☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אמעריקאנע אידען בראשות ר''א מ'סאטמאר געבן אריין א מאושען

אמעריקאנע אידען בראשות ר''א מ'סאטמאר געבן אריין א מאושען

113 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6839
בלאט: 1 2 3

קדש הילולים » זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:56 pm

· #218361
איש עברי
מיט רעספעקט צו אזעלכע וואס גייען אין די שיטה, אזלכע וואס האבן באשלאסן צו אריינלייגן זייערע כשרונות, ענערגיע, לייב און לעבן צו פארטיידיגן א שורה אגדתא גמרא אין מסכת כתובות, וואס זעכציג יאר האדעווען זיי די קינדער און מען איז זיי מחנך איבער די גרויסע סכנה פון די מדינה, אבער דאך פעהלט נישט אויס צו לייגן די אויגן אין זאמד און שרייען אז די גאנצע מדינה איז א ליצנות, עס איז פשוט נישט אמת.
אפילו אין די אויגן פון די גרעסטע קעגנער איז די מדינה איז ווייט פון א גלעכטער, עס איז א וועלטס וואונדער ווי א יונגע מדינה אין אזעלכע אוממעגליכע אומשטענדען האט באוויזן צו אויסשטייגן אלס א סעמי-אימפעריע, א ריז אין מיליטערישע ערפינדונגען, א ריז אין סטארט-אפ טעכנאלאגיע, פון די גרעסטע ביישטייערערס פאר אגריקולטור טעכנלאגיע, א קליין לענדעל מיט עטליכע נאבל פרייז געווינער, א מדינה אן קיין נאטורליכע אוצרות וואס זיצט ארומגענומען מיט שונאים פון אלע זייטן און פארט שפרודלט דארט א געזונטע עקאנאמי, און איז א מיטלגליד אין די oecd
פון אידישן שטאנדפונקט, א פאלק וואס האט זיך געהאלטן ביים אויסלעשן, שטיקער זענען געפאלן פון אידן סיי בגשמיות, און סיי ברוחניות, שמד אסימילאציע האט געהאלטן ביים ברענגען א סוף צו כלל ישראל, און אט איז אויפגעשטאנען א אידיש לאנד ווי מיליאנען אידן זענען שטאלצע אידן, דאס רוב פון די And I call them sonim on kaveh shtiebl for good reason,אידן אין מדינת ישראל זענען רעליגיעז למחצה לשליש ולרביע, אנשטאט אמאל ווען איינער איז אביסל שוואך געווארן האט ער אויסגעדרייט זיין רוקן צו זיין אפשטאם האט די ציוניסטישע באוועגונג געברענגט א שטאלץ אפילו ביי פרייע אידן, עטליכע דורות פון מיליאנען אידן זענען אפגעראטעוועט געווארן פון אסימילאציע א דאנק די ציוניסטישע באוועגונג.
שוין אפגערעדט אז תורה אין אידישקייט בליהט אויף א אופןוואס מען האט נישט געזעהן זינט ימי חזקיהו המלך, אידן אין ארץ ישראל לעבן א חיים טובים, מען לערנט מען דאווענט אין מען שנארעט און מען לאזט זיך וואוילגיין אויפ'ן חשבון פון די מדינה, [און טאמער די מדינה געט א קרום מיט די נאז ארגאניזירט מען מאסן דעמאנעסטראציעס] ריזיגע חסידישע הויפן וואס זענען כמעט אפגעמעקט געווארן האבן ווידער אויפגעבליהט אין ארץ ישראל, איינער וואס זוכט צו פארגלייכן די אידיש לעבן אין ארץ ישראל צו סיי וועלכע אנדער פלאץ אין חוץ לארץ איז אומוויסנד אדער אראגאנט.
יא מיר אידן האבן א אנטוויקלטע זעלבסט-הומאר און עס איז לעגיטים צו כאפן א לאך אויף פארשידענע סורעאליסטישע און קאמישע ערשיינונגען וואס די מדינה האט געברענגט מיט זיך אבער פון דא ביז דערקלערן אז די מדינה "איז א געלעכטער און א שפאט" איז פאלג מיר א גאנג, און איינער וואס זאגט אזוי איז אדער נאריש, אדער אונגעפרעסן מיט א בלינדע שנאה.

