☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » עלבונה של תורה ביי כינוס כלל ישראל

עלבונה של תורה ביי כינוס כלל ישראל

45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #685

דולה ומשקה » דינסטאג מאי 22, 2012 8:21 pm

· #14288
עלבונה של תורה ביי כינוס כלל ישראל
דא וויל ארויף ברענגען א נושא, א וויכטיגע נקודה, וואס מוז אויס געשמועסט ווערען, און ווערען ארויס געזאגט, בנוגע מבזה זיין תלמידי חכמים אויפן גרעסטע פארנעם, באופן גלוי פאר די אויגען פון פערציג טויזענט אידען חסידישע ליטווישע גלייך, אבער אלס א חסיד וועל איך זיך שטעלן טאקע צו דער זייט.

דוגמת מעשה "מענגעלע" ווערט געטוהן דורך יונגע בעל בתישע מענטשען, אין מאכען "סעלעקציעס", זיי שטעלן אויס ווי אדמורי"ם ורבנים, אין פון די סאמע חשוב'סטע רבנים זאלען זיך זעצען ביי דעם כינוס.

ווער האט אפגעמאכט וועלכע רב זאל זיצען ווי?
וואס פאר א מהלך האבען זיי גענוצט בנוגע די פלעצער ווי די רבנים זאלען זיצען?

איך וועל גיין מער בפרטיות:

ווייסט איינער ווי הגאון האדיר מגדולי הפוסקים בעירנו בארא פארק רבי יחיאל מכל שטיינמעץ שליט"א איז געזעצן? האט איינער אריין געטראכט פארוואס מ'זעהט איהם נישט אויף קיין שום בילד?
פארוואס דארף דער פאלטיטשאנער רבי (49 סט.) זיצען אויף גאר א שיינע ארט, ווען אין די זעלבע צייט האט מען פארשטעקט כ"ק אדמו"ר רבי שמעלקא לייפער מחוסט שליט"א אין אויף די בליטשערס, איך ווייס נישט אויב ס'נאך דא איין רבי און ראש ישיבה וואס איז געזעצן אויף די ריכטיגע אויבן-אן וואס האט אזוי פיל געטוהן פאר צובראכענע בחורים. קומט איהם נישט אזא חשובע פלאץ ווי דער אייזענשטאטער רב?
דער ספינקא רבי (18 ענוו) האט באקומען א שיינע אויבן-אן בענקל, איהם אינאיינעם מיטם סקווירא פון בארא פארק, ווען בשעת מעשה זעצט מען הרה"ג ר' זלמן לייב פיליפ און ר' חיים דוד כ"ץ ערגעץ ווי פארשטעקט ציווישען יונגע לייטליך.
פארוואס דארף בני האדמו"ר רבי דוד טווערסקי מסקווירא ה"ה ר' אהרן מענדל אין ר' יצחק זיצען אויף די ריכטיגע אויבן-אן ווען בשעת מעשה זעצט מען דער לימינוב רבי וואס רבים נהנו ממנו עצה ותושיה, ואתו עמו דער דעעש רבי, יאקע רב, בעלעד, קאזלאוו, הורדונקא, הגאון רבי בן ציון שטראססער דומ"ץ נייטרא, הגה"צ מטאשנאד שליט"א, די זעצט מען כאחד הריקים אויף די בליטשערס ציווישען יונגעלייט אין נאך אזעלעכע מי יודע מי המה, ווען בשעת מעשה זעצט מען זמיגראד רבי און רבי שלמה לייפער מנדבורא אויף גאר שיינע פלעצער.

ווער איז דער וואס נעמנט דעם גראבע פינגער אין ווייזט רעכטס אדער לינקס?
האט מען דען נישט געקענט אויסציען דעם טיש נאך אביסל אדער עכ"פ זאלען זיך די גבאים גיין זעצן אויף יענע בליטשערס
אין זאלען די רבנים זיצען עכ"פ דארט, ווער וויל מיר איינרעדען אז דער דינוב רבי דארף צוויי גבאים מיט גוטע פלעצער דורך די גאנצע צייט וואס ער איז געוועהן צו גענאגלט צו זיין זיץ. כאילו זיין פרעזענטליכקייט והדרת פניו מאכט טאקע דער גרויסע תיקון הכללי פון דער היינטיגע נאכט.

בקומט דען נישט ר' בן ציון שטראססער דומ"ץ נייטרא, ר' מיכל שטיינמיץ דומ"ץ סקווירא, ר' חיים דוד כ"ץ דומ"ץ סאטמאר, באקומען זיי דען נישט אזוי פיל שאלות ווי ר' אברהם יהושע העשיל ביק אבד"ק מעזיבוז?

ווי אזוי אין מיט וואס פאר א פרעכקייט חוצפה און עזות, וואס פאר א וואגשאל האבן די אזוי גערופענע עסקנים גענוצט צו מעסטן ווער רעכטס ווער לינקס, ווער איז גרויס ווער איז קליין, צו זמיגראד רבי צו סקאליע רבי איז א גרעסערע בעל מופת ווי דער זידיטשוב באר שבע רבי אדער ווינא רבי מפלעטבוש.

ווען עפעס א בור ריק מיט קנייטש הוט וואס רח"ל פארמאגט דעם טיטול 'ראש ישיבה' זיצט זיך רואיג ווי יעדער קען איהם זעהן אבער דעם באבוב ראש ישיבה הג"ר ברוך אברהם הורוויץ האט מען אריין געשטיפט ערגעץ ווי דארט, פארוואס? ווייל דער טענקא רב לאמיר זיך נישט נער'ן ער שטייט סאך העכער ווי רבי מיכל שטיימיץ האט געדארפט באקומען דעם זיץ.

