☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » וועלט! מאכט נישט איבער די זעלבע טעותים פונעם האלאקאוסט

וועלט! מאכט נישט איבער די זעלבע טעותים פונעם האלאקאוסט

66 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6860
בלאט: 1 2

מאטי » פרייטאג יולי 25, 2014 7:20 pm

· #213806
וועלט! מאכט נישט איבער די זעלבע טעותים פונעם האלאקאוסט
די וועלטליכע פירערס זענען נישט ווייניג מאהל קריטיקירט געווארן פארן כמעט גענצליך פארשפארן אירע טויערן פאר די אומגליקליכע אידן בעת די ביטערע עפאכע, פון ווען היטלער איז געקומען צו די מאכט, ביז צום סאמע ענדע פונעם קריג.

שיפן פול מיט פליטים זענען כסדר צוריק-געוויזן געווארן צוליב לעכערליכע תירוצים וואס לייגט זיך נישט אויפן שכל. עס גייט נאך ביז היינט, נישט אין קאפ אריין די היסטאריקער וואס קענען לערנען דעם טרויעריגן קאפיטל היסטאריע.

פארוואס איז דאס איצט רעלעוואנט?

ווער ס'הערט נאר אויס די אלטוועלטליכע נייעס די יעצטיגע טעג, וועט זיך אומפארמיידליך אנקלאפן מיט טעגליכע באשולדיגונגען וואס ווערט געוואנדן אקעגן מדינות ישראל מיט נומערן פון ציווילע אומגעקומענע פאלעסטינע פרויען אין קינדער. זיי ווייסן פונקטליך די נעמען, יארגאנג, פון די אומגעקומענע. די ישראלים זענען שוין הייזעריג פון זיך פארענטפרן פאר די בלעכענע סי ען ען און בריטישע אקצענטן פון 'בי בי סי' וועלכע קומען מיט אלטע אויסגעדראשענע טענות פון די אוועקגעלייגטע אלטע ארכיון וואס האבן דעם דאטום פון די ישראליש'ע מלחמות. און די קלישעי פערסערווירט מיט די זעלבע סארט פארענטפערונגן וואס די ישראלים געבן אן פארלוירענערהייט צו די טויבע אויערן פון וואלף בליצער וחבריו.

אזוי פארט דאס "הין און צוריק הין און צוריק" ביז גייקאו נעמט איבער און פרעזענטירט א פרישער פרעצעדענט פון אבסורד אין אירס א קאמערציאל.

איך וויל מיך דא באציען צום באשולדיגונגס זייט פונעם ארגומענט, אז מדינת ישראל איז יא אגרעסיוו! און נעמט נישט ערנסט דעם ציווילע פאלעסטינע פראגע.

לויט דעם קומט דאך אויס, אז ס'איז פארהאן א פאלק וואס איז אונטער גענאצידליכע געפאר! א פאלק וואס ווערט עקסטערמינירט אונטער די נאז פון די וועלט, ואין פוצה פה ומצפצף.

מילא מדינת ישראל, וואס קען מען דען פארלאנגן פון איר, זי מאכט דאך אן דעם פראבלעם. דאס איז, ווי בעטן היטלער זאל העלפן די אידן. אבער די אראבישע ברודער זייערע, וואו איז אביסל אחריות! פארוואס הערט מען נישט פון די אזוי רחמנות האבענדע מענטשן א רוף פאר די פליטים פון עזה. פארוואס עפנט נישט עגיפטן אירע גרעניצן צו אקאמעדירן די ציווילע עזה באפעלקערונג. וואו איז טערקיי ווען מ'דארף איר! איר האט באשולדיגט די ישראלים אז זיי זענען אויפן זעלבן שטאפל ווי "נאציס", אויסגעצייכנט!... איר טוט א געוואלדיגע ארבייט פאר די מענשהייט. יעצט לאמיר זען א פלאטיליע פון שיפן וואס נעמן אריין עזה איינוואוינער וואס - לויט די ווערטער פון ז'אן סטוארט - האבן נישט וואו צו לויפן אפילו נאך די ווארענונגען אז אן אטאקע איז אויפן וועג פון די אכזריות'דיגע ישראלים.

די יו ען איז טאקע מורא'דיג באשעפטיגט די צייטן צו פארדאמען מדינות ישראל צוליב אירע מענטשן רעכט פארלעצונגן, און כל הכבוד צו זיי. אבער אויב די אלע לענדער זענען שוין סיי ווי אונטער איין דאך צוליב דעם אזוי וויכטיגן צוועק, דאן פארוואס הערט מען נישט פון זיי אינאיינוועגס א וויי געשריי און א רוף צו די ברודער פון די נעבעכ'דיגע אראבער אין עזה. "ברודער טייערע, נעמט אריין די פליטים! זעט איר דען נישט ווי מ'הרג'ט זיי אויס אומדיסקרימענירענד, האט איר דען נישט גענוג פלאץ אין איינע פון אייערע צוויי און צוואנציג מוסלעמענער לענדער צו פלאצירן אנדערטהאלבן מיליאן מענטשן?

אראבער!! לערנט אייך אפ פון אייערע שונאים "מאויבי תחכמנו" וואס האט מדינות ישראל געטון מיט אירע ברודער אין אייערע מדינות, ווען די ערד האט געברענט אונטער זייערע פוס. אכט הונדערט טויזענט פליטים האט מדינות ישראל אריינגענומען אין אירס א קליין לענדעלע, און איר זענט צושפרייט און צעזייט אין א דריטל פונעם יישוב העולם און איר פארשפארט אייערע גרעניצן אויף אייערע ברודער און שוועסטער וואס ווערן גע'הרג'ט ווי הערשן אין פעלד.

וועלט! אויב פאסירט שוין יא א צווייטע האלאקאוסט, חזר'ט כאטש נישט איבער די זעלבע טעותים....

רויטע וואנצעס » פרייטאג יולי 25, 2014 7:50 pm

· #213810
גוטע פוינט. טיפיקעל @מאטי, outside the box.

יעצט צום פוינט. די אמת איז אז עס זענען דא א פאר מיליאן פאלאסטינע פליטים אין ירדן, קאטאר, און נאך אפאר לענדער, אבער רוב פון זיי זענען אין א סטאטוס פון פליטים, אן בירגערשאפט. די לענדער האבן זיך מיאוס אפגעבריעט, און די פאלעסטינער ברענגט זיי נאר הוצאות וואס ווערט טיילווייז געדעקט ביי די יו ען.

יעצט די סיבה פארוואס לענדער אין אלגעמיין ווילן נישט פלטים אין צייט פון מלחמה, איז וויבאלד די מענטשען ברענגן גארנישט צום טיש נאר קאפוויי. א מענטש וואס קומט פון אזא לאנד איז הונגעריג און מיד, און מ'דארף אויסגעבן געלט אן גארנישט צוריק באקומען. און פרידן צייטן איז אימעגראציע מער אפען, אבער דאן זוכט מען נישט אזוי שטארק זיך אויסצורייסן פון א פלאץ ווי מ'איז געווארן אויפגעצויגן, און איבערלאזן אלעס.