איך וויל מיך בעיקר באציען צו וואס דו שרייבסט אז דו מדינה איז אויסגעוואקסען א ״אימפעריע״ בגשמיות וברוחניות.
בגשמיות איז נישט אינטירעסאנט אריינצוגיין, ווייל ס׳איז נישט מעלה ומוריד צו ס׳איז יא מצליח צי נישט, אויב עפ״י תורה איז עס נישט אויסגעהאלטן. נאר איין קליינע הערה: שרייבסט אז אפי׳ דו גרעסטע קעגנער פון דו מדינה זאגן נישט אז ס׳איז א ליצנות. מאידך גיסא, אפילו דו גרעסטע פריינט פון דו מדינה זאגן אז ס׳איז היינט גרויסע צרות, און אז דו מדינה שטייט אין א מצב וואס זי איז נאך קיינמאל נישט געשטאנען! -להערה בעלמא, יעצט צום עיקר ענין.
דו שרייבסט:

און אט איז אויפגעשטאנען א אידיש לאנד ווי מיליאנען אידן זענען שטאלצע אידן...

שטאלצע? יא!...יודן? נעבעך, מזרע ישראל, תינוקות שנשבי(אפשר), וכו׳... וואס קען מען דען פארלאנגען, מ׳האט זיי דאך נישט מחנך געווען צו קיין שמע ישראל... אפשר האט דער אייבערשטער א נחת רוח פון זיי אויך...

דאס זענען דו שטאלצע אידן!!....

דאס רוב פון דו מדינה זענען רעליגיעז....עכ״פ למחצה לשליש ולרביע...

איך ווייס נאך נישט פונקטליך וואס מיינט ביי דיר ״רעליגיעז״, אפשר אז מ׳גייט צו דו בחירות און מ׳פאלגט דו ״חוב קדוש״ ....
לפי המציאות איז נישטא קיין דריטל פון די מדינה וואס זענען שומרי תורה ומצות, און אפילו ווייניגער פון דעם.

האט די ציוניסטישע באוועגונג געברענגט א שטאלץ אפילו ביי פרייע אידן....

אודאי א שטאלץ, אבער צו וואס?! צו לעבן א פרייע לעבן אן תורה ומצות, און זיך איינרעדן אז מיטן וואוינען דארטן איז ער א איד!
צו לעבן כגריעים שבאומות, און זיך איינרעדן אז א יוד הייסט ווער ס׳גהערט צו אט דו מדינה!
צו פיינט האבן יעדן ערליכן יוד עד להמית, און זיך איינרעדן אז ער איז פונקט אזא יוד, נאר ער האט גראדע נישט דעם ״מינדערוויכטיגען״ טיטל ״חרידי״!

השם ירחם אויף אזא ״אויפבלי״ וואס ״יודישקייט״ האט געהאט!!

און לאמיר טאקע זעהן דו גאנצע בילד, וויאזוי ציונות האט געראטעוועט יודישקייט!
אנגעהויבן ביי דו קיבוצים, ווייטער ביי דו מיליטער, דא פרשת ילדי תימן, דא ילדי טעהראהן, ילדי מאראקאו, יוסל׳ע שוכמאכער,
אריבער צו גזירות על הדת פון דו מדינה וואס ראטעוועט יודישקייט: גיוס נשים, חיטוטי שכבי, ניתוחי מיתים, תכנית הליבה, גיוס בני ישובות,
אינטירעסאנט דו מדינה האט פארגעסן איר תפקיד? צו ראטעווען אידישקייט!

איך אויך » זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:00 pm

· #218363
קענסט אלע דיינע שטותים אריינפיטן אין איין שורה'לע '' אויף וואס איך האב נישט וואס צו ענטפערן איז נישט אינטרעסאנט אריינצוגיין''.

