מען איינפירען אז יעדער זאל גיין פאר פערטיליטי טריטמענטס כדי מ'זאל געבוירן ששה בכרס אחד און קענען מאכן איין קידוש / זכר /וואכנאכט / בר מצווה פאר אלע

מילכיג » דאנערשטאג יולי 31, 2014 1:21 pm

· #214814
אמאליגע צייטן איז די בר מצוה מיט די תנאים\חתונה געווען צוזאמען - ביים זעלבן בחור..

קאסטנער » זונטאג אקטאבער 26, 2014 7:27 pm

· #230617
יעצט מיטגעהאלטן א צווילינג בר מצווה אינאיינעם מיט א שבע ברכות א מחזה עפעס אנבליוועבעל
פארשטייט זיך אין א גרויסע חתונה זאל
די צווילינג האבן געלערנט אין אנדערע חדרים איז געווען צויי כיתה ט׳ פלאס חתןס ידידים
עס האט מיר אבער דאך נישט אויס געזען אז איינער פין די בעלי שמחה באקימען ווייניגער עטענציאן ווי נארמאל