פליקער » מוצ"ש יולי 26, 2014 10:22 pm

· #213815
מאטי די אראבער פון עזה האלטן נישט ביים גיין, זיי זענען דארט אויפ א מיסיע, צי שיסן אויפ די מדינה, אלע אראבער שיקן זיי געלט און געווער, איראן האלט און איין דרייען די סענטרעפיודזשעס צי רייך מאכן די יוראניום, פאר איין ציל אראפ צי ווישן ישראל פינעם מאפע, פון ווי ווייס איך, ווייל זיי האלטן עס און איין זאגן, דאס האב איך ארויסגענימען פון מאטי'ס פונקט, אז מען זאל נישט איבערטיען דעים זעלבען טעות, מיר האלטן איצט גענוי ווי נעוויל טשעינבערלין האט געהאלטן און 1939, מיין קאמפ איז שוין געוועין קלאר וואס ער וויל, וואס זייערע צילן זענען, אבער מען האט נישט ציזאם געשטעלט איינס מיט איינס, ווי לאנג וועט חלילה נעמען זיי זאלן ערייכן שמיציגע באמבע'ס, אדער מיסלעך מיט שעידליכע כעמיקאלן, ג-ט באהיט דיין ליב פאלק ישראל פון אלעם בייזן אין דיינעם לויב.

berlbalaguleh » מוצ"ש יולי 26, 2014 11:53 pm

· #213829
פליקער: ס'איז נאר געבליבן איין ווארט צו זאגן. "אמן". אבער דער פראבלעים איז אז דער מצב פון די אידן אין ארץ ישראל, און די אידן אין די גאנצע וועלט בכל מקומות שהם איז זייער ערנסט. פון איין זייט זענען מיר ארומגענימען מיט שונאי ישראל וועלכע זיכן נאר צו פארציקן דאס אידישע שעפעלע. אזוי ווי רש"י הק' זאגט "ככבשה אחת בין שבעים זאבים". און לאמיר נישט פארגעסן אז די שנאת ישראל (נישט שנאת מדינת ישראל. דאס 'עמיר עקסטער באהאנדלען אי"ה.) האט זיך נישט אנגעהויבן נאך די זעקס טאג מלחמה. אדער ביי מבצע עמוד הענן.און איך רעד דא פון די "גוטע" גויים. למשל דער שוועדישער קאונט פאלק-ע בערנאדאטט-ע וועלכער האט אנגעפיהרט מיט די יו-ען קאמיסיע אין פאלעסטינע האט זיך אהערגעשטעלט אלס פיינער און דעמאקראטישער מענטש. א דיפלאמאט. וואס האט ער געוואלט.?! ער האט געוואלט "געיבן" פאר די אידן. יא. די אידן. וועים דען די אראבער? א שטיקעלע לאנד. נישט דעם נגב. נישט ירושלים. און אין דעים פארבליבענעם שטיקל לאנד האט ער געוואלט באזעצן אריבער א האלבן מיליאן אראבישע "פליטים". דאס אלעס איז שוין געוועין נאך דעם האלאקאוסט, וואס די מיליאנען אידישע פליטים האבן נישט געהאט קיין לאנד וואו אהין צו גיין. נאר ווען די פארשאלטענע אראבערס ימ"ש שיסן ראקעטן אויף די אידן אין א"י, און ווען די אראבערס קידנעפן און הרג'נען דריי אידישע אומשולדיגע בחורים, הערט מען נישט פון קיין יו ען אדער פראנקרייך. אבער ווען ארץ ישראל קלאפט צוריק הערט מען פלוצלינג אז די נעבעכדיגע אומשולדיגע סיוויליענס זענען געשעדיגט געווארן. כאילו אין ארץ ישראל וואוינען נישט קיין סיוויליענס.. שנאת ישראל איז נישט קיין נייע זאך די גמ' זאגט אז צוזאמען מיט קבלת התורה איז אראפגעקומען שנאת ישראל. פון די צווייטע זייט האבן מיר די סאטמאר'ער אידן זאלן זיין געזונט.וועלכע האבן אזאלכע פארקרומטע דיעות, ר"ל. זיי זענען נעבעך קאנפיוז'ד. און זיי רעדן זיך נאך נעבעך איין אז זיי גייען אין שיטת רבינו הק' זי"ע...פון די נטורי קרתא'ניקעס רעדן מיר דאך אפילו נישט...
נ.ב: די אטאקעס און באמבעס גייען באלד אנהייבן פאלן.לידיעת ה'שיסערס. איך בין שוין אריין אין בונקער/שעלטער... 😕 😕 😕 😕 🙄 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮

ישראל קאפקע » זונטאג יולי 27, 2014 12:26 am

· #213835
אנאנים,

רופסט צו פעלקער-מארד?
"די אראבישע פאלק איז די גרעסטע פראבלעם פון די וועלט בהווה ובעתיד,
דו דערמאנסט מיר פון סלאגאנען פון 80~75 יאר צוריק, אין עפעס א זייער פארגעשריטן לאנד אין אייראפע,

berlbalaguleh » זונטאג יולי 27, 2014 12:32 am

· #213836
ר' אנאנים: איך מיין אז דו האסט דא געחלומ'ט הויעך בפני קהל ועדה, פאר גאנץ קאווע שטיבל. ווען דו 'עסט דיך אויפוועקן 'עסטו זעהן אז וואס ס'טרייבט די גויים פון אלע פעלקער, איז פשוט און פראסט שנאת ישראל. דאס איז צוויי פאכיג. איינס ווען אידן פאלן ח"ו קרבנות בארירט עס זיי נישט. און ווען די אידן קלאפן צוריק דאמאלס וועקן זיי זיך אויף. דאמאלס איז דא א יוען און פראנקרייך וכו'... 😕 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮

berlbalaguleh » זונטאג יולי 27, 2014 12:40 am

· #213838
ס'א בעל הטורים אין סוף פ' חיי שרה, אויפ'ן פסוק "על פני כל אחיו נפל" דרש'ט דער בעל הטורים סמיכת הפרשיות מיט ואלה תולדות יצחק... אז לפני ביאת המשיח וועט ישמעאל האבן א מפלה (נישט די מדינה... 😂 😂 😂

ישראל קאפקע » זונטאג יולי 27, 2014 1:01 am

· #213842
וועלט! מאכט נישט איבער די זעלבע טעותים פונעם האלאקאוסט
berlbalaguleh
ר' אנאנים: איך מיין אז דו האסט דא געחלומ'ט הויעך בפני קהל ועדה, פאר גאנץ קאווע שטיבל. ווען דו 'עסט דיך אויפוועקן 'עסטו זעהן אז וואס ס'טרייבט די גויים פון אלע פעלקער, איז פשוט און פראסט שנאת ישראל. דאס איז צוויי פאכיג. איינס ווען אידן פאלן ח"ו קבנות בארירט עס זיי נישט. און ווען די אידן קלאפן צוריק דאמאלס וועקן זיי זיך אויף. דאמאלס איז דא א יוען און פראנקרייך וכו'... 😕 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮

ענק מאכן זיך, אדער ווייסן ענק טאקע נישט בעסער,
"איינס ווען אידן פאלן ח'ו קרבנות בארירט עס זיי נישט",
ווען עטליכע טעראריסטן אין די מערב ברעג האבן געהרגט די דריי בחורים, האט די וועלט זיך נישט וויסנדיג געמאכט?
יעדער פון באן קי מון פון די יו ען, די פרעזידענט/פ.מ. פון פראנקרייך ענגלאנד דייטשלאנד וכו, אלע איירעפעאישע לענדער, אמעריקע קאנאדע אויסטראליע וכו ביז אבו מאזן האבן אלע אויסגעדרוקט מיטליידן און שטארק פארדאמט די שרעקליכע מארד,
ווען מדינת ישראל האט אויסגענוצט די דריי וואכן צו איבערפאלן קרוב צו טויזנט הייזער און ארעסטירן הונדערטער כאמאסניקעס (וואס האבן נישט געוואוסט און נישט געהאט קיין שום חלק אין די מארד) האט די וועלט נישט געזאגט קיין ווארט קיין פיפס!!