ישראל קאפקע » זונטאג אוגוסט 24, 2014 8:26 pm

· #218394
איך אויך
קענסט אלע דיינע שטותים אריינפיטן אין איין שורה'לע '' אויף וואס איך האב נישט וואס צו ענטפערן איז נישט אינטרעסאנט אריינצוגיין''.

פארפאלן @איך אויך, יו פרעקטיס ווהאט יו פריטש!
אבער וואס מאכט @קדש הילולים'ס ווערטער שטותים?

I'm back » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 9:37 am

· #218460
ישראל קאפקע
איך אויך
קענסט אלע דיינע שטותים אריינפיטן אין איין שורה'לע '' אויף וואס איך האב נישט וואס צו ענטפערן איז נישט אינטרעסאנט אריינצוגיין''.

פארפאלן @איך אויך, יו פרעקטיס ווהאט יו פריטש!
אבער וואס מאכט @קדש הילולים'ס ווערטער שטותים?

אז אן אראבער נעמט זיך אן פאר עם.

ישראל קאפקע » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 9:55 am

· #218464
I'm back
ישראל קאפקע
איך אויך
קענסט אלע דיינע שטותים אריינפיטן אין איין שורה'לע '' אויף וואס איך האב נישט וואס צו ענטפערן איז נישט אינטרעסאנט אריינצוגיין''.

פארפאלן @איך אויך, יו פרעקטיס ווהאט יו פריטש!
אבער וואס מאכט @קדש הילולים'ס ווערטער שטותים?

אז אן אראבער נעמט זיך אן פאר עם.

כ'האב געפרעגט פון @איך אויך פארוואס ער האלט אז @קדש הילולים'ס ווערטער זענען שטותים,
כ'האב נישט געבעטן דיר @I'm back צו ווייזן אז דו קענסט אויך! (מיר זעען אז דו קענסט! אין אכט ווערטער!!)

I'm back » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 9:56 am

· #218465
ביי אונז אידן, פירט מען זיך ארויסצוהעלפן איינער די אנדערע.

ישראל קאפקע » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 10:08 am

· #218466
I'm back
ביי אונז אידן, פירט מען זיך ארויסצוהעלפן איינער די אנדערע.

נאכן קוקן אייערע לעצטערע הודעות האב איך א פארדאכט אז דו ביסט א קרוב מיט@איך אויך (בבחינת 'קרוב אצל עצמו')
פארוואס ביזטו אזוי אבסעסט מיט מיר? דו האסט אזא האבי אריינצואווארפן נאך יעדע תגובה מיינע אז איך בין אן אראבער,

I'm back » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 10:10 am

· #218467
אונז זענען ביידע אידן.

ישראל קאפקע » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 10:13 am

· #218468
לאמיר דיר פרעגן א פראגע @I'm back
דו האלסט ערנסט אז אויב מען איז נישט קיין ציוניסט קען מען נישט זיין קיין איד? ביטע ענטפער יא אדער ניין.

I'm back » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 10:13 am

· #218469
ישראל קאפקע
לאמיר דיר פרעגן א פראגע @I'm back
דו האלסט ערנסט אז אויב מען איז נישט קיין ציוניסט קען מען נישט זיין קיין איד? ביטע ענטפער יא אדער ניין.

אודאי קען מען

ישראל קאפקע » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 10:16 am

· #218470
I'm back
ישראל קאפקע
לאמיר דיר פרעגן א פראגע @I'm back
דו האלסט ערנסט אז אויב מען איז נישט קיין ציוניסט קען מען נישט זיין קיין איד? ביטע ענטפער יא אדער ניין.

אודאי קען מען

טא, פארוואס ביזטו איבערגעצייגט אז איך בין אן אראבער?

I'm back » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 10:21 am

· #218471
אזוי זעט עס מיר אויס.

ישראל קאפקע » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 10:24 am

· #218472
I'm back
אזוי זעט עס מיר אויס.

