☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » וואס האט אשר מיט זעליג

וואס האט אשר מיט זעליג

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #686

הרב_שלום » דינסטאג מאי 22, 2012 9:31 pm

· #14321
וואס האט אשר מיט זעליג
ווי באקאנט זענען דא זייער אסאך נעמען וואס ביי די תורה רופט מען זיי איין וועג און די גאס אנדרעש ווי צום ביישפיל צבי רופט מען הירש אדער זאב וואלף
מיין שאלה איז פארוואס איינער וואס הייסט אשר זענען דא געוויסע וואס רופען זעליג אדער
מנחם - מענדל
ישכר - בער
יחיא'ל - מיכל
קלונימס - קלמן
יקתואל - זלמן
נתן - נטע

געפילטע פיש » דינסטאג מאי 22, 2012 11:13 pm

· #14353
אחת מהנה מצאתי, בער האט גארנישט מיט ישכר, נאר ישכר גייט אסאך מאל מיט דוב, ממילא גייט עס ישכר דוב-בער.

געפילטע פיש » דינסטאג מאי 22, 2012 11:24 pm

· #14359
אפשר שפראך און גראמאטיק?

יידל » מיטוואך מאי 23, 2012 12:14 am

· #14381
אז מ'רעדט שוין - וואו קומט טעכנעלאגיע? קונסט אדער וויסנשאפט?

דבילה » מיטוואך מאי 23, 2012 12:22 am

· #14382
[ציטאט אראפגענומען]


די שטודיע פון שפראך לויפט דאך אטאמאטיש אריין אין די עטיאלגיע פון די ווארט. איז אפשר די גאנצע נושא פון שפראך און גראמאטיק נאר א תת-נושא פון היסטאריע?

איך אויך » מיטוואך מאי 23, 2012 6:11 am

· #14399
דער תירוץ איז פשוט, אמאליגע צייטן האט מען מקפיד געווען צו האבען א שם הקודש וואס מען האט געניצט נאר פאר צרכי קודש ווי א עליה לתורה וכדומה און פאר אלע גשמיות'דיגע זאכען האט מען גענוצט דעם שם החול, ביי די יעקעס איז מען נאך שטארק מקפיד דערויף און דערפאר ביינוצען זיי זיך פאר די טאג טעגליכע לעבן מיט ניקנעימס ווי שולי ,אדי, מישו, ברודי וכו.

די אלע נעמען וואס דו האסט אויסגערעכענט איז דער ערשטער די שם הקודש און צווייטער דעם שם החול.

שמואל הלוי » מיטוואך מאי 23, 2012 8:02 am

· #14403
[ציטאט אראפגענומען]

אדער וויסנשאפט, ווייל ס'איז אינטערסאנטע ידיעות.

געפילטע פיש » דאנערשטאג מאי 24, 2012 12:18 am

· #14685
איך אויך
דער תירוץ איז פשוט, אמאליגע צייטן האט מען מקפיד געווען צו האבען א שם הקודש וואס מען האט געניצט נאר פאר צרכי קודש ווי א עליה לתורה וכדומה און פאר אלע גשמיות'דיגע זאכען האט מען גענוצט דעם שם החול, ביי די יעקעס איז מען נאך שטארק מקפיד דערויף און דערפאר ביינוצען זיי זיך פאר די טאג טעגליכע לעבן מיט ניקנעימס ווי שולי ,אדי, מישו, ברודי וכו.

אזוי? ב'האב געמיינט אז ס'פאר באקוועמליכקייט, אריינצופיטען אין די ביזנעס וועלט. ביי אונז חסידים טרעפט מען דאס כמעט נישט אז מ'זאל מקפיד זיין אויף דעם, אריין אין אכשר דרא אשכול.

איך אויך » דאנערשטאג מאי 24, 2012 12:25 am

· #14686
אויב נאר פאר ביזנעס איז דען שולי עפעס שענער ווי סעמיועל מישו ווי משה צו ברודי ווי איזראעל?

הרב_שלום » דאנערשטאג מאי 24, 2012 3:24 pm

· #14787
מיין שאלה איז פארוואס איינער וואס הייסט יקתואל רופט מען זלמן פארוואס נישט פאר אלישע זאל מען רופען זלמן
ארי לייב פארשטיי איך ווייל דאס איז די אפטייטש פון ארי

געפילטע פיש » פרייטאג מאי 25, 2012 1:40 am

· #14874
הרב_שלום
מיין שאלה איז פארוואס איינער וואס הייסט יקתואל רופט מען זלמן פארוואס נישט פאר אלישע זאל מען רופען זלמן
ארי לייב פארשטיי איך ווייל דאס איז די אפטייטש פון ארי

אינטערעסאנט, פון א קורצע גוגלעריי איז משמע אז די מקור פונם נאמען זלמן איז גאר שלמה, וואס אין גויאיש ווערט עס פראנאונסד סאלאמאן, און דאס איז געוואן זלמן, מ'זעט טאקע אז שלמה זלמן דייט אויך צוזאמען אסאך מאל.
דא שרייבט איינער אז ס'קומט גאר פון צלמון, איינער פון דוד המלך'ס בעלי מלחמה.