מעג די וועלט טאקע נישט פראטעסטירן איבער די "טויזנט" פאלעסטינער טויטע? 750+ ציווילע, פרויען און קינדער)
צו לייגן זאכן אין פראספעקטיוו,

"מער פאלעסטינער 'ציווילע' זענען אומגעקומען דורך מדינת ישראל אין די לעצטע 'דריי טעג' וויפיל איזראעליס עס זענען אומגעקומען דורך ראקעטן און מיסילס פון עזה אין די לעצטע 'דרייצן יאר'"

יאיר » זונטאג יולי 27, 2014 1:25 am

· #213845
ישראל, דאס מעסטן אומגעקומענע קעגן אומגעקומענע לייגט נישט זאכן אין פערספעקטיוו. לויט דעם מהלך קענסטו אויס'חשבונ'ען אז ביי די מלחמה האבן די דייטשן געליטן איבער א מיליאן ציווילע טויטע קעגן בלויז עטליכע טויזנט ציווילע אמעריקאנער.

ישראל קאפקע » זונטאג יולי 27, 2014 1:30 am

· #213847
יאיר
ישראל, דאס מעסטן אומגעקומענע קעגן אומגעקומענע לייגט נישט זאכן אין פערספעקטיוו. לויט דעם מהלך קענסטו אויס'חשבונ'ען אז ביי די מלחמה האבן די דייטשן געליטן איבער א מיליאן ציווילע טויטע קעגן בלויז עטליכע טויזנט ציווילע אמעריקאנער.

די וועלט מעג האבן טענות איבער 750 ציווילע טויטע, ופשוט.

יאיר » זונטאג יולי 27, 2014 1:33 am

· #213849
ישראל קאפקע
יאיר
ישראל, דאס מעסטן אומגעקומענע קעגן אומגעקומענע לייגט נישט זאכן אין פערספעקטיוו. לויט דעם מהלך קענסטו אויס'חשבונ'ען אז ביי די מלחמה האבן די דייטשן געליטן איבער א מיליאן ציווילע טויטע קעגן בלויז עטליכע טויזנט ציווילע אמעריקאנער.

די וועלט מעג האבן טענות איבער 750 ציווילע טויטע, ופשוט.

אויב עזה איז דער רודף און ישראל איז דער נרדף, און ישראל טוט אלעס וואס זיי קענען צו פארמיידן ציווילע טויטע, פארוואס מעג די וועלט האבן טענות? אפשר האט די וועלט אויך געמעגט האבן טענות אויף די מיליאנען ציווילע דייטשע אומגעקומענע ביי די וועלט מלחמה? א שאד אז די יו ען האט נאכנישט עקזיסטירט דעמאלט.
(איך זאג נישט אז דאס איז דוקא די מציאות, נאר אז סתם ארויסשיסן טענות אויף אומגעקומענע ציווילע אן נעמען אלע חשבונות אין באטראכט איז אויבערפלעכליך און קינדעריש).

ישמעאל הכהן » זונטאג יולי 27, 2014 1:38 am

· #213850
ישראל קאפקע
יאיר
ישראל, דאס מעסטן אומגעקומענע קעגן אומגעקומענע לייגט נישט זאכן אין פערספעקטיוו. לויט דעם מהלך קענסטו אויס'חשבונ'ען אז ביי די מלחמה האבן די דייטשן געליטן איבער א מיליאן ציווילע טויטע קעגן בלויז עטליכע טויזנט ציווילע אמעריקאנער.

די וועלט מעג האבן טענות איבער 750 ציווילע טויטע, ופשוט.

אויב די טענות איבער די ציווילע פארלוסטן וואלטן געווען געריכטעט צו כאמאס וואלט עס געווען פשוט.
דערווייל איז עס אנטיסעמיטיזם, ופשוט.

ישראל קאפקע » זונטאג יולי 27, 2014 1:44 am

· #213852
יאיר
ישראל קאפקע
יאיר
ישראל, דאס מעסטן אומגעקומענע קעגן אומגעקומענע לייגט נישט זאכן אין פערספעקטיוו. לויט דעם מהלך קענסטו אויס'חשבונ'ען אז ביי די מלחמה האבן די דייטשן געליטן איבער א מיליאן ציווילע טויטע קעגן בלויז עטליכע טויזנט ציווילע אמעריקאנער.

די וועלט מעג האבן טענות איבער 750 ציווילע טויטע, ופשוט.

אויב עזה איז דער רודף און ישראל איז דער נרדף, און ישראל טוט אלעס וואס זיי קענען צו פארמיידן ציווילע טויטע, פארוואס מעג די וועלט האבן טענות?
(איך זאג נישט אז דאס איז דוקא די מציאות, נאר אז סתם ארויסשיסן טענות אויף אומגעקומענע ציווילע אן נעמען אלע חשבונות אין באטראכט איז אויבערפלעכליך און קינדעריש).

אויב רוסישע אטאקירן אוקראינע און ברענגן אום פינף ציווילע און פינף זעלנער מעג אוקראינע אומברענגען ביז פינף טויזנט ציווילע רוסן?
אויב סוני לעבאנעזער הרגנען דריי סורישע אלאוויטן מעג אסאד צעשטערן פיר סוני פאלעסטינער שטעטלעך מיט בין דריי טויזנט טויטע?
אויב קורדישע רעבלן באמבאדירן טערקיי אומברענגענדיג אכצן ציווילע און ניין סאלדאטן קען יעצט טערקיי שחטן ביז 27000 קורדן?
צי צפון קאערעא/דרום קאערעא, איראן/פאקיסטאנער מיליטאנטן, עגיפטן/עזה, עגיפטן/ליבישע טעראריסטן, וכו' וכו' (אלע ביישפילן זענען אקטועלע סצענעס)
נע... איך גלייב נישט אזוי 😲
ופשוט.

יאיר » זונטאג יולי 27, 2014 1:56 am

· #213854
ניין, די גאנצע לאנד איז מחוייב צו לעבן אין שרעק אין לויפן יעדע צוויי שעה זיך באהאלטן אין בונקער במשך צען יאר, ביז גענוג מיסילס וועלן געלונגען אין ציל און טויזנט פון זייערע אייגענע בירגער ווערן גע'הרג'עט, ערשט דעמאלט וועלן זיי מעגן באמבאדירן די פלעצער וואו די טעראריסטן האלטן זייערע באמבעס.

ישראל קאפקע » זונטאג יולי 27, 2014 2:01 am

· #213855
Just in
מיקי ראזנפעלד; די טעראריסטן וואס האבן אומגעברענגט די דריי בחורים, גאנץ זיכער 'נישט' כאמאס אקציע.

berlbalaguleh » זונטאג יולי 27, 2014 2:15 am

· #213857
ר' ישראל קאפקע: לויט ווי איך זעה. א קאפ האסטו (די קענסט רעכענען נאמבערס) . אבער א אידיש הארץ, האב איך מורא אז דו האסט נישט. איך 'עלל דיר אויסזאגן א סוד. ווען איך הער אז ס'פאללן ראקעטן אויף ארץ ישראל און די מענטשן (אידן) וואס וואוינען דארט שניידט עס מיר שטיקער פון מיין הארץ. און ווען איך זעה אז די גאנצע ציווילע פאלעסטינער באפעלקערונג טאנצט און זינגט פאר שמחה ווען מ'הרג'ט אידן, דאמאלס בארירט מיך נישט קיין שום נאמבערס פון געהרג'טע פאלעסטינער אראבערס ימ"ש. אפילו ציווילע.ווייל די ציווילע ווילן אויכעט א יעדער איינער פון זיי הרגנ'ען אידן... 😈 😈 😈 😈

הדד בן בדד » זונטאג יולי 27, 2014 2:20 am

· #213859
מאטי, זייער גוט געזאגט, על כגון דא זאגט דאך ראש לימבאו: אילוסטרעיטינג אבסורדיטי ביי ביאינג אבסורד.