נו, וויאזוי קען איך דיר איבערגעצייגן אז דו ביזט זיך טועה?

איש עברי » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 10:27 am

· #218473
איך גיי פאר קאפקע, די נאמען אליין זאגט שוין אלעס, עפעס א מין שילוב פון א אויפגעקלערט יונגל וואס שמו של פראנץ קאפקא שגור על לשונו, און מאידן גיסא איז ער אדוק בלב ונפש אין רבינו יואל ורבינו מנשה, נעמט אן די ויואל משה כניתנה מסיני, און וועט אריינגיין בפירצות דחוקות צו פארענטפערן יעדע זאך וואס שטימט נישט מיט זיין שיטה.
ווי אסאך אויפגעקלערטע סאטמארע וואס שפורן זיך אומבאקוועם מיט א אומפראקטישע און אומרעאליסטישע שיטה, פרובירט ער אויך צו אריינוויקלן די הייליגע שיטה און א מסודר'דיגע פאליטישע אגענדע, און דאס מאכט אים עפעס א בן ברית מיט נועם כומסקי וכת דיליה, און ער גייט אין פייער צו פארטיידיגן יעדע זינלאזע אגיטאציע קעגן דאס אידיש לאנד.
געווענליך האב איך נישט ליב זיך מתייחס זיין צו די ניק'ס נאר לגופו של ענין, אבער לגבי קאפקע האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן ווייל עס איז מער ווי דער מענטש וואס שטייט אונטער די ניק, עס איז א ביישפיל פון א ברייטע ערשיינונג ווי סאטמאריסטן ווערן פארוואנדלט אין עקסטערם לינקע אידעאליסטן כדי צו דעקן די גירסא דינקותא.

I'm back » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 10:28 am

· #218474
דורך נישט שפילן מיט מענטשן'ס געפילן, ווען אידן לעבן אונטער טעראר.

ישראל קאפקע » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 11:45 am

· #218486
אמעריקאנע אידען בראשות ר''א מ'סאטמאר געבן אריין א מאושען
איש עברי
איך גיי פאר קאפקע, די נאמען אליין זאגט שוין אלעס, עפעס א מין שילוב פון א אויפגעקלערט יונגל וואס שמו של פראנץ קאפקא שגור על לשונו, און מאידן גיסא איז ער אדוק בלב ונפש אין רבינו יואל ורבינו מנשה, נעמט אן די ויואל משה כניתנה מסיני, און וועט אריינגיין בפירצות דחוקות צו פארענטפערן יעדע זאך וואס שטימט נישט מיט זיין שיטה.
ווי אסאך אויפגעקלערטע סאטמארע וואס שפורן זיך אומבאקוועם מיט א אומפראקטישע און אומרעאליסטישע שיטה, פרובירט ער אויך צו אריינוויקלן די הייליגע שיטה און א מסודר'דיגע פאליטישע אגענדע, און דאס מאכט אים עפעס א בן ברית מיט נועם כומסקי וכת דיליה, און ער גייט אין פייער צו פארטיידיגן יעדע זינלאזע אגיטאציע קעגן דאס אידיש לאנד.
געווענליך האב איך נישט ליב זיך מתייחס זיין צו די ניק'ס נאר לגופו של ענין, אבער לגבי קאפקע האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן ווייל עס איז מער ווי דער מענטש וואס שטייט אונטער די ניק, עס איז א ביישפיל פון א ברייטע ערשיינונג ווי סאטמאריסטן ווערן פארוואנדלט אין עקסטערם לינקע אידעאליסטן כדי צו דעקן די גירסא דינקותא.

