☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קאושער2גאו - נייע כשר'ע געשעפט אויפ'ן ניו דשערזי 17

קאושער2גאו - נייע כשר'ע געשעפט אויפ'ן ניו דשערזי 17

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6851

שעפטל » דאנערשטאג יולי 24, 2014 3:12 pm

· #213534
קאושער2גאו - נייע כשר'ע געשעפט אויפ'ן ניו דשערזי 17
עס האט זיך געעפענט א נייע כשר'ע געשעפט אויפן ניו ג'ערזי דעם זיבעצענטן, די געשעפט געפינט זיך אין די לעצטע עקסאן געז סטאנציע פאר'ן טראוועי. ער רופט זיך קאושער 2 גאו

ווי איך הער פירט דאס אן איינער ראזענפעלד פון טינעק ניו דזשערזי, און די געשעפט איז אינטער די השגחה פון הרב זושא יוסף בלעך פון מאנסי. אלע מילכיגע פראדוקטן זענען חלב ישראל און אלע געבעקסן פת ישראל.
📎 Kosher2Go 1.jpg
📎 Kosher2Go 2.jpg
📎 Kosher2Go 3.jpg

פליקער » דאנערשטאג יולי 24, 2014 3:20 pm

· #213537
וועלכע וועיג, איז עס אויפן וועיג צי קאנטרי אדער קיין ברוקלין
ווי איך קלער איז עס צי קאנטרי, על כן איז מיר שווער ווער ברויך מילכיג אויפן וועיג אהיים, מען ברויך מער פליישיגע עסעכץ, ווי א מעכטיגן טשולענט

שעפטל » דאנערשטאג יולי 24, 2014 3:22 pm

· #213539
ווען מ'שרייבט אויפן 17 ממש פארן טראוועי, מיינט דאס געווענדליך אויפן וועג צו קרית יואל/מאונטענס... וכך הוה...

בן קיש » דאנערשטאג יולי 24, 2014 3:23 pm

· #213541
א גוטער איינפאל. אחוץ וואס אין די זימער מאנאטן איז די רוט פארפלייצט מיט אידן, איז אויך פארהאן טויזענטער אידן וואס שפרייזן אדורך דעם רוט טעיגליך דורכאויס דעם ווינטער.
איך וואונטש אים אסאך הצלחה!

אפטעמיסט » דאנערשטאג יולי 24, 2014 3:25 pm

· #213543
כ'האף ער וועט האבן ספייסי טונא

MickyMouse » פרייטאג יולי 25, 2014 8:06 pm

· #213812
עםםם, עס איז געווען. שוין פארשפארט צוויי וואכן.

סמיילי » פרייטאג אוגוסט 1, 2014 1:44 pm

· #215023
די געשעפט איז נאך אלץ אפען אדער שוין פארשפארט?

קרעמער1 » פרייטאג אוגוסט 1, 2014 3:28 pm

· #215043
MickyMouse
עםםם, עס איז געווען. שוין פארשפארט צוויי וואכן.

האט ער אין פלאן צוריק צו עפענען?