א גרויסן יישר כח.



ישראל קאפקע
berlbalaguleh
ר' אנאנים: איך מיין אז דו האסט דא געחלומ'ט הויעך בפני קהל ועדה, פאר גאנץ קאווע שטיבל. ווען דו 'עסט דיך אויפוועקן 'עסטו זעהן אז וואס ס'טרייבט די גויים פון אלע פעלקער, איז פשוט און פראסט שנאת ישראל. דאס איז צוויי פאכיג. איינס ווען אידן פאלן ח"ו קבנות בארירט עס זיי נישט. און ווען די אידן קלאפן צוריק דאמאלס וועקן זיי זיך אויף. דאמאלס איז דא א יוען און פראנקרייך וכו'... 😕 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮

ענק מאכן זיך, אדער ווייסן ענק טאקע נישט בעסער,
"איינס ווען אידן פאלן ח'ו קרבנות בארירט עס זיי נישט",
ווען עטליכע טעראריסטן אין די מערב ברעג האבן געהרגט די דריי בחורים, האט די וועלט זיך נישט וויסנדיג געמאכט?
יעדער פון באן קי מון פון די יו ען, די פרעזידענט/פ.מ. פון פראנקרייך ענגלאנד דייטשלאנד וכו, אלע איירעפעאישע לענדער, אמעריקע קאנאדע אויסטראליע וכו ביז אבו מאזן האבן אלע אויסגעדרוקט מיטליידן און שטארק פארדאמט די שרעקליכע מארד,
ווען מדינת ישראל האט אויסגענוצט די דריי וואכן צו איבערפאלן קרוב צו טויזנט הייזער און ארעסטירן הונדערטער כאמאסניקעס (וואס האבן נישט געוואוסט און נישט געהאט קיין שום חלק אין די מארד) האט די וועלט נישט געזאגט קיין ווארט קיין פיפס!!

מעג די וועלט טאקע נישט פראטעסטירן איבער די "טויזנט" פאלעסטינער טויטע? 750+ ציווילע, פרויען און קינדער)
צו לייגן זאכן אין פראספעקטיוו,

"מער פאלעסטינער 'ציווילע' זענען אומגעקומען דורך מדינת ישראל אין די לעצטע 'דריי טעג' וויפיל איזראעליס עס זענען אומגעקומען דורך ראקעטן און מיסילס פון עזה אין די לעצטע 'דרייצן יאר'"


ישראל, די וועלט מעג פארדאמען וואס זיי ווילן, אבער ווען זיי פארדאמען 750 ציווילע אין איין פלאץ - ספעציעל אונטער די דאזיגע אומשטענדן - אבער אין אנדערע פלעצער איגנארירן זיי טויזענטער - למחצה ולשליש ולחלוטין - דעמאלס ווייזט עס זייער קלאר אויף אנדערע מאטיוון. איך ווייס נישט וויפיל נאך מאל מען דארף דאס ערקלערן. דאס האט גארנישט מיט קנאות אדער מיט מסכים זיין מיט די ציונים און מיט וואס זיי טוען. אבער קיין בלינדער נער איז דאך נישט קיין מצוה צו זיין.

ישראל קאפקע » זונטאג יולי 27, 2014 2:31 am

· #213861
הדד בן בדד
מאטי, זייער גוט געזאגט, על כגון דא זאגט דאך ראש לימבאו.
ישראל, די וועלט מעג פארדאמען וואס זיי ווילן, אבער ווען זיי פארדאמען 750 ציווילע אין איין פלאץ - ספעציעל אונטער די דאזיגע אומשטענדן - אבער אין אנדערע פלעצער איגנארירן זיי טויזענטער - למחצה ולשליש ולחלוטין - דעמאלס ווייזט עס זייער קלאר אויף אנדערע מאטיוון. איך ווייס נישט וויפיל נאך מאל מען דארף דאס ערקלערן. דאס האט גארנישט מיט קנאות אדער מיט מסכים זיין מיט די ציונים און מיט וואס זיי טוען. אבער קיין בלינדער נער איז דאך נישט קיין מצוה צו זיין.

ווי למשל? סיריע? איסיס?
אדרבה גבי מיר א משל,
בעצם איז נישט דא וואס צו טענהן מיט דיר, איינער וואס ציטירט ראש לימבאו איז ארויסגעווארפן יעדע מינוט וואס מען טענהט זיך 😂 😂

ישראל קאפקע » זונטאג יולי 27, 2014 2:34 am

· #213862
berlbalaguleh

ר' ישראל קאפקע: לויט ווי איך זעה. א קאפ האסטו (די קענסט רעכענען נאמבערס) . אבער א אידיש הארץ, האב איך מורא אז דו האסט נישט. איך 'עלל דיר אויסזאגן א סוד. ווען איך הער אז ס'פאללן ראקעטן אויף ארץ ישראל און די מענטשן (אידן) וואס וואוינען דארט שניידט עס מיר שטיקער פון מיין הארץ. און ווען איך זעה אז די גאנצע ציווילע פאלעסטינער באפעלקערונג טאנצט און זינגט פאר שמחה ווען מ'הרג'ט אידן, דאמאלס בארירט מיך נישט קיין שום נאמבערס פון געהרג'טע פאלעסטינער אראבערס ימ"ש. אפילו ציווילע.ווייל די ציווילע ווילן אויכעט א יעדער איינער פון זיי הרגנ'ען אידן... 😈 😈 😈 😈


איך האב ליב זיך צו דערגרונטעווען 'פארוואס?' אפילו פאלעסטינער ציווילע ווילן הרגנען אידן,
איז אייביג געווען אזוי? וואס האט זיך געטוישט? האט עס עפעס מיט עפעס וואס מדינת ישראל טוט? מיט איר עקזיסטענץ?

יאיר » זונטאג יולי 27, 2014 2:43 am

· #213863
ישראל קאפקע, איך בין באמת נייגעריג צו וויסן וואס אזא איינער ווי דיר וואלט געטון ווען דו ביסט יעצט ראש הממשלה (לו יצוייר צוריקגעבן נאך שטחים איז נישט קיין אפציע מאיזה סיבה שיהיה). וואלסטו געפאלגט דעם צוגאנג וואס איך האב פריער געשריבן?
יאיר
ניין, די גאנצע לאנד איז מחוייב צו לעבן אין שרעק אין לויפן יעדע צוויי שעה זיך באהאלטן אין בונקער במשך צען יאר, ביז גענוג מיסילס וועלן געלונגען אין ציל און טויזנט פון זייערע אייגענע בירגער ווערן גע'הרג'עט, ערשט דעמאלט וועלן זיי מעגן באמבאדירן די פלעצער וואו די טעראריסטן האלטן זייערע באמבעס.

ישראל קאפקע » זונטאג יולי 27, 2014 2:48 am

· #213865
יאיר
ישראל, דאס מעסטן אומגעקומענע קעגן אומגעקומענע לייגט נישט זאכן אין פערספעקטיוו. לויט דעם מהלך קענסטו אויס'חשבונ'ען אז ביי די מלחמה האבן די דייטשן געליטן איבער א מיליאן ציווילע טויטע קעגן בלויז עטליכע טויזנט ציווילע אמעריקאנער.

