☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הרה"ח ר' ישכר דוב פריעדמאן ע"ה, ראה"ק דקיט"ל מהר"א סאטמאר

הרה"ח ר' ישכר דוב פריעדמאן ע"ה, ראה"ק דקיט"ל מהר"א סאטמאר

64 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6848
בלאט: 1 2

שעפטל » דאנערשטאג יולי 24, 2014 8:29 am

· #213380
הרה"ח ר' ישכר דוב פריעדמאן ע"ה, ראה"ק דקיט"ל מהר"א סאטמאר
ברוך דיין האמת:
ס'איז יעצט אריינגעקומען די נייעס אז הרה"ח המפורסם, ר' ישכר דוב (ר' בערל ווי מ'פלעגט אים רופן) פריעדמאן, ראש הקהל ד'קהל יטב לב ד'סאטמאר, ומחבר ספר 'יד שלום', בן הרה"ח המפורסם ר' ליפא ע"ה, דער באוויסטער מנהל מוסדות סאטמאר, איז יעצט נפטר געווארן.

פרטים פון די לוי' און אזוי אויך א שטיקל באשרייבונג איבערן נפטר וועט אי"ה נאכפאלגן

כוכב » דאנערשטאג יולי 24, 2014 8:31 am

· #213382
Wowowowowo האסט מיך אויסגעכאפט מיט א סעקונדע, כהאב דיך יעצט געטעגט אין א צווייטן אשכול.

דריידל » דאנערשטאג יולי 24, 2014 9:08 am

· #213387
איך מיין אז ס'האט זיך שוין נישט גוט אנגעפאנגען. די טיטול "העראישער ראש הקהל" איז אן אנדייטונג אז דא גייט מען באשרייבן מחלוקת. דער עולם זאל זיך האלטן צו טריקענע פאקטן איבער דעם נפטר און א באזינדערע אשכול קען געעפענט ווערן אין צימעס

שעפטל » דאנערשטאג יולי 24, 2014 9:11 am

· #213388
ערשטע לוי' אפדעיט:
די לוי' וועט פארקומען 10:00, ביים ביהמ"ד ד'קיט"ל ד'סאטמאר אויף 15'טע עוו. אין בארא פארק, ווי דער ראה"ק איז געווען פון די מייסדים און לאנג יעריגער מתפלל.
פון דארט וועט עס גיין בערך 1:00 צום ביהמ"ד הגדול ד'סאטמאר אויף הופפער סט. אין וויליאמסבורג.
און פון דארט בערך 3:30 ביים ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל,
ווי ער וועט נאכדעם קומען למנוחתו אינעם ביה"ח דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין קרית יואל.

קושקע » דאנערשטאג יולי 24, 2014 9:21 am

· #213390
...

ברוך שאמר » דאנערשטאג יולי 24, 2014 9:27 am

· #213391
איך מיין אז ער גייט אויף פאפא אין N.J. נעבן זיין ווייב ע"ה ?

שעפטל » דאנערשטאג יולי 24, 2014 9:32 am

· #213393
שעפטל

ווי ער וועט נאכדעם קומען למנוחתו אינעם ביה"ח דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין קרית יואל.

דער ראה"ק וועט קומען למנוחתו נעקסט צו זיינע פארגייערס, הרה"ח ר' לייביש לעפקאוויטש ע"ה, און הרה"ח ר' סענדער דייטש ע"ה

דריידל » דאנערשטאג יולי 24, 2014 9:36 am

· #213394
קומטס מאכן סדר דא באצייטענס
@גבאי@אחראי..

כוכב » דאנערשטאג יולי 24, 2014 9:39 am

· #213395
קושקע ווען איך בין ווען א גבאי וואלט איך דיר אויסגעשפארט פאר א וואך.
ביזט טאקע אזא פערד קענסטוך נישט האלטן אין די ראמען, א וואוילער איד איז געשטארבן מוזטו עס פארצימעסן.
סארי טו טעל יו, דו באלאנגסט נישט דא, אדער פירסטו דיך ווי א מענטש, אז נישט, גיי צוריק פון וואו ביזט געקומען אדער זיץ אפ אין צימעס.