הייסען הייסט עס אז אלעס איז געווארען געטוהן דורך גדולי ומאורי הדור שליט"א, וועם זיי מיינען מיט דעם ווייס איך נישט, אבער דער כינוס איז דאך מכלומפערשט געוועהן תחת נשיאות פון סקולענ'ער רבי מיטן משגיח ר' מתתיהו סאלאמאן, ס'גלייבט מיר שווער דאס אז זיי האבען אויס געשטעלט די זיצען.

דער תוצאה דערפון איז דער גרויסע דורכפאל אינעם פראגראם פון דעם כינוס, ווייל אנשטאט די "גרויסע, געטרייע" עסקנים זאלען זיך האבען פארלייגט טאקע אויס צו שטעלן א מהלך מיט נארמאלע בעלי דרשים, אזוי ווי דער עולם האט געוואלט, האבען די עסקנים געוועהן פארנומען מיט דעם רבי און רבי, כאילו מיט זייער וועזנהייט ווען קומען די הצלה לדורות.

דאס איז א מחאה אויף דער גרעסטע בזיון התורה ולומדי' באמת וואס מ'האט נאר אמאהל געזעהן, ווען סאמוט אויף דער קאלור און הענט, מיט נאך אזעלעכע שטותים שטייט אסאך אסאך העכער. אוי לאותו בושה או לאותה כלימה, געהעריג ליצנות געמאכט פאר אסאך אסאך גאר חשוב'ער רבנים.

דאס קען מען נישט און דאס טאר מען נישט פארשווייגען!

אלבערט » דינסטאג מאי 22, 2012 8:27 pm

· #14296
דאס מאכן לצנות פון פערציג טויזנט אידן איז א גרעסערע פרעכהייט!

עס איז געווען עטליכע וואכן רעקלאמעס אז די גבאים פון די רבנים וראשי ישיבות זאלן אריינרופן זיך מעלדן פאר א זיץ, פילייכט איז דאס געווען דער אורטייל פון די רבנים וואס האבן געצעגערט צו ארויסווייזן זייער שטיצע פארן מעמד און ווען זיי האבן זיך שוין אויסגעקראצט און באשלאסן צו קומען זענען שוין די סאמע זיצן געווען ארויסגעגעבן.

און צווישן מיר און דיר, די מוצי"ם ורבנים וועלכע האבן געהאט א טייל אין פארדרייען און פארפאטשעקענען די אינהאלט פון די אסיפה קומט זיך בכלל נישט קיין בעסערע זיץ.

John Doe » דינסטאג מאי 22, 2012 9:20 pm

· #14318
אז מ׳קוקט מיט א פאזיטיווע בליק איז עס גאר געוועהן א טובה פאר די רבנים, אזוי האבן זיי געקענט רוהיג עסן פרעצלס. חוץ מזה, אונז אידן מאמינים בני מאמינים גלייבן דאך אז א בלעטל פאלט נישט אראפ פון בוים אהנע דעם וואס מ׳רופט אזוי אויס פון הימל. ממילא דארפן מיר מקבל זיין באהבה אפילו אזעליכע שווערע דינים. מ׳קען נישט וויסן וויפיל יאר גיהינום זיי זענען אפגעקומען פון אזעליכע בושות.

עסן עסט'זיך » דינסטאג מאי 22, 2012 11:05 pm

· #14350
דו גרעסטע חיצפה איז אז דער גריביווער רבי, אן עלטערער ביזנעסמאן פון בארא פארק' א געוואלדיגער איש פשוט וועלכער וואלט ווען געמעגט ארויסעעלפן ארי פרענקל טיילן די פרעצלס האט געהאט די שענסטע פלאץ נאך וויזניץ-פשווארסק-סקווער. ער איז געזיצן נאך רז"ל מסטמאר און נאך אים איז געזצן ר' יעקב יוסף אדמור מבית חיייים יושע. די חיצפה איז אז ער באלאננננגט נישט אדארטן נאר זייין זון איז געווען פון די עסקנום אט ער אים דארטןן געשטעלט אןן סתם חויזק געמאכט פון ציבור

ציוני » דינסטאג מאי 22, 2012 11:25 pm

· #14360
איך פארשטיי נישט די אלארעם.
מיין חבר איז געזעצן אין אפיס, און יעדע פאר מינוט איז געקומען א אנדערע פאדערונג, דער כ"ק אדמו"ר קומט נאר אויב קען ער זיצן נעבן דעם כ"ק אדמו"ר
וכו', איז די וואס האבן זיך געפייט, (איך וויל נישט שרייבן קיין נעמען אבער פון די סאמע גרעסטע, דער לימוד זכות וועט זיין אז די גבאים אין שטוב מענשטן וכו') האבן באקומען,
און די אנדערע האט מען געדראפט ערגעץ אויף די בענקלעך.

געפילטע פיש » דינסטאג מאי 22, 2012 11:31 pm

· #14364
ציוני האט אפשר א פוינט, די וואס זענען געזעצן אויף די בליטשערס זענען די וואס האבען עס געמיינט כאטש האלב ערענסט, און די וואס האבן באשיינט דעם אויבן אן זענען אדער די רשכבהגי"ב וואס קומען נאטורליך דארט, אדער די וואס האבן פארדרייט א קאפ און געסטראשעט אז זיי מוזן האבן קאלטע סעלטזער.