😂 😂 😂
איך וואלט נישט אנגערייצט כאמאס פאר דריי וואכן, בשעתן זוכן די בחורים וואס מיין פאליציי און שפיאנאזש געמיינדע ווייסן קלאר אז זיי זענען טויט זייט די ערשטע מינוט,

ישראל קאפקע » זונטאג יולי 27, 2014 2:58 am

· #213866
[ציטאט אראפגענומען]

האסט אפילו געזען די גרויסע פייערונגען אין עזה, די מאמעס טאנצן אינדרויסן פון די שפיטעלער, די טאטעס שיכורן און הוליען אויף די בתי מתים, די געשוויסטער טאנצן א קעדאטשקע אויפן קבר, בלא, בלא, בלא,...........
איך קען נישט מיט מיין שטייטע קיבאורד ענטפערן פינף מענטשן וואס יעדער פרעגט פינף שאלות,
(ספעציעל די וואס קענען נעבעך נישט פארשטיין קיין ענטפערס און מיינען אז יעדע שורה וואס איך שרייב דארף מען דערטרונקן אין זעקס פיס ציוניסטישע פראפאגאנדע)

diff » זונטאג יולי 27, 2014 8:38 am

· #213871
Why aren't they happy to go to paradise.

פארוואס? » זונטאג יולי 27, 2014 11:06 am

· #213879
איך מיין אז די גרעסטע טעות וואס רוב עולם דא, און אין אנדערע פלעצער מאכן, איז אז מ׳פארגעסט דער כלל הידוע:
Two wrongs doesn't make one right. 
לענייננו, כולי עלמא מודי אז כאמאס איז א נידערטרעכטיגע טעראר-ארגעניזאציע, וואס אלע מיטלען ווערן ביי זיי פארהייליגט כדי צו דערגרייכן זייער ציהל. 
אסאך וועלן מסכים זיין אז די יו-ען איז אנטי-ישראל גענויגט, מיטן זיין פארנומען צו סאך צו פארדאמען מדינת ישראל. 
אבער מיט דעם אלעם, מיין איך נאך אלס אז מ׳קען זאגן קריטיק אויף די רעכטע לאגער פון די איזרעאליס, וואו מ׳קען טרעפן אסאך ראסיזם. 
די מהלך המחשבה אז יעדער פאלאסטינער (אדער מוסלעמעינער) איז א פאטענציאלער מערדער, איז נישט קיין סאך אנדערש ווי אז יעדער איזרעאלי איז א פאטענציאלער צה״ל-סאלדאט. 
אויב גייען מיר משפט׳ן די פאלאסטינער ווייל זיי פרייען זיך מיט אידישע קרבנות, וועלן מיטגיין אויפן באשולדינגס באנק די אלע וואס פרייען זיך מיט פאלעסטינע קרבנות. 
ס׳איז אינטרעסאנט צו זעהן אז אסאך חרדים רעדן זייער ראסיסטיש בנוגע דעם קאנפליקט. אבער ס׳איז מיר נישט אזא חידוש, וויבאלד אונזער חינוך-סיסטעם געבט נישט אריין עפעס ווייט דערפון.
נקוט האי כללא בידך: ווען איינער פאנגט אן צו רעדן וועגן די איזרעאל-פאלעסטין קאנפליקט, און ער נוצט דעם טערם ״אראבער״ אנשטאט ״פאלעסטינער״ אינעם גוטן פאל, אדער ״כאמאס״ אינעם ערגערן פאל. דאן זאלסטו שטארק נאכגיין זיינע ווערטער אויב ער פארשטייט צו די רעכטן פון אנדערע באפעלקערונגען אויסער די אידישע. 
ובנוגע לדברי פותח האשכול:
מ׳מוז נישט זיין היטלער אויף צו באגיין מלחמה-קריימס. ס׳מוז נישט זיין אז די פאלעסטינער זענען אזוי ווי די צווייטע-וועלט מלחמה קרבנות, און ס׳מוז נישט זיין אז איזרעאל איז אזוי ווי נאצי-דייטשלאנד, און ס׳קען נאכאלס זיין אז איזרעאל באגייט מלחמה-קריימס. 

מאטי » זונטאג יולי 27, 2014 11:41 am

· #213883
ישראל קאפקע
יאיר
ישראל קאפקע
יאיר
ישראל, דאס מעסטן אומגעקומענע קעגן אומגעקומענע לייגט נישט זאכן אין פערספעקטיוו. לויט דעם מהלך קענסטו אויס'חשבונ'ען אז ביי די מלחמה האבן די דייטשן געליטן איבער א מיליאן ציווילע טויטע קעגן בלויז עטליכע טויזנט ציווילע אמעריקאנער.

די וועלט מעג האבן טענות איבער 750 ציווילע טויטע, ופשוט.

אויב עזה איז דער רודף און ישראל איז דער נרדף, און ישראל טוט אלעס וואס זיי קענען צו פארמיידן ציווילע טויטע, פארוואס מעג די וועלט האבן טענות?
(איך זאג נישט אז דאס איז דוקא די מציאות, נאר אז סתם ארויסשיסן טענות אויף אומגעקומענע ציווילע אן נעמען אלע חשבונות אין באטראכט איז אויבערפלעכליך און קינדעריש).

אויב רוסישע אטאקירן אוקראינע און ברענגן אום פינף ציווילע און פינף זעלנער מעג אוקראינע אומברענגען ביז פינף טויזנט ציווילע רוסן?
אויב סוני לעבאנעזער הרגנען דריי סורישע אלאוויטן מעג אסאד צעשטערן פיר סוני פאלעסטינער שטעטלעך מיט בין דריי טויזנט טויטע?
אויב קורדישע רעבלן באמבאדירן טערקיי אומברענגענדיג אכצן ציווילע און ניין סאלדאטן קען יעצט טערקיי שחטן ביז 27000 קורדן?
צי צפון קאערעא/דרום קאערעא, איראן/פאקיסטאנער מיליטאנטן, עגיפטן/עזה, עגיפטן/ליבישע טעראריסטן, וכו' וכו' (אלע ביישפילן זענען אקטועלע סצענעס)
נע... איך גלייב נישט אזוי 😲
ופשוט.

די נקודה איז, די ציווילע זענען קאלעטארעל דעמעזדש און נישט קיין ציל פאר זיך. דו מאכסט עפעס אויסקוקן ווי בלויז 750 איז א פראבלעם און 45 וואלט געווען בסדר, וויבאלד די ישראלי'שע זייט האלט אויך ביי דעם צאל. דאס איז זייער אומאראליש געטראכט, צו הרג'נען נוסח "אויג פאר א אויג" אלס נקמה. מ'טאר קיין איין ציווילער נישט הרג'נען צוליב נומערן. אבער אויב האלט מען זיך צו די אנגענומענע רולס אף אינגעדשמענטס דאן זענען נומערן בלויז אן עמאציענל באשולדיגונג.

ס'האט נאך נישט פאסירט אין די היסטאריע פון מלחמות א מלחמה אנע ציווילע טויטע. אודאי איז די ראטע אמאל מער אמאל ווייניגער. און יא ס'ציפט צו הערן אז ציווילע ווערן גע'הרג'ט, אבער ווי יאיר האט געפרעגט, וואס דען דארף א מדינה טון אויב נישט צו באשיצן אירע בירגער ?
אויב האסטו באווייזן אז מדינת ישראל באגייט מלחמה פארברעכן, און ציווילע שטארבן אלס רעזולטאט, אדרבה ברענגט זיי אהער און מיר וועלן האבן א געזונטע דיבאטע.

berlbalaguleh » זונטאג יולי 27, 2014 1:12 pm

· #213903
ישראל קאפקע
[ציטאט אראפגענומען]

האסט אפילו געזען די גרויסע פייערונגען אין עזה, די מאמעס טאנצן אינדרויסן פון די שפיטעלער, די טאטעס שיכורן און הוליען אויף די בתי מתים, די געשוויסטער טאנצן א קעדאטשקע אויפן קבר, בלא, בלא, בלא,...........
איך קען נישט מיט מיין שטייטע קיבאורד ענטפערן פינף מענטשן וואס יעדער פרעגט פינף שאלות,
(ספעציעל די וואס קענען נעבעך נישט פארשטיין קיין ענטפערס און מיינען אז יעדע שורה וואס איך שרייב דארף מען דערטרונקן אין זעקס פיס ציוניסטישע פראפאגאנדע)

ר' ישראל קאפקע: ס'איז א גוטע מליצה. אבער דאך... וואס 'עסטו ענטפערן אויף דעים פאקט אז די פארשאלטענע "ציווילע" אראבערס און אראבערקעס ימ"ש מיט זיערע שרצים האבן געטאנצן און געזינגען אין די גאסן, הערנדיג די בשורה אז די דריי בחורים זענען אומגעקומען דורך זייערע ברידער???!!!...עה..ס'איז געוועין א "הכנסת ס"ת!!!... 😕 😎 😂 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮

יאיר » זונטאג יולי 27, 2014 1:33 pm

· #213911
[ציטאט אראפגענומען]

גראדע האב איך אויך געהערט פון א געוויסער חשוב'ער איד וואס כל ימיו האט ער געזאגט מתי יבא לידי ואקיימנה, צו גע'הרג'עט ווערן על קידוש ה'.