ברעט מענינג » דאנערשטאג יולי 24, 2014 9:41 am

· #213397

שעפטל » דאנערשטאג יולי 24, 2014 10:11 am

· #213406
געטס מיר אפאר מינוט.... לאמיך ענדיגן שרייבן איבער אים און דערנאך הייבטס אן מיטן קאמפיין ס'זאל אריינגעטראסקעט ווערן אין צימעס.....

משבק » דאנערשטאג יולי 24, 2014 10:28 am

· #213418
ווער נעמט אים איבער?

שעפטל » דאנערשטאג יולי 24, 2014 10:44 am

· #213422
ר' בערל פרידמאן איז געבוירן געווארן בערך‏ תרפ"ז, צו זיין טאטע הרה"ח ר' חנני' יו"ט ליפא ע"ה, דער שפעטערדיגע לעגענדארער פירער און מנהל המוסדות ד'סאטמאר. זיין מאמע איז געווען די טאכטער פון הגה"צ רבי שאול בראך זי"ע דער קאשוי רב.

‏ער איז אן איידעם געווען ביי הרה"ח ר' יחיאל מעכיל ניימאן ע"ה, זיין ווייב איז אוועק אין תשס"א.

ר' בערל איז געווען א אינגער ענערגערישער עסקן, ער איז געווען פון די פארשטאנד אין די בראשית יארן פון די סאטמארע קהילה אין אמעריקע, געדינט יארן אלס יושב ראש ביי אסאך מסיבות, און אזוי אויך געווען דער‏ רעדאקטאר פון "דער איד" פאר א שטיק צייט.

זייענדיג ר' ליפא'ס א זון, האט איר געהאט א גאר נאנטן קרבות ביים רבי'ן דער דברי יואל זצ"ל און אסאך געשמיעסט מיט אים און מקבל געווען.

נאכן פטירה פונעם רבי'ן, האט ער זיך צוגעשטעלט ווי א לייב און אויפגענומען דעם רבי'ן דער ברך משה זצ"ל אלס "סאטמארע רבי", ר' בערל איז פון די ערשטע אינטערגעשריבענע אויפן קאונסעס און איז געשטאנען גאר געטריי צום רבי'ן אלע יארן.

אין יאר תשנ"ח נאכן פטירה פון די צוויי סאטמארע ראשי קהילה, הרה"ח ר' לייביש לעפקאוויטש ז"ל און הרה"ח ר' סענדער דייטש ז"ל, איז ער ערוועלט געווארן צו דינען אלס ראש הקהל ד'קהל יטב לב ד'סאטמאר. ווי ער האט געטריי געדינט די קהילה זיך אוועקגעבענדיג זיין לייב און לעבן.

אפאר יאר צוריק האט ער ארויסגעגעבן זיין ספר מיטן נאמען 'י"ד שלום' (י'שכר ד'וב פריע"דמאן)

ער האט איבערגעלאזט א ברודער הרה"ח ר' אברהם (אלבערט), דער רעדאקטער פון די צייטונג.
און א שוועסטער אשת ר' מרדכי יודא גראס.

זיינע קינדער זענען:
ר' שאול הי"ו, פון בארא פארק, 
ר' יחיאל מיכל הי"ו, פון בארא פארק
ר' אברהם הי"ו, פון וויליאמסבורג 
אשת ר' משה זינגער הי"ו, פון וויליאמסבורג 
און אשת ר' מאיר לייב זעלצער הי"ו, פון בארא פארק ‏

שעפטל » דאנערשטאג יולי 24, 2014 12:06 pm

· #213452
שעפטל
שעפטל

ווי ער וועט נאכדעם קומען למנוחתו אינעם ביה"ח דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין קרית יואל.

דער ראה"ק וועט קומען למנוחתו נעקסט צו זיינע פארגייערס, הרה"ח ר' לייביש לעפקאוויטש ע"ה, און הרה"ח ר' סענדער דייטש ע"ה


📎 IMG-20140724-WA069.jpg

רחב רחב » דאנערשטאג יולי 24, 2014 1:09 pm

· #213463
ברוך שאמר
איך מיין אז ער גייט אויף פאפא אין N.J. נעבן זיין ווייב ע"ה ?


ער האט נאככאמאל חתונה געהאט. מען קען אים נישט לייגן נעבן זיין ערשטע פרוי.