אבי גערעדט » דינסטאג מאי 22, 2012 11:42 pm

· #14369
מ'האט שוין געהערט קלאנגען די גאנצע צייט בעפאר די כינוס, אז עס ארבעטן דא מערערע טיעמס פון עסקנים אין מאכערס, אין פארשטייט זיך סתם אנדערייערס, וואס יעדער האט זיך זיינע גאולס אין ציהלן, אין פריוואטע נגיעות, אבער קיינער ארבעט נישט מיט מיטן צווייטן, ס'האט זיך באמת נישט געלאזט גלייבן אז ביי אזא קריטישע אסיפה איז אזויפיל שטותים פאליטיק, אין אינטערעסן אינוואלווד, אבער ליידער האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס איז נאך געווען פיל ערגער ווי מ'האט זיך אפילו געקענט פארשטעלן, והיינו טעמא דליצנותא דרבנים ואדמורי"ם א.א.וו

הדד בן בדד » מיטוואך מאי 23, 2012 12:40 am

· #14386
און איך וויל צולייגן - און דאס איז נישט נאר ליצנות, נאר פשוט פערדעריי און אומדאנקבארקייט - אז אזעלכע אידן ווי הגאון הגדול הרב פאדווא אב"ד לאנדאן און הגאון הגדול ר' אהרן שיף אב"ד אנטווערפען, זענען געקומען ספעציעל צו פארן צו דעם מעמד, און מען האט זיי נישט געזעצט געהעריג, נישט מכבד געווען, נישט באדאנקט, און אפילו נישט אויסגערופן אז זיי זענען דא. כ'מיין, וואס איז געווען דער ציהל פון זיי אהערברענגען אויב נישט אויף צו מאכן א ווינט. נו מאך דעם ווינט און לאז דעם עולם וויסן אז זיי זענען דא. אפילו דאס האט מען נישט געטאן.

סתם נארישע אומבאלומפערטע שלימזלנים.

געפילטע פיש » מיטוואך מאי 23, 2012 12:46 am

· #14388
וואס איז די גרויסע חידוש דא? ווער מיינסטו די עסקנים זענען? מ'רעדט סך הכל פון אומבאלומפערטע ארבייטסלאזע באנק קוועטשערס, וואס האסטו עקספעקטעד?

דולה ומשקה » מיטוואך מאי 23, 2012 1:31 pm

· #14462
אלבערט
דאס מאכן לצנות פון פערציג טויזנט אידן איז א גרעסערע פרעכהייט!

עס איז געווען עטליכע וואכן רעקלאמעס אז די גבאים פון די רבנים וראשי ישיבות זאלן אריינרופן זיך מעלדן פאר א זיץ, פילייכט איז דאס געווען דער אורטייל פון די רבנים וואס האבן געצעגערט צו ארויסווייזן זייער שטיצע פארן מעמד און ווען זיי האבן זיך שוין אויסגעקראצט און באשלאסן צו קומען זענען שוין די סאמע זיצן געווען ארויסגעגעבן.

און צווישן מיר און דיר, די מוצי"ם ורבנים וועלכע האבן געהאט א טייל אין פארדרייען און פארפאטשעקענען די אינהאלט פון די אסיפה קומט זיך בכלל נישט קיין בעסערע זיץ.


די ביסט נישט אינגאנצען גערעכט וויל הג"ר שלום פסח לאנגזאם דומ"ץ בעלזא האט זיך צוגעשטעלט פון דער ערשטע מינוט, אזוי אויך דער פאפא דיין.

לאז ארויס דער חלק הפאליטיק, איך בעט דיך, ס'דא גענונג אנגפאטשקעטע אשכולות. ס'נאך מער איבריג אדורך צו גיין בפרטיות די נעמען פין רבנים ואדמורי"ם, וואס קומען צו גיין, שטעלן זיך אהער, ווען זיי קומען אן מאכט מען פון זיי דאס גנאי.

אויב די דארפסט טאקע נישט די "קליינע" רבנים, אדער ווי די רופסט זיי מוצי"ם, דעמאלס רוף זיי נישט. אבער טאמער די רופסט זיי יא ברויכסטו אלס א ריכטיגע עסקן וסדר זיך צו צושטעלן צו זיי פונקט ווי צו אנדערע אן קיין זיינטיגע חשבונות ופניות.

זיי האבען דאס נישט געטוהן, זיי האבען געמאכט "סעלעקיציעס", אפגעשאצט דער דא דער דארט.

דולה ומשקה » מיטוואך מאי 23, 2012 2:27 pm

· #14473
[ציטאט אראפגענומען]


דער אריין גאנג טויער צום חלקת הרבנים איז געוועהן ביים BALLPEN.
דער רב וואס האט געהאט VIP1 איז געווארען צוגעפירט צום ריכטיגע אויבן-אן, דארט אויף דער טיש פאר יעדער זיץ איז געוועהן א נומבער, יעדער רב רבי ראש ישיבה האט זיך געזעצט ביי זיין פרעזנטליכע נומבער. סדרנים האבן שטארק אכטונג געגעבן דערויף, אז קיינער זאל זיך נישט זעצן ביים נישט ריכטיגע נומבער. אדמורי"ם ורבנים האבן געדארפט אדורך שפאצירן דעם גאנצע לענג פון דער אויבן-אן אנצוקומען צו זייער אנגעצייכענטע זיץ.