שמעקעדיג » זונטאג יולי 27, 2014 1:53 pm

· #213915
יאיר דאונט טעל מי אז דו מיינסט דעם תנא ר' עקיבא....

berlbalaguleh » זונטאג יולי 27, 2014 1:59 pm

· #213917
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: ייש"כ. אדער ווי מ'זאגט דא ביי אינז. "שפתיים קישאק". דו האסט געלייגט דיין פינגער אויפ'ן פינטל. ויסכר פי דוברי שקר. נאר וואס ווילסטו? אז איינער איז גע-פראגראמ'ד צו טראכטן א געוויסן וועיג, קענסטו איהם נישט ארויפלייגן אן אנדער'ן מח...די אראבער'ס ימ"ש פונקט אזוי ווי די נאציס, ימ"ש זעהן נישט קיין ציונים אדער קנאים. זיי זעהן אידן... זיי זאגן נישט "איטבאח על ציוני.." זיי זאגן איטבאח על יאהוד"...ימח שמם וזכרם. זיי און זייערע שטיצער. חוץ די אומשולדיגע נארישע בריד'ערס אינזערע. אחינו התועים. זיי טאפן נעבעך אין די פינצטערניש. איך ווייס נישט וואס ס'עט זיי אויפוועקן, א ראקעט, א באמבע, אדער א שטעקן איבער'ן קאפ, ח"ו... שיער פארגעסן. זיי פארהערן קיינעם נישט דעם ויואל משה אדער על הגאולה ועל התמורה פאר זיי פיהרן אדורך זייערע הריגות ורציחות... זיי צילן פונקט אזוי אויפ'ן ירושלימ'ער קנאי, ווי אויפ'ן גרעסטן ציוני... 😕 😎 🙄 😈 😈 😛 😳 😢 😞 😉 😮

פארוואס? » זונטאג יולי 27, 2014 2:51 pm

· #213931
@berlbalaguleh
דו מאכסט נאכאנאנד דעם זעלבן טעות, דו מיינסט אז מ׳דארף זיין א עקסטרעמער קנאי, צו פארשטיין צו מענטשליכע רעכטן. 
לאמיר דיר עפעס זאגן, איך בין קעגן די נטורי-קרתא פונקט ווי דיר, איך האלט נישט אז ווען איינער טראכט אנדערש ווי מיר, אדער שטאמט פון אן אנדערע שבט פון מיר, האט נישט קיין רעכט צו לעבן. 
לענייננו, דער נארמאלער ציוני, אדער איזרעאלי פארשטייט אויך (האפנטליך) אז נישט יעדער אראבער אדער פאלעסטינער איז א טעראריסט, אדער אפילו א פאטענציאלער טעראריסט. 
אין פאקט, איז דא אין מדינת ישראל א גרויסע אראבישע פאפולאציע וואס זענען אנטי-טעראר פונקט ווי יעדע נארמאלער מענטש. 
איך בין מסכים אז מ׳מוז זיך באשיצן, איך בין מסכים אז מ׳מעג מאכן טעותים אין מלחמה, אבער כ׳בין נישט מסכים אז מ׳מעג זיך פרייען מיט די טעותים. 
אין מיינע אויגן איז די איינציגסטע אונטערשייד צווישן די כהניסטן (אדער די היינטיגע להב״ה ארגעניזאציע) און די כאמאס, אז די ערשטע וואוינען אונטער א נארמאלע דעמאקרעטישע מדינה וואס לאזט זיי נישט אויספיהרן זייערע מחשבות, משא״כ די כאמאס. 

יאיר » זונטאג יולי 27, 2014 3:26 pm

· #213937
שמעקעדיג
יאיר דאונט טעל מי אז דו מיינסט דעם תנא ר' עקיבא....

יא יא, איך מיין טאקע אים. דאס זאג איך קעגן אלע וואס מאכן חוזק פון די 72 בתולות וואס ווארטן אפ די מוסלעמענער אין גן עדן און דערפאר איז זייער לעבן מכלומר'שט נישט ווערד קיין צענט.

פארוואס? » זונטאג יולי 27, 2014 3:28 pm

· #213939
[ציטאט אראפגענומען]

וואס רעדסטו נארישקייטן? דער ראש הישיבה האט דאך שוין לאנג אפ גע׳פסק׳נט ווי דער מ״ד אין משיח לישראל. 

diff » זונטאג יולי 27, 2014 3:33 pm

· #213942
why dont you catch by word the one who said that nasa will never reach the moon

"אמר לו ר' יוחנן בן תורתא: עקיבא, יעלו עשבים בלחייך, ועדיין בן דוד לא יבוא" (תענית, פ"ד ה"ה).

איחוד פעלד » זונטאג יולי 27, 2014 3:58 pm

· #213953
יאיר
שמעקעדיג
יאיר דאונט טעל מי אז דו מיינסט דעם תנא ר' עקיבא....

יא יא, איך מיין טאקע אים. דאס זאג איך קעגן אלע וואס מאכן חוזק פון די 72 בתולות וואס ווארטן אפ די מוסלעמענער אין גן עדן און דערפאר איז זייער לעבן מכלומר'שט נישט ווערד קיין צענט.



נו איז דאך שוין באקאנט דער פשט אז ר' עקיבא האט געוואלט לעבען מיט קידוש השם נישט שטארבען, אגאנץ לעבען האט ער זיך מקבל געוועהן אז טאמער וועט מען אים צווינגען וועט ער זיך לאזען, ועכשיו שבא לידי לא אקיימנה?

אבער חס ושלום צו זאגען אז ער איז געוועהן דזשיהאדיסט..

איחוד פעלד » זונטאג יולי 27, 2014 5:24 pm

· #213965
אפשר ביסטו גערעכט, אבער קען אויך זיין אז זיי זענען פשוט גרעסערע מאמינים ווי די, און פארדעם זענען זיי זיך גרייט מוסר נפש זיין פאר דער ענדגילטיגע מטרה פין אומברענגען אלע אידען רח"ל.

אויף אויסצוהרג'נן די שבע אומות צו עמלק וואלסטו יא זיך מוסר נפש געוועהן?