קושקע » דאנערשטאג יולי 24, 2014 1:20 pm

· #213467
<a class="postlink" href="http://www.ch10.co.il/news/56709/#.U9FAUPldUSX">http://www.ch10.co.il/news/56709/#.U9FAUPldUSX</a>

שעפטל » דאנערשטאג יולי 24, 2014 1:30 pm

· #213471
איך נפלו גבורים ויאבדו כלי מלחמה
הרבני החסיד הישיש המפורסם בר אוריין ובר אהבן
מוה"ר ישכר דוב (בערל) פריעדמאן זכרונו לברכה
לאנגיעריגער ראש הקהל ד'קהלתינו הקדושה ובעמח"ס יד שלום

מיט טיעפע צער און ווייטאג האבן אנשי שלומינו בכל מקומות מושבותיהם אויפגענומען היינט אינדערפרי די טרויעריגע בשורה, איבער די פטירה פון הרב החסיד המפורסם מוה"ר ישכר דוב (בערל) פריעדמאן זכרונו לברכה, ראש הקהל ד'קהלתינו הקדושה, זון פון הרה"ח מוה"ר חנני' יו"ט ליפא ז"ל מנהל מוסדות סאטמאר.

דער ווייטאג איז נאך פריש און דער וואונד איז נאך אפען זיך צוזאמענצונעמען און אפשאצן די געוואלדיגע אבידה זעלבסט, און זיינע געוואלדיגע מעשים און אויפטוען אין קהלתינו הקדושה בכל קצוי תבל איבער די לעצטע עטליכע אין זעכציג יאהר כולן שוים לטובה, ובפרט זיין מסירות נפש און גרייטקייט להנהגת קהלתינו הק', וועלן זיכער געדענקט ווערן פאר לאנגע דורות.

די לוי' איז ארויס היינט אין די פריע פארמיטאג שטונדן פון בית מדרשינו אויף די פופצענטע עוו. אין בארא פארק – דאס ביהמ"ד וואס דער חשובער נפטר ז"ל האט אויפגעשטעלט בברכת קדשו פון מרן רבינו הק' בעל דברי יואל זי"ע.

אום 1:00 נאכמיטאג וועט אי"ה פארקומען די לוי' פארנט פון בית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג, וואו עס איז ערווארטעט די באטייליגונג פון א ריזן ציבור אנשי שלומינו צו קומען אפגעבן דעם פארדינטן כבוד פאר דעם גרויסן נפטר.

אום 4:00 נאכמיטאג וועט אי"ה ארויסגיין די לוי' פארנט פון בית המדרש הגדול אין קרית יואל, און דאן וועט דער נפטר געפירט ווערן צום בית החיים ד'קהלתינו הק' אין קרית יואל, וואו ער וועט קומען למנוחת הארט ביים פתח הכניסה צום אוהל הקדוש פון מרנן רבותינו הקדושים זי"ע, הארט נעבן די פריערדיגע ראשי הקהלה ומנהלי המוסדות פון סאטמאר עליהם השלום, מיט וועמען דער נפטר ע"ה האט געהאט א גלייכער טייל און הנהלת והנהגת קהלתינו ומוסדותינו הק' פאר לאנגע יארן, הנאהבים והנעימים בחייהם ובמותם לא נפרדו.

וכבוד גדול עשה לו במותו

אלס אות הכרת טובה פאר די אומגלויבליכע מעשים פון מסירות נפש וואס דער אומפארגעסליכער ראש הקהל רבי בערל ז"ל האט געלייסטעט פאר קהלתינו הק', וועט להבחל"ח כ"ק מרן רבינו שליט"א אין די נאענטע מינוטן ארויספליען מיט א פריוואטן פליגער פון ניו העמפשיר, וואו דער רבי שליט"א האלט זיך אצינד אויף אויף אפרוה, און קומען אפגעבן דעם כבוד האחרון ווי עס פאסט פאר'ן חשובן נפטר ז"ל ביי די לוי' הגדולה אין קרית יואל.

תהא נשמתו צרורה בצרור החיים

-בשורות טובות!-

(קרעדיט: בחצרות)

קאך_לעפל » דאנערשטאג יולי 24, 2014 1:46 pm

· #213479
היינט האט סאטמאר ליידער פארלוירן, איינער פון אירע ערשטע פיאנירן, וואס איז געשטאנען ליד ימינו פון רבינו הקוה''ט זי''ע, פון די סאמע אנהייב ווען דער רבי זי''ע האט אנגעהויבן איבערצופלאנצען אידישקייט דא אויפן הארטן אמעריקאנעם באדן.