לאידך דער רב וואס האט אינהאלטן א VIP2 טיקעט, האט דאס צוגעפירט צו די בליטשערס וואס זענען געוועהן אינטערן ריכטיגע אויבן-אן.

קיינער האט זיך נישט אוועק געזעצט ווי אימער, יעדער רב איז צו געגאנגען צו זיין פון פאראויס באשטימטע זיץ, וואס איז פונקטליך געוועהן געדריקט אויף זיין טיקעט וועלעכע רייע און וועלעכע זיץ. דאס איז געטוהן געווארען דורך מחוצפים און יונגע עזות פעינימער, אויב ביסטו אומפארענד און נישט עקספעריענס צו ארגאנאזירען די חלקת הרבנים נעם דיר דאס נישט אינטער.

די סאמע גרעסטע דיינים האבען בעל כרחם ולא לפי כבודם זיך געדארפט זעצן אויף די בליטשערס ווען כלי ריקים זיצען ווי שיינע אידען כאילו אויף זייער פלייצעס שטייט דער עולם החרדית.

דאס איז שוין איינמאהל מעשה "סעלעקיצע" דער אהער דער אהין. אפאר קאפ שטיק האבן דאס אויס געשטעלט, סדרנים האבען געהאט אין זייער הענט ליסטעס מיט נעמען פון די רבנים איז זייער זיצען, מאכען זיכער אז קיין איינער האט נישט זיך בטעות נישט געזעצט אויף זיין ריכטיגע זיץ.

ווער איז געוועהן ממונה דערויף און דאס אויסשטעלן די ליסטעס?
ס'שוין לאחר המעשה, אבער דער בזיון התורה איז געוועהן שרעקליך גרויס. יא ביים גרעסטן מעמד האט מען געוויסען אז די "תורה" איז גארנישט ווערט, ווייל אויב יא וואלט מען דאך זיי געצט לפי מקומם הראוי. די עסקנים וואלט געמעקט גיין בעטן מחילה.

זר זהב » מיטוואך מאי 23, 2012 4:35 pm

· #14504
ס'געווען שמועות פון בעפאר אז געוויסע רבנים האבן דייקא גענומען א זיץ צווישן זייערע חסידים.

עסן עסט'זיך » מיטוואך מאי 23, 2012 4:38 pm

· #14506
ווער סהאט אריינגעשטעלט א לויער אין די אפיס פון איחיד האט באקומען א גיטע זיץ- גריביבער יוכיח.
אדער נאך בעסער ווי אלויער, וועמענס ברודער-שוואגער-קאמפיטישאן סאיז נישט געקומען האט דער קאמפיטישאן וואס איז גקימן באקומען א גיטס. דיניבער יוכיח
די איבריגע איז מסתם געווען שלימזל אדער מזל אדער קאמפפלצירטע פאליטישע חשבונות

זר זהב » מיטוואך מאי 23, 2012 4:39 pm

· #14507
וואס איך וויל וויסן איז וואו איז געווען דער בכבודיגסטער זיץ ? איז דאס געווען דארט וואו דע עמוד מיטן רעדנער זענען געווען ? אויב אזוי פארוואס איז יענער זיץ געגאנגען פאר'ן דינוב'ער , פארוואס נישט פארן פעשווארסקער , מהרז"ל, הרב פאדווא, ראחמעסטריווקא אר"י ? אפשר ווייל דער דינובער האט גאר א שיינער שיל געבויעט ?

דעמאקראטיע » מיטוואך מאי 23, 2012 5:12 pm

· #14551
די אויבן אן (נישט די בליטשערס) איז געווען זייער גוט אויסגעשטעלט
עס איז געווען 6 באזונדערע אויבן אן'ס
ביי יעדע אויבן איז געזעצן אינמיטן די גרויסע אין פון ביידע זייטן האבן זיך געצויגן די קליינע אזוי ווי א געווענליכע אויבן אן ביי א דינער
1) די לינקע אויבן אן אונטן איז געווען די סענטער מהרז''ל פשעווארסק וויזיניץ
2)העכער דעם איז געווען די סענטער ראחמסטריווקא
3) די אינמיטן אויבן אן איז געווען דער שטענדער ממילא איז דאך עס שוין דער סענטער האט שוין נישט אויסגעפעלט קיין גרויסע אדמו''ר וואס זאל מאכן חשוב צו זיצן דארט אין פארדעם האט מען געשטעלט דעם דינובער אין בכלל די גאנצע שטענדער אויבן אן זענען געזעצן נאר קליינער רעבעס
4)העכער דעם איז געווען שוסטאל. אלשין. סאלאמאן.
5)די רעכטע זייט אונטן איז געווען קאטלער סקווירא וויען
6) העכער דעם איז געעווען סקולען. מהרמ''ד.
ס'דערקענט זיך אז מען האט אריינגעלייגט קאפ אין מוח
עס איז זייער שווער אז ווען אזויפיל גרויסע רבנים קומען אויף איינמאל וואס א זעלטענהייט אז יעדער רבי זאל זיין צופרידן

זר זהב » מיטוואך מאי 23, 2012 5:18 pm

· #14559
אבער אז דו נעמסט אין באטראכט אז כמעט יעדער אינעם סטאדעיום האט נאר מיטגעהאלטן דורכן גרויסן סקרין און דער סקרין האט מער ווייניגער געפאקוסט אויפן שטענדער מיטן רעדנער האט מען א גאנצן צייט געזען דעם דינובער אדער וואכטפויגל. און דאס איז קרעזי!!