ישראל קאפקע » זונטאג יולי 27, 2014 6:51 pm

· #213976
קלילא,
דו מישט אויס סוני אין שיאיטן גלויבונגען, שיאיטן גלייבן אין דעם צוועלפטן אימאם, סוניס נישט,
דו קוקט אויס צו זיין א ריזיגע ידען, (אמער דו קענסט אויסנווייניג יעדע שטות וואס שאולזאהן האט און גייט חלומען),
איך האב קיימא נישט געהערט אז די שיאיטן גלייבן אז זייער שמייליגער, די צוועלפטן אימאם קען נישט קומען ווילאנג איין איד לעבט נאך, איך האב קיינמאל נישט געהערט פון דעם 'חומרא',
ווייטער זאגסטו אז די דריי מיליארד (3 ביליאן) אראבער זענען זיך אלע גרייט אויפצורייסן אבי צו הרגנען איין איד, קודם כל זאלט איר מיר אנטשולדיגן, אויפן גאנצן כדור הארץ געפונען זיך נישט מער מוסלעמענער ווי האלב פון דיין ציפער, אראבער בסך הכל א צענטל פון דיין ציפער,
אבער אפילו מיט דריי הונדערט מיליאן אראבער וואס יעדער איז גרייט זיך אויפצורייסן וכלשונך 'יעדע אראבער איז א שאהיד', וואלט יעדן טאג געדארפט זיין ווייניגסטנס צען טויזנט זעלבסט-מארד אויפרייסן, אפשר באריכטעט טאקע שאולזאהן אזוי, מיין אנטי ציוניסטישע צייטונג איגנארירט אפשר די אלע באריכטן? ווער ווייסט?

יעצט דו טענהסט אז פאלעסטינער שנאה האט נישט דווקא צו טון מיט מדינת ישראל, פשוט יעדער מוסלעמענער איז מחיוב צו הרגנען יעדע איד, טרעף מיר ביטע אזעלכע פאסירונגען הונדערט יאר צוריק, אדער צוויי זעקס אדער דרייצן הונדערט יאר צוריק, נישט א געוויסע סולטאן אדער עפעס א קאליף, וואס איז געווען א שונא ישראל,(אוודאי זענען געווען אנטיסעמיטישע אראבער און מוסלעמענער, דו טענהסט אבער עס איז א בלענק מצוה מן הקוראן,) נו פארוואס איז די מצוה איגנארירט געווארן אלע יארן,
און געדענק הונדערט יאר צוריק איז נישט געווען דיין מעכטיגע לאנד און דיין הייליגע צה"ל, צו באשיצן די אידן, לויט דיין דעמאגאגיע וואלט נישט קיין אידישע נפש געקענט וואוינען ממאראקא ועד אינדיאנעזיע, מאראביע ועד טערקיי, כולל אלדזשיריע טוניזיע ליביע עגיפטן סוריע לבנון פאלעסטינע איראק איראן וכו' וכו', פאר די לעצטע אנדערהאלבן טויזנט יאר!

מאטי » זונטאג יולי 27, 2014 7:05 pm

· #213979
קאפקע, דו האסט דיר אנגעטראפן דיין עקסטרעמן בן גיל פונעם אנדערן זייט ספעקטרום, און דאס געט דיר א לייסענס צו איגנארירן די הארבע פראגעס וואס די מעסיגע שטעלן דיר ארויס...

ישראל קאפקע » זונטאג יולי 27, 2014 7:09 pm

· #213981
מאטי
קאפקע, דו האסט דיר אנגעטראפן דיין עקסטרעמן בן גיל פונעם אנדערן זייט ספעקטרום, און דאס געט דיר א לייסענס צו איגנארירן די הארבע פראגעס וואס די מעסיגע שטעלן דיר ארויס...


סאיז מערסטנס קלילא וואס שרייבט,
און עטליכע וואס זענען עטוואס אומאיינשטומיג מיט אים פרובירן ער זאל בארואיגן זיין לשון,אביסל.
אדרבה, וואס/וועמען זאל איך ענטפערן?

מאטי » זונטאג יולי 27, 2014 7:15 pm

· #213983
קוק דורך דעם אשכול, און אויב דו טרעפסט גארנישט ביסטו פטור בבחינות ''מיר האבן זיך קיינמאל געטראפן."

diff » זונטאג יולי 27, 2014 8:02 pm

· #213993
You said the Arabs are not happy to be killed
I asked Why aren't they happy to go to paradise. seems that it was a very good question because I get no answer

ישראל קאפקע » זונטאג יולי 27, 2014 8:18 pm

· #213994
diff
You said the Arabs are not happy to be killed
I asked Why aren't they happy to go to paradise. seems that it was a very good question because I get no answer

פארוואס זאלן זיי יא זיין?
קודם דארפסטו קלאר מאכן דיין שאלה.

ישראל קאפקע » זונטאג יולי 27, 2014 8:33 pm

· #213997
מאטי
ישראל קאפקע
יאיר
אויב עזה איז דער רודף און ישראל איז דער נרדף, און ישראל טוט אלעס וואס זיי קענען צו פארמיידן ציווילע טויטע, פארוואס מעג די וועלט האבן טענות?
(איך זאג נישט אז דאס איז דוקא די מציאות, נאר אז סתם ארויסשיסן טענות אויף אומגעקומענע ציווילע אן נעמען אלע חשבונות אין באטראכט איז אויבערפלעכליך און קינדעריש).

אויב רוסישע אטאקירן אוקראינע און ברענגן אום פינף ציווילע און פינף זעלנער מעג אוקראינע אומברענגען ביז פינף טויזנט ציווילע רוסן?
אויב סוני לעבאנעזער הרגנען דריי סורישע אלאוויטן מעג אסאד צעשטערן פיר סוני פאלעסטינער שטעטלעך מיט בין דריי טויזנט טויטע?
אויב קורדישע רעבלן באמבאדירן טערקיי אומברענגענדיג אכצן ציווילע און ניין סאלדאטן קען יעצט טערקיי שחטן ביז 27000 קורדן?
צי צפון קאערעא/דרום קאערעא, איראן/פאקיסטאנער מיליטאנטן, עגיפטן/עזה, עגיפטן/ליבישע טעראריסטן, וכו' וכו' (אלע ביישפילן זענען אקטועלע סצענעס)
נע... איך גלייב נישט אזוי 😲
ופשוט.

די נקודה איז, די ציווילע זענען קאלעטארעל דעמעזדש און נישט קיין ציל פאר זיך. דו מאכסט עפעס אויסקוקן ווי בלויז 750 איז א פראבלעם און 45 וואלט געווען בסדר, וויבאלד די ישראלי'שע זייט האלט אויך ביי דעם צאל. דאס איז זייער אומאראליש געטראכט, צו הרג'נען נוסח "אויג פאר א אויג" אלס נקמה. מ'טאר קיין איין ציווילער נישט הרג'נען צוליב נומערן. אבער אויב האלט מען זיך צו די אנגענומענע רולס אף אינגעדשמענטס דאן זענען נומערן בלויז אן עמאציענל באשולדיגונג.

ס'האט נאך נישט פאסירט אין די היסטאריע פון מלחמות א מלחמה אנע ציווילע טויטע. אודאי איז די ראטע אמאל מער אמאל ווייניגער. און יא ס'ציפט צו הערן אז ציווילע ווערן גע'הרג'ט, אבער ווי יאיר האט געפרעגט, וואס דען דארף א מדינה טון אויב נישט צו באשיצן אירע בירגער ?
אויב האסטו באווייזן אז מדינת ישראל באגייט מלחמה פארברעכן, און ציווילע שטארבן אלס רעזולטאט, אדרבה ברענגט זיי אהער און מיר וועלן האבן א געזונטע דיבאטע.