איך אויך » פרייטאג מאי 25, 2012 5:50 am

· #14879
יענער דארט ווייסט נישט פון זיין לעבן צו זאגען, ווי האט דער בית ישראל געזאגט "שלאפט ווייניגער וועט איר חלעמ'ן ווייניגער".

הערשי » דינסטאג מערץ 19, 2013 2:35 pm

· #98492
[ציטאט אראפגענומען]


ס'נישט ממש ריכטיג אז מען "גיבט צו". די שם החול איז געווען עיקר. מען האט מתקן געווען משום אכשר דרא אלע בני ישראל זאלן האבן א שם קודש אויך. מען האט געזוכט צו פאסן א שם קודש לחול, און אז מ'האט נישט געטראפן, האט מען געשאפן איינס יש מאין. למשל מיין נאמען, הערש (הירץ), איז נספח געווארן צו צבי. צבי, ווי אנדערע שמות חיות, איז נישט דערמאנט אין די מקורות אלס שמות בני אדם.
די נעמען וועלכער הרב שלום דערמאנט זענען שמות גוים ביסודם. נישט אלס ווייס איך, אבער מען קען לערנען כלל מפרט, בער-בלום, מיכל-די ווערנאקיולאר מיכאל, קלמן-קולמאן (שוין גג-על-גג, ווייל קלונימוס גופא איז לאטייניש), זלמן-שלמה כנ"ל.
אגב, נחום, ווי ארויסגעזאגט ביי אונז מיט א פתח, איז א שם כינוי למנחם, ע"ד מנחם נחום מטשערנאביל. נישט צו פארמישן מיט נחום בקמץ כנביא דתרי עשר.

הערשי » דינסטאג מערץ 19, 2013 2:40 pm

· #98497
והעיקר שכחתי, וואס האט אשר מיט זעליג?
זעליג, אדער זעליגמאן, באדייט אין דיישט געבענטש. באשרי כי אשורני. איי וואס איז מיט ברוך? תיקו.

הערשי » דינסטאג מערץ 19, 2013 3:53 pm

· #98521

אנטשולדיגטס מיר, אפשר קענסטו ברענגען א מקור אז דער שם חול איז געווען דער עיקר?

איך קען נישט אויף די מינוט טרעפן דער מקור איבער די תקנה צו געבן אויך א שם קודש. אבער אזוי האב איך געזען ערגעצוואו. דאס איז אבער ברור אז אשכנזים פלעגן האבן באזונדער א שם קודש און א שם חול, און שם חול מיינט דוקא נישט א ביזנעס נאמען, נאר א אידישע נאמען גערופן אין אלע אומשטענדן אחוץ לעליה לתורה. די שם קודש איז געגעבן געווארן ביים ברית , און שם חול ביים חולקרייש. ווען ס'פארגעסן געווארן די מנהג חולקרייש, איז אויך מטושטוש געווארן די הבדל בין קודש לחול. פרויען וועלכע האבן נישט קיין ברית, זענען פיל טאקע געבליבן אן קיין שם קודש. זע דא און דא.

קלונימוס איז גריכיש, נישט לאטייניש.

ריכטיג. דא

דער ערשטע מאל איך הער דעם צוזאמשטעל ברוך זעליג.

איך האב נישט געמאכט קיין צאמשטעל, נאר באמערקט, אז היות זעליג טייטש געבענטשט, א שטייגער ווי "מיין זעליגער פאטער" אלס איבערטייטש פון ז"ל, וואלט לכאורה ברוך געווען מער פאסיג ווי אשר. אבער אז מען הייסט אשר, איז גם ברוך יהיה.

הערשי » דינסטאג מערץ 19, 2013 3:57 pm

· #98523
הערשי

זעליג טייטש געבענטשט, א שטייגער ווי "מיין זעליגער פאטער" אלס איבערטייטש פון ז"ל.

אפשר פלעגט מען זאגן "מיין ז"ל'יגער פאטער", און דערפון איז געווארן "זעליגער"? סתם conjecture.