יואליש » מיטוואך מאי 23, 2012 5:20 pm

· #14563
טאקע א געפערליכע עוולה. און הגם כ'בין זיכער אז קיין איינע פון די רבנים מאכען נישט קיין וועזן דערפון, ניטאמאל כאפן זיי, דאך פאדערט דאס דברי מחאה. כ'וועל פערזענליך איבערגעבן פאר הרה"צ ר' חיים דוד כ"ץ שליט"א מיין אנטריסטונג און אנטוישונג.

זר זהב » מיטוואך מאי 23, 2012 5:22 pm

· #14564
איך קער נישט פאר די רבנים , כ'קער פאר מיר. איך האב געוואלט מיטהאלטן וויאזוי די גרויסע ריעקטען צו די רעדנערס און בכלל צום גאנצן מצב.

א באנדע בהמות

לעמיל » מיטוואך מאי 23, 2012 5:23 pm

· #14566
קען מיך איינער מסביר זיין וועם האט די דינוב רבי שלעכט געטין?????? וואס באדערט עינק אזוי שטארק אז ער האט געהאט אזא גיטע פלאץ????? סך הכל איז ער א ערליכע איד מיט זכות אבות קיינעם נאך נישט וויי געטין אין זיים לעבען אין פארטיג פארגינטס אים אביסעל

זר זהב » מיטוואך מאי 23, 2012 5:25 pm

· #14568
ער האט מיך שלעכט געטון אז א גאנצן כינוס האב איך געמוזט זעהן נאר אים!!

יואליש » מיטוואך מאי 23, 2012 5:25 pm

· #14569
זר זהב
אבער אז דו נעמסט אין באטראכט אז כמעט יעדער אינעם סטאדעיום האט נאר מיטגעהאלטן דורכן גרויסן סקרין און דער סקרין האט מער ווייניגער געפאקוסט אויפן שטענדער מיטן רעדנער האט מען א גאנצן צייט געזען דעם דינובער אדער וואכטפויגל. און דאס איז קרעזי!!


געשמועסט האט מען אז די פאדיום גייט זיין אויף די גראז און זיך פאוואליע ארומדרייען די פעלד טאקע כדי קיין שום פונקט זאל נישט זיין "די" אויבנאן. אבער דען עיגעין, ס'האט געהייסן אז די עף. עי. עי. גייט פארקירעווען די לופט טראפיק.

ווער ס'געדענקט, די אסיפה פאר רבנים וועלכע האט געדינט אלס א גרינדשטיין פאר די כינוס, דארט האט מען דירעקט נישט געמאכט אן אויבנאן, ווארום קיינער איז נישט דא פאר פערזענליכע אינטערעסע, בלויז פאר די זאך, אויפצוטוהן. די רבנים זענען דא פארן כינוס, נישט די כינוס פאר די רבנים.

פארט, מיר אידן וועלכע זענען עפר תחת רגלם, און קלאמערן זיך צו די אלע רבנים ווי צו די אילנא דחיי, זענען גאר שטארק אויפגעברויזט אז רבנים האבן געברויכט שפירן געוויסע אומבאקוועמליכקייטן וואס אן עמך איד גייט דורך טאג טעגליך.

לעמיל » מיטוואך מאי 23, 2012 5:29 pm

· #14573
זר זהב
ער האט מיך שלעכט געטון אז א גאנצן כינוס האב איך געמוזט זעהן נאר אים!!

ער איז אזוי שלעכט אז די רעיגסט דיך אזוי?????

זר זהב » מיטוואך מאי 23, 2012 5:31 pm

· #14575
יא! איך בין נישט געקומען איהם צו זען! איך קען גיין צו איהם אין שול פאר א מנחה מעריב אויב וויל איך אים זען, אבער א טיקעט צו אנטווערפען אדער אר"י קען איך מיר נישט ערלויבן. שטייסט ??

יואליש » מיטוואך מאי 23, 2012 5:32 pm

· #14576
זר זהב
איך קער נישט פאר די רבנים , כ'קער פאר מיר. איך האב געוואלט מיטהאלטן וויאזוי די גרויסע ריעקטען צו די רעדנערס און בכלל צום גאנצן מצב.

א באנדע בהמות


טאקע אן "עלבונה של תורה"...

זר זהב » מיטוואך מאי 23, 2012 5:34 pm

· #14577
וואס מיינסטע ?

דולה ומשקה » דאנערשטאג מאי 24, 2012 1:08 am

· #14687
זר זהב
ס'געווען שמועות פון בעפאר אז געוויסע רבנים האבן דייקא גענומען א זיץ צווישן זייערע חסידים.


דער איינציגסטער וואס האט דאס געטוהן איז געוועהן רבי אברהם שור, כ'מיין מ'קען איהם גיבן קרעדיט דערפאר, ווייל ער האט געוויזן אז דא קומט מען נישט פאר קיין כבוד, כבוד לייגט מען יעצט אין א זייט, יעצט קומט מען לתועלת הענין בנוגע תיקון האינטערנעט.