די גאנצע וועלט פארשטייט אז ביי א מלחמה איז דא ציווילע טויטע, אבער סאיז דא א חילוק צווישן 45 צ.ט. און 800 צ.ט., אויב סאיז דא 150~200 טעראריסטן טויט, און 50~200 ציווילע קען עס די וועלט פארשטיין, 150~200 ט.ט. און 750~800 צ.ט. איז נישט אננעמבאר,
אויב דו מאכסט נישט קיין חילוק ציווישן עטליכע צ.ט. און 75%+ צ.ט., איז דא צווי מעגליכקייטן לויט דיר,
1)יעדע מלחמה דארף אפשטעלן גלייך ווען סאיז דא איין צ.ט.
2)אויב סאיז געווען א ריכטיגע סיבה אריינצוגיין אין די מלחמה קען זיין צען טויזנט צ.ט. און עס איז נישט קיין שום פראבלעם.
אגב, די פראצענטן וואס איך רעד דא איז נישט וויפיל איזראעליס זענען ליידער אומגעקומען, סאיז ציווילע פאלעסטינער קעגן כאמאס מיליטאנטן,

מאטי » זונטאג יולי 27, 2014 8:52 pm

· #214003
דו זאגסט "ס'איז דא א חילוק" וואס איז דער חילוק חוץ די נומערן? אויב איז איינס מותר פארוואס ווערט צוויי אסור? מאי חזי דדמי דהאי סומקא? איך ווייס נישט וואס ס'מיינט "די גאנצע וועלט פארשטייט" די גאנצע (אידישע) וועלט פארשטייט אז די סאטמערע שיטה איז מאדנע, מאכט דאס עפעס א רושם אויף דיר?
און נומער צוויי איז "ווייטיקליך" אבער אמת. און אזוי האט זיך געענדיגט די צווייטע וועלט מלחמה.

ישראל קאפקע » זונטאג יולי 27, 2014 9:01 pm

· #214007
מאטי
דו זאגסט "ס'איז דא א חילוק" וואס איז דער חילוק חוץ די נומערן? אויב איז איינס מותר פארוואס ווערט צוויי אסור? מאי חזי דדמי דהאי סומקא? איך וואס נישט וואס ס'מיינט "די גאנצע וועלט פארשטייט"
די גאנצע(אידישע) וועלט פארשטייט אז די סאטמערע שיטה איז מאדנע, מאכט דאס עפעס א רושם אויף דיר?

העכער א געוויסע פראצענט צ.ט. ווייזט אז די אטאקירנדע ארמיי גיט נישט גענוג אכטונג אויף ציווילע לעבנס,
כהאף אז דו קענסט עס פארשטיין, איך ווייס נישט וואס נאך דיר צו זאגן.

ישמעאל הכהן » זונטאג יולי 27, 2014 9:10 pm

· #214008
ישראל קאפקע
מאטי
דו זאגסט "ס'איז דא א חילוק" וואס איז דער חילוק חוץ די נומערן? אויב איז איינס מותר פארוואס ווערט צוויי אסור? מאי חזי דדמי דהאי סומקא? איך וואס נישט וואס ס'מיינט "די גאנצע וועלט פארשטייט"
די גאנצע(אידישע) וועלט פארשטייט אז די סאטמערע שיטה איז מאדנע, מאכט דאס עפעס א רושם אויף דיר?

העכער א געוויסע פראצענט צ.ט. ווייזט אז די אטאקירנדע ארמיי גיט נישט גענוג אכטונג אויף ציווילע לעבנס,
כהאף אז דו קענסט עס פארשטיין, איך ווייס נישט וואס נאך דיר צו זאגן.

די ''געוויסע פראצענט'' חשבונות איז אלעס פיין ווען די רעדע איז פון צוויי ציוויליזירטע לענדער וואס האלטן מלחמות צווישן זיך מיט די געהעריגע רולס וויאזוי א מלחמה ווערט געפירט. אבער ווען די רעדע איז פון א לאנד קעגן א טעראר באנדע וואס האלט מלחמה מיט א מיסיל אין איין האנט און א קליין קינד אין די צווייטע האנט, פאלן אוועק אלע חשבונות. ופשוט

ישראל קאפקע » זונטאג יולי 27, 2014 9:11 pm

· #214009
מאטי
איך ווייס נישט וואס ס'מיינט "די גאנצע וועלט פארשטייט"

פשוט,
מען באהאנדלט יעצט פארוואס די וועלט דרוקט מ.י. זאל אויפהערן די אפענסיווע,
פארוואס די וועלט שטערט אז 75% טויטע זענען ציווילע,
אויף דעם איז די ענטפער אז די ''וועלט פארשטייט'',
,I think it's exceedingly simple
כנלע''ד

מאטי » זונטאג יולי 27, 2014 9:11 pm

· #214010
אקעי.. האלט מיר ערגעץ מיט דיר! ביסט בעצם מודה אז ס'איז דא א מציאות אז אפילו א סך ציווילע ווערן גע'הרג'ט איז דאס נישט א זיכערע התרשלות פונעם אטאקירער, נאר ס'ווייזט.... אזא יש מקום לחשוש. און אויב נאך אן אויספארשונג ווערט מען געוואויר אז פארשידענע אנדערע אומשטענדן האבן גורם געווען צו די הויכע ציווילע פארלוסטן, און נישט א לייכטזיניגקייט מצד דעם אטאקירער, ביסטו מסכים אראפצולייגן דיין געווער ?

מאטי » זונטאג יולי 27, 2014 9:18 pm

· #214013
ישראל קאפקע
מאטי
איך ווייס נישט וואס ס'מיינט "די גאנצע וועלט פארשטייט"

פשוט,
מען באהאנדלט יעצט פארוואס די וועלט דרוקט מ.י. זאל אויפהערן די אפענסיווע,
פארוואס די וועלט שטערט אז 75% טויטע זענען ציווילע,
אויף דעם איז די ענטפער אז די ''וועלט פארשטייט'',
,I think it's exceedingly simple
כנלע''ד

האסט גארנישט געענטפערט, בלויז געדאבל טאלקט

ישראל קאפקע » זונטאג יולי 27, 2014 9:19 pm

· #214014
מאטי
אקעי.. האלט מיר ערגעץ מיט דיר! ביסט בעצם מודה אז ס'איז דא א מציאות אז אפילו א סך ציווילע ווערן גע'הרג'ט איז דאס נישט א זיכערע התרשלות פונעם אטאקירער, נאר ס'ווייזט.... אזא יש מקום לחשוש. און אויב נאך אן אויספארשונג ווערט מען געוואויר אז פארשידענע אנדערע אומשטענדן האבן גורם געווען צו די הויכע ציווילע פארלוסטן, און נישט א לייכטזיניגקייט מצד דעם אטאקירער, ביסטו מסכים אראפצולייגן דיין געווער ?

וואו זעסטו אז איך האב געטוישט מיין מיינונג?
כהאב בסך הכל מסביר געווען פארוואס איך האב גענוצט דעם טערמין 'די וועלט פארשטייט'

מאטי » זונטאג יולי 27, 2014 9:29 pm

· #214022
ישראל קאפקע
מאטי
דו זאגסט "ס'איז דא א חילוק" וואס איז דער חילוק חוץ די נומערן? אויב איז איינס מותר פארוואס ווערט צוויי אסור? מאי חזי דדמי דהאי סומקא? איך וואס נישט וואס ס'מיינט "די גאנצע וועלט פארשטייט"
די גאנצע(אידישע) וועלט פארשטייט אז די סאטמערע שיטה איז מאדנע, מאכט דאס עפעס א רושם אויף דיר?

העכער א געוויסע פראצענט צ.ט. ווייזט אז די אטאקירנדע ארמיי גיט נישט גענוג אכטונג אויף ציווילע לעבנס,
כהאף אז דו קענסט עס פארשטיין, איך ווייס נישט וואס נאך דיר צו זאגן.

אויף דעם האב איך געשריבן וואס כ'האב געשריבן, און איך ווארט אויף א יא אדער א ניין. אדער א הסבר פארוואס ס'איז נישט קיין יא אדער ניין פראגע
בלאט: 1 2