ר' בערל איז געווען אן אייניקל פון הגה''ק רבי שאול בראך זי''ע, און ער דערמאנט אים אפי' איין מאל אין איינער פון זיי ספרים, ער איז געווען א שטארקער יודע ספר, און ער האט פארמאגט א פירענדע כאכאקטער, וואס ער האט באקימען אלס ירושה פון זיין פאטער, דער לעגענדארן סאטמארע מנהל המוסדות, וחכימא דיהודאי ר' ליפא פריעדמאן ע''ה.

ער האט פארמאגט א געוואלדיגע התקרבות צו רבינו הקוה''ט זי''ע, און ער האט זיך געטרויעט צו רעדן צום רבי'ן זי''ע, אזעלכע ענינים וואס גאר ווייניג מענטשען האבן געהאט די קוראש, וחיבה יתירה נודעת לו, וואס איז פול מער פארשטארקט געווארן, אין די יארן וואס ער האט געדינט אלס רעדאקטער פונעם דער איד, דער פארגייער פון דעם היינטיגען שטורמער.

ער האט אויך געהאט די זכיה צו שטיין בראש מערכת ישראל, און ער האט אקטיוו און גענוט אנגעפירט עטליכע פראטעסטן, קעגן די ממשלת הכופרים בארצינו הק'.

נאך דעם וואס דער רבי דער ברך משה זי''ע, האט איבער גענימען די הנהגה הק' בכל מלכות סאטמאר ומוסדותיה, האט זיך ר' בערן צוגעשטעלט צו די הנהגה מיטן גאנצען הארץ, און ער איז געווען פון די סאמע גרעסטע לייב גראוועדיסטן פונעם רבי'ן זי''ע.

ער האט געדינט אלס יושב ראש פונעם וועד קרן הבנין פונעם בית מדרש החדש אין וויליאמסבורג, ער האט אבער ליידער נישט זוכה געווען צו זען דעם בנין בתפארתה, און עס שטייט נאך ליידער ביז היינט כאבן שאין לו הופכין, צילוב דער ברוטאלע פארכאפונג פון די בניני הקהלה והמוסדות, וואס איז ליידער פארכאפט געווארן דירך אנשי רשע, און בני בלי שם.

ווען געוויסע רבנים זענען ארויסגעקימען קעגען דעם הייליגען ברך משה זי''ע, א טייל צילוב רשעות, און א טייל צילוב טפשות, און א טייל צוליב ביידע ביינאזאם, האט ער זיך ארויס געשטעלט וואו א פייערדיגע לייב, און אפגעשלאגען מיט כוח די אלע חיצים ובליסטראות וואס זענען געפלויגען געווארן קעגן סאטמאר.

שנת תשנ''ט ווען דער בן השלישי פונעם הייליגען ברך משה זי''ע, האט זיך פארמאסטן חרוב צו מאכן סאטמאר, און דעם גאנצען ארגענעזירטן קהלה'שע לעבן, מיט די הילף פון א גרופע משחיתים און רוצחים, האט ער זיך ווידער ארויסגעשטעלט, און אפגעראטעוועט וואס איז נאר מעגליך געווען צו ראטעווען, מיט א געוואלדיגע מס''נ, און ער האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון די שלעק וואס איז געקימען אין זיין ריכטונג, אפי' ווען עס איז געקימען פון דעם סאמען בן השלישי זעלבס.

נאך דעם וואס רבינו שליט''א האט איבערגענימען די הנהגה, האט ער זיך צוגעשטעלט מיט אלעס וואס איז נאר מעגליך, און געשטאנען ליד ימינו פונעם רבי'ן שליט''א דירך צו פירן די רוחניות'דיגע רעוואליציע וואס רבינו שליט''א האט דירך געפירט אין די הייליגע קהלה.

ווען ער קימט ארויף אויף יענע וועלט, וועלן אים אפווארטן אונזער הייליגע רבי'ס, און אים געבן א יישר כח, פארן ראטעווען זייער הייליגע ירושה, און נישט צולאזען אז א כאפקע עמי הארצים און נואפים, זאלן חרוב מאכן אלעס וואס זיי האבן געבויעט מיט בלוט און שווייס.