שיינע אפשאצונג @איש עברי,
די איינציגסטע פראבלעם איז, אז איך בין 'נישט' קיין סאטמארער חסיד, נישט אויפגעצויגן געווארן, נישט היינט,
ווען איך בין געווען אינגער האב איך אפילו געהאט אנטוויקלט א גאנצע דאקטארינע קעגן די סאטמארע שיטה, און קעגן סאטמאר רב פערזענליך,
וואס האט מיר געמאכט אן אנטי ציוניסט איז געווען ווען איך האב געזען א מאפע פון די מתנחלישע ישובים אין עזה, בשעת די טעגליכע המודיע, , דער יתד נאמן, און דער משפחה מאגאזין (וואס מיר פלעגן באקומען טעגליך/וועכנטליך) זענען געווען היסטעריש פאר חדשים איבער די 'disengagement' כאילו סאיז א צווייטע חורבן הבית און חורבן אייראפע צוזאמגעמישט, ווען איך האב געזען א קאלירטע צוויי זייטן מאפע (די מיטלסטע פעידזש) אין די המודיע, וויאזוי אכט טויזנט מתנחלים (קנאפע צוויי-דריי טויזנט פאמיליעס) וואוינען אין עזה מיט א פאלעסטינער באפעלקערונג פון ווייניגסטנס א מיליאן און א פערטל (דאן) פאלעסטינער,
די פיצעלע לאנד פאס נעבן וואסער מיט 1.2-1.3 מיליאן איינוואוינער ווייניגער ווי 0.8% אידן, און די אלע שטחים וואס זיי (די 0.8%) קאנטראלירן, די אלע ראודס און וועגן וואס איז אויסשליסליך פאר זיי, וואס שטערט די איבריגע איינוואוינער פון פרייע נעוויגאציע, איך בין ממש געווען געפלעפט! נישט ווייל סהאט מיר געשטערט די אומבאקוועמליכקייט פון די פאלעסטינער, איך האב נאך נישט געהאט קיין שום מיטגעפיל אדער מיטלייד מיט זיי דעמאלט, איך האב פשוט נישט געקענט פארשטיין און באנעמען די 'סעלף פיטי' היפאקריטיע און ענד-פון-וועלט דעמאגאגיע פון די פרא מתנחלישע פרעסע, דאס האט מיר ממש שאקירט און צוביסלעך אויפגעוועקט צום פאקט אז ציוניזם איז א פארקרומטע פארדרייטע און קראנקע אידיעלאגיע,
דערנאך איז געקומען די רעאליזאציע אז פארן קריג האבן רוב רובם פון די חסידישע און ליטווישע רבנים און גדולים זיך מתנגד געווען צום ציוניזם, אנדערע קענען לעבן מיט אזא אינקאנסיסטענסי, זיי האבן נישט געוואוסט, סאיז געווען פאר די מדינה האט עקזיסטירט וכו', אדער קוק! ס'איז דא א בריוו פון דעם אדער יענעם וואס מען קען אויסטייטשן אז ער איז נישט בעצם געווען קעגן א מדינה per se,
איך קען נישט פארנעמען אזא דיסקרעפענסי, מיר איז פיל פשוטער איינצוזעצן אז 'נאך' די מלחמה, ווען עס האט געהערשט א צומישעניש און דערנידערונג האבן די מאסן זיך אויפגעכאפט אויף די דבר המר והנמר, דאס מאכט עס נאכנישט ריכטיג אדער אננעמבאר פאר מיר,

סאיז א פעלשונג אין די narrative פון חרדים, פון אנטי צו פרא,
סאיז א פעלשונג אין די narrative פון די אידישע קהילות אין די אראבישע וועלט, (א נישקשהדיגע גלות vs די ישמעאלים די עמלקים, וואס האבן פוןאייביג אן געוואלט הרגנען יעדע איד, אונזערע אייביגע בלוט-שונאים)
סאיז א פעלשונג אין די narrative פון ציוניסטן אלס קרבנות vs די אגרעסארס,