אבער דאס איז געוועהן זיין פריוואטע באשלוס, למעשה איז יא געוועהן א אויבן-אן, קען מען נישט אין מטאר נישט עקספעקטן די רבנים אליינס צו מאכען דעם פאון-קאל צו זאגען זעץ מיך דא אדער דארט, לעבען דעם אין יענעם. די עסקנים וואלטן געדארפט רופען די רבנים, און פרעגן אויב זיי זענען זיך משתתף, אין אויף דעם בויען זייער רשימה, מיש צוזאם די גרויסע מיט די קליינע רבנים, אזוי ווי מ'האט געטוהן אין נוי דזשערזי, ושלום על ישראל.

הדד בן בדד » דאנערשטאג מאי 24, 2012 1:19 am

· #14689
דולה ומשקה
זר זהב
ס'געווען שמועות פון בעפאר אז געוויסע רבנים האבן דייקא גענומען א זיץ צווישן זייערע חסידים.


דער איינציגסטער וואס האט דאס געטוהן איז געוועהן רבי אברהם שור, כ'מיין מ'קען איהם גיבן קרעדיט דערפאר, ווייל ער האט געוויזן אז דא קומט מען נישט פאר קיין כבוד, כבוד לייגט מען יעצט אין א זייט, יעצט קומט מען לתועלת הענין בנוגע תיקון האינטערנעט.

אבער דאס איז געוועהן זיין פריוואטע באשלוס, למעשה איז יא געוועהן א אויבן-אן, קען מען נישט אין מטאר נישט עקספעקטן די רבנים אליינס צו מאכען דעם פאון-קאל צו זאגען זעץ מיך דא אדער דארט, לעבען דעם אין יענעם. די עסקנים וואלטן געדארפט רופען די רבנים, און פרעגן אויב זיי זענען זיך משתתף, אין אויף דעם בויען זייער רשימה, מיש צוזאם די גרויסע מיט די קליינע רבנים, אזוי ווי מ'האט געטוהן אין נוי דזשערזי, ושלום על ישראל.


גראדע האב איך דאס געהערט אויף הרב אייזנבערג פון בארא פארק.

און קיינער האט זיך נאך נישט באצויגן צו דעם פערדעריי וואס איך האב געשריבן פון ברענגען שטאטס רבנים פון ארבע כנפות הארץ און ניטאמאל דערמאנען אז זיי זענען געקומען. זיי האבן שוין פאר דעם געקענט בלייבן אינדערהיים.

דעמאקראטיע » דאנערשטאג מאי 24, 2012 9:49 am

· #14713
מען האט זיי יא באגריסט אנפאנג

משה רוקח » דאנערשטאג מאי 24, 2012 11:34 am

· #14742
זר זהב
יא! איך בין נישט געקומען איהם צו זען! איך קען גיין צו איהם אין שול פאר א מנחה מעריב אויב וויל איך אים זען, אבער א טיקעט צו אנטווערפען אדער אר"י קען איך מיר נישט ערלויבן. שטייסט ??


פארוואס ביסטו געקומען דעמאלס?
אויב צו זעהן אלע רבנים, קענסטו דאך קויפן דעם עולם החרדי אדער די וואך.
נאר מוז זיין אז ביסט געקומען כדי צו הערן די דרשות, סאו וואס איז א חילוק וועמען האסט געזעהן נעבן דעם רעדנער בשעת די דרשות?

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 24, 2012 4:19 pm

· #14800
יואליש
פארט, מיר אידן וועלכע זענען עפר תחת רגלם, און קלאמערן זיך צו די אלע רבנים ווי צו די אילנא דחיי, זענען גאר שטארק אויפגעברויזט אז רבנים האבן געברויכט שפירן געוויסע אומבאקוועמליכקייטן וואס אן עמך איד גייט דורך טאג טעגליך.


האב איך געלאכט, יואליש...



אונטערשטע שורה - א כינוס כלל ישראל צו יעדנס צופרידנהייט קען נישט - און וועט נישט - פאסירן ביז משיח'ס טאג, בקרוב בימינו.

וויאזוי מען זאל נאר נישט טון וועלן אנדערע נישט זיין צופרידן. מען קען נישט צופרידן שטעלן יעדן איינעם.

נאר א זייטיגע פראבלעם איז געווען, פארוואס די ווידיא האט נישט מער געפאוקעסט אויפן גאנצן אויבן-אן און די בליטשערס אויכעט, פארוואס האט מען נאר געזעהן דעם רעדנער וכל קרוביו עמו, און בלויז עטליכע סעקונדען נאך עטליכע רבנים, און דאס איבריגע איז געווען א חוכא וטלולא, בילדער פונעם ציבור, פשוט'ע עמך אידן, ווי יואליש רופט זיי אן, אין גאר גרויס און פון דער נאנט... די ווידיאו כאפן האט געזאלט זיין מער ארגאניזירט, און ווייזן דעם גאנצן אויבן אן יעדע פאר מינוט, דאס וואס אינטערעסירט פאר רוב מענטשן.

האמיר נאך א סיבה צו ווארטן אויף משיח'ן.

gehlungen » דאנערשטאג מאי 24, 2012 4:43 pm

· #14807
שמעקעדיג
יואליש
פארט, מיר אידן וועלכע זענען עפר תחת רגלם, און קלאמערן זיך צו די אלע רבנים ווי צו די אילנא דחיי, זענען גאר שטארק אויפגעברויזט אז רבנים האבן געברויכט שפירן געוויסע אומבאקוועמליכקייטן וואס אן עמך איד גייט דורך טאג טעגליך.


האב איך געלאכט, יואליש...



אונטערשטע שורה - א כינוס כלל ישראל צו יעדנס צופרידנהייט קען נישט - און וועט נישט - פאסירן ביז משיח'ס טאג, בקרוב בימינו.