יהא זכרו ברוך.....

משבק » דאנערשטאג יולי 24, 2014 1:53 pm

· #213482
סארא @קאךלעפיל

משבק » דאנערשטאג יולי 24, 2014 1:55 pm

· #213485
עפעס האט רבינו הק"והט געזאגט אויף ר בערלען? {קרעדיט בן השלישי}

גאנצל » דאנערשטאג יולי 24, 2014 1:57 pm

· #213486
שעפטל
שעפטל
שעפטל

ווי ער וועט נאכדעם קומען למנוחתו אינעם ביה"ח דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין קרית יואל.

דער ראה"ק וועט קומען למנוחתו נעקסט צו זיינע פארגייערס, הרה"ח ר' לייביש לעפקאוויטש ע"ה, און הרה"ח ר' סענדער דייטש ע"ה


📎 IMG-20140724-WA069.jpg


שלישי בקודש

די "דריי" לייבן וואס האבן זיך געשלאגן און אוועק געגעבן זייער בלוט פאר סאטמאר כל ימיהם און אלע דריי זענען געווען געטריי און בעיקר געפאלגט בתמימות אן קיין חכמות זיך צו געשטעלט בכל תוקף געווען געטריי פאר די דריי מנהיגי סאטמאר באמעריקא און זיך געשלאגן פאר זייער כבוד (ר' לייבוש און ר' סענדער האבן געטון פאר רבינו הד"י און ב"מ אלס רבי און פאר רבינו שליט"א מהר"א אלס אב"ד ק"י ויש להאריך עוד בזה בענין וויפיל זיי האבן געזארגט אז ער זאל זיין מ"מ ואין כאן מקומו)

signout » דאנערשטאג יולי 24, 2014 1:57 pm

· #213487
משבק
עפעס האט רבינו הק"והט געזאגט אויף ר בערלען? {קרעדיט בן השלישי}
קיינער האט נישט געוויסט דערפון ביז יענער האט עס געזאגט, אגב, אינטערסאנט ווי א וועלט דרייט זיך בזמן ווען יענער האט אים געזאגט אז וועט נישט קענען ליגן אין סאטמאר, אין ביי זיין ווייב האט מען נישט געלאזט שטעלן א מציבה

משבק » דאנערשטאג יולי 24, 2014 1:58 pm

· #213488
טאקע אינטערסאנט ווי די וועלט דרייט זיך. און די מיינסט סהאט זיך שוין אפגעשטעלט?

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 24, 2014 2:06 pm

· #213496
STOP IT RIGHT NOW
די בלוט איז נאך ווארעם..............

דריידל » דאנערשטאג יולי 24, 2014 3:10 pm

· #213531
סאטמאר האט פארלוירן דריי פון די געוועזענע גווארדיע היי יאר
ר' יענקל קאהן
ר' עזריא' גליק
און יעצט ר' בערל

שעפטל » דאנערשטאג יולי 24, 2014 3:13 pm

· #213535
📎 x9q2_BDHRBF2.jpeg

קאך_לעפל » דאנערשטאג יולי 24, 2014 3:23 pm

· #213540
דריידל
סאטמאר האט פארלוירן דריי פון די געוועזענע גווארדיע היי יאר
ר' יענקל קאהן
ר' עזריא' גליק
און יעצט ר' בערל


להבדיל אלף אלפי הבדלות!

תמים » דאנערשטאג יולי 24, 2014 4:15 pm

· #213559
קאך_לעפל
דריידל
סאטמאר האט פארלוירן דריי פון די געוועזענע גווארדיע היי יאר
ר' יענקל קאהן
ר' עזריא' גליק
און יעצט ר' בערל


להבדיל אלף אלפי הבדלות!

א לייק פארן מיך שפארן א תגובה....

outspoken » דאנערשטאג יולי 24, 2014 6:04 pm

· #213613
.
📎 satmar.jpg

משבק » דאנערשטאג יולי 24, 2014 6:24 pm

· #213622
יעצט געקוקט די קליפ וואס ברעט האט דא פריער מעתיק געווען . סאיז צוקער זיס די בלעכענע פנים. ב"ד"וו .קען מיר איינער אפשר מסביר וואס די "יונגעלייט" דארט אינעם הינטערגרונט זוכן אין מיאמי ?