איש עברי » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 11:56 am

· #218487
עס איז כמעט נישט געווען קיין גדולים וואס זענען געווען קעגן די געדאנק פון א אייגענע שטאט כשלעצמו, זיי האט געשטערט דאס אז עס וועט געפירט ווערן דורך די נישט פרומע אידן.
די הומאניטארישע טענה וואס דו ברענגסט אויף איז געקוקט זייער איינזייטיג און אויף א קליינע חלק פון די בילד, דאס איז די טיפיקעל צוגאנג פון די היינטיגע נעא-ליבעראלן און אזויגערופענע מענטשן רעכט אקטיוויסטן, מען נעמט א בילד אדער א געוויסע פאקט און מיט דעם טרומפיטטערט מען אן נעמען אין חשבון די גאנצע בילד, די התנחלות אין עזה האבן א ברייטערע קאנטעקסט ווי א מאפע אין די המודיע, לויט די מתנחלים איז דאס געווען א קריטישע חלק אין א סטראטעגיע פון הערשן אויף די גאזא שטרייף, און אויב די ווילסט קענסטו זיך דינגן אויף די עצם פאקט וואס די מדינה האלט אקופירט די אראבער, אבער דאס האט נישט קיין שייכות צום עצם געדאנק פון א זעלבסשטענדיגע לאנד.
ועוד חזון למועד

ישראל קאפקע » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:04 pm

· #218489

שטאט מיינסטו שטאאט, איא?
סאו וואס איז געווען די אכצן הונדערט יאר פארדעם? פשוט פון א היסטארישן שטאנדפונקט, די שטאאט האט זיך פשוט נישט איינגעגעבן ביז דאן?

לגבי עזה, סאיז נישט די באזיס פון מיין אנטי ציוניזם, סאיז ענדערש די פאסירונג וואס האט געעפנט מיין אויגן צו א ענין איבער וואס איך בין געווען גענצליך אומבאקאנט/אומאינטערעסירט (clueless),

איש עברי » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:06 pm

· #218490
יא עס איז ביז דאן נישט געווען די צוגעפאסטע אומשטענדען פאר א אייגענע שטאט, און עס איז נישט געווען קיין באוועגונג אויף דעם ריכטונג, אידן האבן מער געארבעט אויף זיך איינצוגלידערן אין אייראפע.

קדש הילולים » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:16 pm

· #218493
פאלט דיר נישט ביי אז ס׳איז נישט פערצופאל ?! מען האט טאקע אייביג נאר געארבעט זיך צו איינגלידירען אין גלות און נישט ח״ו מורד זיין בגזירות הגלות.

איש עברי » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:20 pm

· #218495
מקבל זיין גזירת הגלות איז א פרישע המצאה פון יארע תשט"ו בערך, אידן האבן אלעמאל געהאסט די גלות, געזוכט צו פארבעסערן זייערע אומשטענדן, זיך נוקם געווען אין די גויים ווען מעגליך, און פיינט געהאט דאס גלות בתכלית השנאה.

איש עברי » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:21 pm

· #218496
ווען נאפוליון האט געקלערט פון געבן אויטאנאמיע פאר אידן איבער ארץ ישראל האבן אלע אידן אריינגערעכנט די גדולים געשטרעבט אז דאס זאל פאסירן

יאיר » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:23 pm

· #218497
איש עברי
עס איז כמעט נישט געווען קיין גדולים וואס זענען געווען קעגן די געדאנק פון א אייגענע שטאט כשלעצמו, זיי האט געשטערט דאס אז עס וועט געפירט ווערן דורך די נישט פרומע אידן.
ועוד חזון למועד