וויאזוי מען זאל נאר נישט טון וועלן אנדערע נישט זיין צופרידן. מען קען נישט צופרידן שטעלן יעדן איינעם.

נאר א זייטיגע פראבלעם איז געווען, פארוואס די ווידיא האט נישט מער געפאוקעסט אויפן גאנצן אויבן-אן און די בליטשערס אויכעט, פארוואס האט מען נאר געזעהן דעם רעדנער וכל קרוביו עמו, און בלויז עטליכע סעקונדען נאך עטליכע רבנים, און דאס איבריגע איז געווען א חוכא וטלולא, בילדער פונעם ציבור, פשוט'ע עמך אידן, ווי יואליש רופט זיי אן, אין גאר גרויס און פון דער נאנט... די ווידיאו כאפן האט געזאלט זיין מער ארגאניזירט, און ווייזן דעם גאנצן אויבן אן יעדע פאר מינוט, דאס וואס אינטערעסירט פאר רוב מענטשן.

האמיר נאך א סיבה צו ווארטן אויף משיח'ן.

MENZER. MENCER & again. MENCER

קאווע טרינקער » מיטוואך יוני 6, 2012 11:13 am

· #16414
בנוגע דעם גריבוב'ער, דארפס'ט פארשטיין אז זיין זוהן קלמן איז געווען איינע פון די עסקנים. אויב פארשטייסטו נאך אלץ נישט? אשריך וטוב לך.

דולה ומשקה » מיטוואך יוני 20, 2012 4:52 pm

· #18936
קאווע טרינקער
בנוגע דעם גריבוב'ער, דארפס'ט פארשטיין אז זיין זוהן קלמן איז געווען איינע פון די עסקנים. אויב פארשטייסטו נאך אלץ נישט? אשריך וטוב לך.


דער זעלבע האב איך לעצטנס געהערט לגבי הרב מיללער אב"ד אייזענשטאט וואס איז געוועהן פון די געקליבענע עליטע רבנים צו זיצען אויפן גרויסע אויבן-אן נאך די השתדלות לטובתו פון יענקי מייער מנהל "מתעסקים", (מיט וואס ער האט זיך דארט אזוי וויכטיג געמאכט ווייס אויך נישט), אבער פארוואס ער האט נישט געקענט אויס נוצען זיין זעלבע פראטעקציע פאר הרב שטייוארצעל ביי וועם ער איז א מתפלל, הרב שטיינווארצעל איז געוועהן ציווישען די וואס זענען געזעצן אויף די בליטשערס.

משכיל » מיטוואך יוני 20, 2012 5:17 pm

· #18938
איך קען נישט מוחל זיין די רבנים וואס זיי אליין האבען די אינטערנעט און אפשר איז דא פון זיי וואס שרייבען דא אויף ק.ש. און פאר א ביסעל אנערקענונג אדער פרעשער האבען זיי זיך אינטערגעגעבען אין געגעבען כח און אפעטיט פאר די עסקנים-רודפים אונץ צו קריכען אויף די נערווען, איר זעהט דאך אז די מעשה נעמט נישט קיין סוף, אויב עס זיינען געווען אזעלעכע וואס מען האט נישט געטיילט דעם ריכטיגען כבוד זיינען זיך אליין שולדיג ווייל אויף וועמענס יושר האבען זיי זיך פארלאזט ? אויף דירענפעלד און גוטליב ??י

לאדיך אפ » דאנערשטאג יוני 21, 2012 12:59 am

· #19016
גוט געשריבן משכיל וועגן רבנים וואס האבן אליין אינטערנעט. א תגובה צוריק האט מען גערעדט וועגן דעם גריבוב'ער רבי וואס האט באקומען א בכבודיגע פלאץ. איך האב אליין גענוצט דעם גריבוב'ער'ס ווייפיי אויף מיין אייפאד אין פראנט פון זיין ביהמ"ד!!ער האט דאך די מכון יוחסין, און די נאמען פון זיין ווייפיי איז Yochson
📎 photo.PNG

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:40 am

· #19057
איר מוזט מיר נישט גלייבען,
בהיסח הדעת פון די ארבעטער, האב איך א יד געלייגט אויפן קאפיוטער, געדריקט ctrl+H און ס'איז מיר נתגלה געווארן זיין ניק אויף פעיס-בוק.
נו, מה כל הרעש?
דער בעל הבית פון דעם WHATEVER האט דייקא יא געהאט גאר א מכובד'גען פלאץ אויף די אויבען אן, נישט צוליב זיינע געשעפטען, נאר צוליב זיין רביסטעווע. פוי.
תחתוננים למעלה.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 21, 2012 2:15 pm

· #19130
קאווע טרינקער
איר מוזט מיר נישט גלייבען,
בהיסח הדעת פון די ארבעטער, האב איך א יד געלייגט אויפן קאפיוטער, געדריקט ctrl+H און ס'איז מיר נתגלה געווארן זיין ניק אויף פעיס-בוק.
נו, מה כל הרעש?
דער בעל הבית פון דעם WHATEVER האט דייקא יא געהאט גאר א מכובד'גען פלאץ אויף די אויבען אן, נישט צוליב זיינע געשעפטען, נאר צוליב זיין רביסטעווע. פוי.
תחתונים למעלה.


האסט געלייגט א יד אויף וועמענ'ס קאמפיוטער?

בעה"ב פון דעם WHATEVER. וואס איז דאס?