איך אויך » דאנערשטאג יולי 24, 2014 8:16 pm

· #213645
מן הסתם גבאים פון הגה''ק בעל הצלת יוסף.

קושקע » דאנערשטאג יולי 24, 2014 9:10 pm

· #213655

שעפטל » דאנערשטאג יולי 24, 2014 9:37 pm

· #213660
מספידים:‏

ביים לוי' פארנט פון  ביהמ"ד ד 'סאטמאר אויף 15'טע עוו. אין בארא פארק:
[list]כ"ק הגה"צ גאב"ד סאט‏מאר בארא פארק שליט"א
הגה"צ דומ"ץ וויען ב"פ שליט"א
הגה"צ רבי אפרים שמעון לייכטאג שליט"א, דומ"ץ הביהמ"ד
מוה"ר שלמה ווייס הי"ו, בשם הנהלת ומתפללי ביהמ"ד
אן אייניקל הרב שאול זעלצער הי"ו[/list:u]

ביים לוי' פארנט פון ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב ד'סאטמאר אויף הופפער סט.:
[list]הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א
הגה"צ רבי משולם פאלאטשעק שליט"א, אב"ד מגד יהודה‏
הגה"צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א, רב ביהמ"ד ברך משה ד'סאטמאר, וראש הכולל ד'סאטמאר 
הגה"צ אב"ד נאנאש שליט"א
זיין זון מוה"ר שאול הי"ו
הרבני הנגיד ר' יצחק ראזענבערג הי"ו, סגן ראש הקהל דקיט"ל ד'סאטמאר‏, בשם הנהלת הקהילה[/list:u]
‏
ביים לוי' פארענט פון ביהמ"ד הגדול ד'קרית יואל‏:
[list]כ"ק מרן הגה"ק מ'סאטמאר שליט"א
הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א 
הרבני הנגיד ר' אברהם ווידער הי"ו, ראה"ק דקיט"ל ד'סאטמאר בקרית יואל, וראש העיר. 
הרבני הנגיד ר' דוד עקשטיין הי"ו, פרעזידענט דקיט"ל ד'סאטמאר קרית יואל 
זיין ברודער מוה"ר אברהם (אלבערט) הי"ו, רעדאקטער פון די צייטונג ‏
זיין זון מוה"ר אברהם הי"ו‏
‏[/list:u]

איינגעמיירעט » דאנערשטאג יולי 24, 2014 9:51 pm

· #213670
איך בין נישט פון קהילת סאטמער.
איך וועל נאר שרייבען א קלייניגקייט איבער דער נפטר.
סאיז מיר אויסגעקומען פערצאפאל אפאר מאל צורעדן און לערנען מיט עם,(לכתחילה האב איך נישט געוואוסט ווער ער איז,שפעטער האט מיר איינער פארציילט) ער האט געלעבט און לערנען ער האט באמת הנאה געהאט פון א תוספות און א מהרש״א,סאיז מיר געווען א חידוש צו זעען א מענטש און דיע יארען זאל אזוי ענדזשויען א תוספות.

קושקע » דאנערשטאג יולי 24, 2014 10:50 pm

· #213683
סאטמאר רבי איז מספיד

תמים » דאנערשטאג יולי 24, 2014 11:02 pm

· #213685
איינגעמיירעט
איך בין נישט פון קהילת סאטמער.
איך וועל נאר שרייבען א קלייניגקייט איבער דער נפטר.
סאיז מיר אויסגעקומען פערצאפאל אפאר מאל צורעדן און לערנען מיט עם,(לכתחילה האב איך נישט געוואוסט ווער ער איז,שפעטער האט מיר איינער פארציילט) ער האט געלעבט און לערנען ער האט באמת הנאה געהאט פון א תוספות און א מהרש״א,סאיז מיר געווען א חידוש צו זעען א מענטש און דיע יארען זאל אזוי ענדזשויען א תוספות.

אמת, אויך גערעדט מיט אים אין לערנען.
און ער איז בכלל געווען און פערזענליכע לעבן א באטעמטע מענטש, נישט קיין פערד, איך האב מיט אמאל געשמועסט האט ער מיר געזאגט משה (גבאי) איז מיר בעצם געווען א גוטע פריינד און ער איז גאר א קלוגער מענטש.

