☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » נ.י. טיימס: מערעוואנא דארף ווערן לעגאל!

נ.י. טיימס: מערעוואנא דארף ווערן לעגאל!

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6861

יידל » זונטאג יולי 27, 2014 11:27 am

· #213880
נ.י. טיימס: מערעוואנא דארף ווערן לעגאל!
די פרעסטיזשפולע און איינפלוסרייכע גרויע דאמע האט אונטערגענומען א העפטיגער קאמפיין צו שטיצן די לעגאלעזאציע פון מערעוואנע (marijuana) אין אמעריקע. אין א סעריע עדיטאריעלס, וועלכע זיי רופן "הויעך צייט" (א זיסער ווערטער שפיל), אטאקירט די טיימס די פעדעראלע רעגירונג פארן אנהאלטן מערעוואנע אונטער פארבאט. די טיימס עדיטאריעל באורד פארגלייכט די מערעוואנע פארבאט צו פראהיבישען אין אמעריקע, ווען אלקאהאל איז געווען פארבאטן און אמעריקע האט סיי ווי געטרונקן. אין אנדערע ארטיקלן צייגן זיי אן אויף דעם וואקסנדעם פראצענט אמעריקאנער באפעלקערונג וואס עקספערימענטירט מיט קאננאבאס און קען אויך באשטיין אז עס זאל לעגאליזירט ווערן, און זיי טענה'ן אז דער החלטה אויף יא אדער ניין דארף געלאזט ווערן צו די סטעיטס, א ליבעראלער און ליבערטעריען שטעלונג לויט די טיימס.
עס איז שווער צו גלייבן אז אפאר ארטיקלן אין די טיימס קען ברענגן צו לעגאלער טויש אין אמעריקע, עס איז אבער זיכער א טריט פאראויס פאר די לעגאליזאציע אדוואקאטן אין אמעריקע.

פליקער » זונטאג יולי 27, 2014 11:38 am

· #213882
יודל: פארוואס איז דער מדובר נאר פון מאריכאנע פאר מעדיקאל סיבות, מען הייבט אן מיט מעדיקאל א ער מען ענדיגט מיט ריפילן פראהעבישן,

יידל » זונטאג יולי 27, 2014 11:41 am

· #213885
וואו זעסטו אז די מדובר איז נאר פון מעדיקעל?

פליקער » זונטאג יולי 27, 2014 11:55 am

· #213888
דיין ערשטע לינק היי טיים, רעדן זיי קלאר נאר פון מעדיקאל ריזען'ס

שמעקעדיג » זונטאג יולי 27, 2014 1:13 pm

· #213904
איך בין א מן הארץ אין די ענינים ב"ה. קען מיר איינער ערקלערן פארוואס זאל דאס ווערן לעגאל? וואס איז די מעלה דערמיט?

ונבנתה העיר » זונטאג יולי 27, 2014 4:17 pm

· #213956
אין קאלאראדא - וואו מאריוואנא איז לעצטענס געווארן לעגאל - מוטשעט מען זיך יעצט מיט'ן אויפשטייג פון יונגע-ערוואקסענע וואס זענען היימלאז.

זיי קומען פונעם גאנצן לאנד נאך די געשמאקע גראזן, און עס איז די צווייטע אנגעגעבענע סיבה פון די שעלטער באנוצער.

קרעמער1 » פרייטאג אוגוסט 1, 2014 5:07 pm

· #215066
[ציטאט אראפגענומען]

ווי איך האב געליינט איז עס יא גורם אדיקשן אבער איז נישט מער שעדליך ווי אלקאהאל און טאבאקא וואס אביסל קען דער מענטש פארנעמען

מ'קען זיך נישט אווערדאוזן אויף מריכואנא משא"כ קאקעין און אנדערע וועלכע קענען זיין פאטאל
און איינע פון די טענות איז אז דאס אלעס צאםשטעלן אונטער א שם הכולל פון שעדליכע דראגס איז א גרויסע טעות און ברענגט מער שאדן ווי נוצן