מאראנצןזאפט » דינסטאג מערץ 19, 2013 5:04 pm

· #98558
אגב האב איך געליינט אין משולחן מלכים אז דער חתם סופר פלעגט רופן זיין זון הכתב סופר שמואל וואלף, ווייל וואלף איז א כינוי צו בנימין ע"ש הכתוב בנימין זאב יטרף.
חברה, גלייבטס מיר כ'האב נישט מיט די גאנצע זאך, אבער ליינטס דעם משולחן מלכים, דער מענטש איז מארוואלעס, ער ווייסט א געוואלד, זיינע ידיעות זענען אנבעליוועבל.
ווען מהר"א האט ווען דא א ניק (אונטער א פאלשע נאמען פארשטייט זיך) וואלט ער געהאט מער לייקס פון שמעקעדיג אין נא טיים.
(ווער רעדט נאך אין מאחורי וואלט ער ממש באלאכטן דער וועלט...)
אפשר וויל איינער עפענען א משולחן מלכים מדי שבוע בשבוע אשכול, און אהערברענגען אינטערעסאנטע נאטיצן, איך זאג אייך דער עולם וועט זיך באלעקן.

איחוד פעלד » דינסטאג מערץ 19, 2013 9:53 pm

· #98727
הערשי

ס'נישט ממש ריכטיג אז מען "גיבט צו". די שם החול איז געווען עיקר. מען האט מתקן געווען משום אכשר דרא אלע בני ישראל זאלן האבן א שם קודש אויך. מען האט געזוכט צו פאסן א שם קודש לחול, און אז מ'האט נישט געטראפן, האט מען געשאפן איינס יש מאין. למשל מיין נאמען, הערש (הירץ), איז נספח געווארן צו צבי. צבי, ווי אנדערע שמות חיות, איז נישט דערמאנט אין די מקורות אלס שמות בני אדם.


אפס, ס'איז יא ריכטיג, ס'איז א דאקומענטירטע זאך אין היסטאריע, אז מען האט געהאט צוויי נעמען, א שם קודש און א שם חול, חוץ וואס רח"ו שרייבט אזוי אין ספר הגלגולים, מיט דער גאנצער אריכות אז דער שם "החול" דער שם טומאה איז דער נאמען וואס מען פארגעסט ביים שטארבען, איז עס מבואר איז היסטאריע שרייבערס, אז מען פלעגט מאכען א סעודה (עפעס אזוי) דער טאג וואס מען האט געגעבען דער שם החול. אין אשכנז.

יאיר » דינסטאג מערץ 19, 2013 11:40 pm

· #98757
הערשי
איך האב נישט געמאכט קיין צאמשטעל, נאר באמערקט, אז היות זעליג טייטש געבענטשט, א שטייגער ווי "מיין זעליגער פאטער" אלס איבערטייטש פון ז"ל, וואלט לכאורה ברוך געווען מער פאסיג ווי אשר. אבער אז מען הייסט אשר, איז גם ברוך יהיה.

ברוך גייט צוזאמען מיט בענדיט, אזוי ווי בענעדיקטוס וואס מיינט געבענטשטער אויף לאטייניש.

יידל » זונטאג מערץ 31, 2013 2:59 pm

· #100676
איחוד פעלד
הערשי

ס'נישט ממש ריכטיג אז מען "גיבט צו". די שם החול איז געווען עיקר. מען האט מתקן געווען משום אכשר דרא אלע בני ישראל זאלן האבן א שם קודש אויך. מען האט געזוכט צו פאסן א שם קודש לחול, און אז מ'האט נישט געטראפן, האט מען געשאפן איינס יש מאין. למשל מיין נאמען, הערש (הירץ), איז נספח געווארן צו צבי. צבי, ווי אנדערע שמות חיות, איז נישט דערמאנט אין די מקורות אלס שמות בני אדם.


אפס, ס'איז יא ריכטיג, ס'איז א דאקומענטירטע זאך אין היסטאריע, אז מען האט געהאט צוויי נעמען, א שם קודש און א שם חול, חוץ וואס רח"ו שרייבט אזוי אין ספר הגלגולים, מיט דער גאנצער אריכות אז דער שם "החול" דער שם טומאה איז דער נאמען וואס מען פארגעסט ביים שטארבען, איז עס מבואר איז היסטאריע שרייבערס, אז מען פלעגט מאכען א סעודה (עפעס אזוי) דער טאג וואס מען האט געגעבען דער שם החול. אין אשכנז.

נו, דאס איז דאך לויט טייל חוקרים די חולקרייש/הולקרייש וואס הערשי האט דערמאנט.

ברעט מענינג » זונטאג מערץ 31, 2013 3:03 pm

· #100678
יצחק-אייזיק

יידל » זונטאג מערץ 31, 2013 3:48 pm

· #100698
אייזיק איז דאך נישט מער ווי דער ענגלישער/לאטיינישער(?) ווארט פאר יצחק.