הדד בן בדד » פרייטאג יולי 25, 2014 7:09 am

· #213714
[ציטאט אראפגענומען]



איי לאוו דעם שלמה'ן מיט דעם פארצייטישן העט, אמחי' צו זעהן...

signout » פרייטאג יולי 25, 2014 2:18 pm

· #213756
אן ענערגישער, שעפערישער מענטש, אן עסקן וועלכער איז קיינמאל נישט מיד געווארן פון עסקנות, וגם לעת זקנתו לא נס ליחו, שטענדיג געטוהן וואס ער האט געפילט איז ריכטיג און גאר א געטרייער סאלדאט געווען פאר די סאטמאר'ער רביים.

ר' בערל איז געווען א מין מיזוג, פון איין זייט א פייערדיגער חסיד, אבער אין די זעלבע צייט אויך א גוטער פריינט, א פערזענליכער פריינט. איך ווייס ביודעי ומכירי קאמינא אז דער ברך משה זצ"ל האט אים גאר שטארק ליב געהאט, ער האט אים געהאלטן פאר איינע פון זיינע געטרייעסטע נאנטע מענטשן, און דאס איז געווען אמת. ר' בערל האט טאקע גאר אסאך געטוהן פארן ברך משה אין פערזענליכן און משפחה לעבן.

אויך האט ער אויפגעשטעלט דעם סאטמאר'ער בית המדרש אויף די פופצענטע עוועניו אין בארא פארק, און האט איר אויסגעהאלטן פאר אסאך יארן, ער האט אויפגענומען דארט הרה"צ ר' שלום אליעזר פאר רב. ועד זקנה ושיבה האט ער נישט אויפגעהערט צו שוויצן פאר סאטמאר.

זאלן אים די אלע גוטע זאכן אקייגן קומען דארט אויבן, זי זכותים זאלן אים ביישטיין און די צדיקים פאר וועמען ער האט זיך אזוי אוועק געגעבן וועלן אים זיכער דארט ארויסהעלפן.

משבק » פרייטאג יולי 25, 2014 2:24 pm

· #213758
אריין אינעם אשכול פון "זאכן וואס כהאב נישט געוואוסט ביז היינט"

גאנצל » מוצ"ש יולי 26, 2014 10:32 pm

· #213817
משבק
אריין אינעם אשכול פון "זאכן וואס כהאב נישט געוואוסט ביז היינט"


וודאי נישט פון ווי זאלסטו וויסן ? ביסט נאך צו יונג דעס צו געדענקן דו געדענקסט נאר די אהבה וואס ר' שמעון ווייס האט געהאט צום ברך משה (נישטא ווער ס'זאל לאכן פון די יונגע יוצאי ישיבת קווינס)

משבק » מוצ"ש יולי 26, 2014 10:38 pm

· #213819
שוין ווייטער מיט די צונעמען!!

דריידל » זונטאג יולי 27, 2014 9:22 am

· #213876
signout


אויך האט ער אויפגעשטעלט דעם סאטמאר'ער בית המדרש אויף די פופצענטע עוועניו אין בארא פארק, און האט איר אויסגעהאלטן פאר אסאך יארן, ער האט אויפגענומען דארט הרה"צ ר' שלום אליעזר פאר רב. ועד זקנה ושיבה האט ער נישט אויפגעהערט צו שוויצן פאר סאטמאר.



דעיס אויפנעמען הרה"צ שלום אליעזר איז געווען איינע פון די מיסטעיקס פון די ב"מ. ווער נאך ווי די ארונים ווייסן די הארבקייט פון ארויפצווינגען א רב אן די צושטימונג פון בני הקהילה.

אויב האט ער געוואלט אז ער זאל האבן א פאסטן וואלט מען געדארפט עפענען נאך א סאטמערע ביהמ"ד און אים דארט אריינשטעלן. אזוי וואלט נישט געווען קיין ריכטיגע טענות דערקעגן.

קושקע » זונטאג יולי 27, 2014 12:11 pm

· #213892
גראדע זיי זאגן אלע אז רש"א איז א
low maintenance rabbi
די האלבע שול דארט זענען שיינע אידן יודע ספר, יעדער קען דארט זיין א עקטינג רעביי אומגעשטערט.