ביטע ערקלערן. א דאנק.

משה רוקח » מיטוואך יוני 27, 2012 11:31 am

· #20349
שמעקעדיג
קאווע טרינקער
איר מוזט מיר נישט גלייבען,
בהיסח הדעת פון די ארבעטער, האב איך א יד געלייגט אויפן קאפיוטער, געדריקט ctrl+H און ס'איז מיר נתגלה געווארן זיין ניק אויף פעיס-בוק.
נו, מה כל הרעש?
דער בעל הבית פון דעם WHATEVER האט דייקא יא געהאט גאר א מכובד'גען פלאץ אויף די אויבען אן, נישט צוליב זיינע געשעפטען, נאר צוליב זיין רביסטעווע. פוי.
תחתונים למעלה.


האסט געלייגט א יד אויף וועמענ'ס קאמפיוטער?

בעה"ב פון דעם WHATEVER. וואס איז דאס?

ביטע ערקלערן. א דאנק.

דולה ומשקה » מיטוואך אפריל 24, 2013 11:16 pm

· #108535
אויף הירשל ציג'ס בלאג, האט איינער היינט דאס געשריבן:
Anonymous said...
How apt your term depressing is.
It is so on many levels. These meetings show the bankruptcy of Charedi leadership. Especially at a time when anybody with an internet connection can see how the other religions meet and organize.

Even the Agudah (U.S.) itself would never have a Moetzes meeting with underlings in the room; it is scandalous and embarrassing. And of course not the Reform or the Conservatives. Did anybody follow the Chashmanim in the Vatican how they meet and decide?
גלה כבוד מישראל

The truth is that those Rabbonim have no clue on what the issues are and the real implications of what the internet has wrought on the Charedi community. While we all agree that there are real dangersת there are in truth, also real needs and benefits both spiritual and material that are derived from access to the internet.

Such an issue needs to be studied and dealt with by these very Rabbonim who represent a huge chunk of contemporary Charedi society. But when most of these leaders are in there positions by accident of birth (both litvish and chasidish) they are forced to rely on underlings who advise them and are the real force who conduct these meetings.

A huge amount of time is invested in who gets to be invited and why. Some are invited for the large representation of their Kehilos, others for the their prestige. So it is an endless political game of Kavod and standing who gets to be invited and how the seating arrangements will look for the pictures that will be released.

The readers of "kol Haolam" will examine the pics like the NY Times examined pictures of the reviewing stand of the Soviet Politburo after the May Day parade of nuclear missiles.

All this while the house of Klal Yisrael is burning.

These underlings are very good in insuring that their "rebbe"s standing should not be deflated, but have no sense of achrayus, no sense of history, no sense of the klal, just your typical gabaim who know how to land a punch (verbal and real)

So when viewing the clip you are actually not looking at the right people who are puling the strings and make the decisions on who shall be accepted in what school under what conditions. Its the people who are standing who prepped them on what to say, holding their breath that their horse in the race...achem opps Rebbe, shouldn't create a faux pas (French,for "false step" on camera (who do think ordered and invited JDN to bring you the holy clip?).

There is only one person who really knows deeply what is going on and it is Nechemya Gottlieb. He really has a grasp on the problem. If you listen to his speeches he understands the issues on a level of any social science professor studying the effects of the internet.

It is the work of Satan that such a person turns out to be bereft of middos and derech eretz. He has zero power of persuasion [I mean to turn hearts to teshuva and tikun hamaasim] but has the Machiavellian talent of a grand manipulator. In the run up to the asifa last year he had a complete chart of all Rabonim and the connections they have with each other.

"so if we get this Rebbe to sign up, we can get the Hotzenplotzer Rebbe too since he is very close to him and their wives are best friends." That kind of stuff; in a complete excel spread sheet!

Notice that there is nobody chairing this meeting? Who gets to talk? That is because it is all pre planned (you know by whom if not, read again the above)

Instead of bringing honor to Charedi leadership these meetings and the way they are organized is demoralizing for average charedim.

ומי יודע
Where this is leading to.
Hashem Yerachem.
Tzig, it "is" depressing!

Yosef 718

Wednesday, April 24, 2013 2:39:00 PM

יואליש » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 1:01 am

· #108584
Nechemya Gottlieb... has the Machiavellian talent of a grand manipulator. In the run up to the asifa last year he had a complete chart of all Rabonim and the connections they have with each other.

"so if we get this Rebbe to sign up, we can get the Hotzenplotzer Rebbe too since he is very close to him and their wives are best friends." That kind of stuff; in a complete excel spread sheet!

בדחן » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 1:05 am

· #108588
בערך אזוי ווי מען האט געארבייט פאר די חוב קדוש צו גיין צו די בחירות...!!
נאר דעמלאטס איז עס געווען אן א excel spread sheet,

יואליש » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 1:09 am

· #108589
זאגסטו אז די בעלזע רעבעצין און טשעבינע רעבעצין זענען געווען בעסט פרעינדס?

יואליש » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 1:09 am

· #108590
זאגסטו אז די בעלזע רעבעצין און טשעבינע רעבעצין זענען געווען בעסט פרעינדס?

אשכולות אויפוועקער » דינסטאג מאי 27, 2014 7:23 am

· #202783
לאמיר דאס אויך ערוועקן

דולה ומשקה » דינסטאג מאי 5, 2015 7:36 pm

· #272766
אשכולות אויפוועקער
לאמיר דאס אויך ערוועקן