שעפטל » דינסטאג יולי 29, 2014 4:37 pm

· #214419
צוויי בילדער ווי ר' בערל איז מכתיר האדמו"ר מהר"א שליט"א פאר די לוי' פון הברך משה מ'סאטמאר זצ"ל אלס ממלא מקום אין (זיין פראקציע) סאטמאר
📎 IMG-20140729-WA053.jpg
📎 IMG-20140729-WA054.jpg

גאנצל » מיטוואך יולי 30, 2014 12:58 pm

· #214534
די זכות העט אים באגלייטן לעלם ולעלמי עלמיא

שעפטל » מיטוואך יולי 30, 2014 12:58 pm

· #214535
אפאר אינטערסאנטע בילדער פון רבי בערל
ביים איבערשמועסן ענינים העומדים על הפרק מיט מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע אויפ'ן וועג צו אן אסיפה פון התאחדות הרבנים בשנת תשכ"א

📎 מיט מהר''י.jpg
אנפירענדי'ג מיט א דינער לטובת מוסדות יטב לב בארה"ק אין די ל' יאהרן

📎 דינער.jpg
שטייענדי'ג נעבן הרה"ח ר' סענדר דייטש ז"ל ראה"ק ומנהל המוסדות ביי א דעמאנסטראציע אין מעדיסאן סקווער גארדן

📎 דעמאנסטראציע.jpg
ביי א מאסן דעמאנסטראציע אין מאנהעטן ביום ג' חוהמ''פ תשמ''ו נגד רדיפות הדת בארה''ק שטייענדי'ג אונטער הרה"ח ר' סענדר ע"ה

📎 דעמאנסטראציע2.jpg
📎 מיט מהר''י.jpg

שעפטל » מיטוואך יולי 30, 2014 1:02 pm

· #214537
ביי עטליכע געלענהייטן בעת זיינע עסקנות און אויפטוען לטובת הכלל אין די פריערדיגע יאהרן

📎 עסקנות.jpg
📎 עסקנות2.jpg
📎 עסקנות3.jpg
📎 עסקנות4.jpg

שעפטל » מיטוואך יולי 30, 2014 1:07 pm

· #214538
מיט מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע און כ"ק אדמו"ר מהר"ש מ'באבוב זצ"ל אין מיאמי, פלארידא

📎 בר''מ באבוב.jpg
ביי א קבלת פנים פאר גאווערנאר מאריא קאומאו בביתו נאוה קודש פון מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע אויף אוהעל קט. אין קרית יואל חודש תמוז תשנ"ד

📎 קאומאו.jpg
ביים מעמד יסוד איתן מוצש"ק שקלים שנת תש"ס

📎 יסוד איתן.jpg
📎 יסוד איתן2.jpg
📎 בר''מ באבוב.jpg

שעפטל » מיטוואך יולי 30, 2014 1:11 pm

· #214539
ביי א מסיבה אין בארא פארק אום שנת תש"ס

📎 מסיבה.jpg
ביים מעמד חנוכת הבית פאר היכל צבי ראזענבערג און מקוה מנחם זאב בביהמ"ד הגדול קרית יואל יום א' פ' פנחס תשע"ג

📎 היכל ראזענבערג.jpg
מעמד אל"ף שמות שנת תשס"ג אינעם ניו יארק סטעיט ארמארי

📎 אל''ף שמות.jpg
📎 אל''ף שמות2.jpg
📎 אל''ף שמות.jpg 📎 אל''ף שמות2.jpg

שעפטל » מיטוואך יולי 30, 2014 1:30 pm

· #214542
ביים התמנות וקריאת הקאנסוס פון הגה"צ מהרמ"מ ט"ב, אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א חודש סיון תשס"ז

📎 וו''ב רב.jpg
📎 וו''ב רב2.jpg
ביים מעמד פתיחת המבצר פון בנין הת"ת ד'סאטמאר אויף ווייט עוו. אין וויליאמסבורג חודש אלול תשס"ח

📎 ווייט עוו..jpg
ביים שבע ברכות ומעמד הכרת הטוב לכבוד הרבני הנגיד מוה"ר ישעי' זאב לעוו הי"ו ראה"ק דקיט"ל ד'סאטמאר לאנדאן חודש אלול תשס"ח
📎 וו''ב רב.jpg 📎 וו''ב רב2.jpg 📎 ישעי' וואלף לעוו.jpg
בלאט: 1 2