לויט ווי איך געדענק האבן רוב חרדי'שע גדולים אינגאנצן נישט צוגעשטימט מיט די געדאנק פון א אייגענע מדינה. עס זענען געווען די געציילטע וואס זענען יא מיטגעשטאנען מיט מזרחי, ווי הרב קוק און הרב גלאזנער, אבער די טאטעס פון היינטיגן חרדיזם האבן נישט צוגעשטימט דערצו. דאס איז נישט קיין קריטיק אויף די מדינה, פארקערט, ס'איז א קריטיק אויף די חרדי'שע גדולים. ווען זיי וואלטן געהייסן זייערע קהילה אידן ארויפגיין קייין ארץ ישראל און אויפבויען דאס לאנד וואלט היטלער געהאט ווייניגער אידן אויסצו'הרג'ען, און די מדינה וואלט געווען מער רעליגיעז געשטימט (אויב עס איז נאכנישט גענוג רעליגיעז). סוף כל סוף האט די אגודה סייווי געמוזט מיטטאנצן מיט די רעאליטעט פון די מדינה. נאר ווי שטענדיג, דערמאנען זיך די חרדים אין די לעצטע מינוט אז אלע שרעקליכע פירצות זענען גארנישט אזוי געפערליך ווי מען מאכט עס, מען קען עס אפילו נוצן לטובה.

ישראל קאפקע » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:24 pm

· #218498
איש עברי
יא עס איז ביז דאן נישט געווען די צוגעפאסטע אומשטענדען פאר א אייגענע שטאט, און עס איז נישט געווען קיין באוועגונג אויף דעם ריכטונג, אידן האבן מער געארבעט אויף זיך איינצוגלידערן אין אייראפע.

So it was a purely logistical geopolitical matter?
Narrative factor in? גלות-גאולה, משיח, How does our

יאיר » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:26 pm

· #218499
ישראל קאפקע
איש עברי
יא עס איז ביז דאן נישט געווען די צוגעפאסטע אומשטענדען פאר א אייגענע שטאט, און עס איז נישט געווען קיין באוועגונג אויף דעם ריכטונג, אידן האבן מער געארבעט אויף זיך איינצוגלידערן אין אייראפע.

Narrative factor in? גלות-גאולה, משיח, How does our

ווי אזוי נישט? דאס מיינט דאך גאולה, משיח וועט קומען און מלחמה האלטן צוריקצונעמען דאס לאנד ווען דער מצב און די אומשטענדן וועלן ערמעגליכן. אז קיין איין חרדי האט נישט געוואלט זיין משיח איז דער עול געפאלן אויף דעם פרייען בן גוריון.

איך אויך » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:28 pm

· #218501
עס פליט דא אהין און צוריק אבער דור הפלגה סטייל.

ישראל קאפקע » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:30 pm

· #218502
ישראל קאפקע
איש עברי
איך גיי פאר קאפקע, די נאמען אליין זאגט שוין אלעס, עפעס א מין שילוב פון א אויפגעקלערט יונגל וואס שמו של פראנץ קאפקא שגור על לשונו, און מאידן גיסא איז ער אדוק בלב ונפש אין רבינו יואל ורבינו מנשה, נעמט אן די ויואל משה כניתנה מסיני, און וועט אריינגיין בפירצות דחוקות צו פארענטפערן יעדע זאך וואס שטימט נישט מיט זיין שיטה.
ווי אסאך אויפגעקלערטע סאטמארע וואס שפורן זיך אומבאקוועם מיט א אומפראקטישע און אומרעאליסטישע שיטה, פרובירט ער אויך צו אריינוויקלן די הייליגע שיטה און א מסודר'דיגע פאליטישע אגענדע, און דאס מאכט אים עפעס א בן ברית מיט נועם כומסקי וכת דיליה, און ער גייט אין פייער צו פארטיידיגן יעדע זינלאזע אגיטאציע קעגן דאס אידיש לאנד.
געווענליך האב איך נישט ליב זיך מתייחס זיין צו די ניק'ס נאר לגופו של ענין, אבער לגבי קאפקע האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן ווייל עס איז מער ווי דער מענטש וואס שטייט אונטער די ניק, עס איז א ביישפיל פון א ברייטע ערשיינונג ווי סאטמאריסטן ווערן פארוואנדלט אין עקסטערם לינקע אידעאליסטן כדי צו דעקן די גירסא דינקותא.

שיינע אפשאצונג @איש עברי,
די איינציגסטע פראבלעם איז, אז איך בין 'נישט' קיין סאטמארער חסיד, נישט אויפגעצויגן געווארן, נישט היינט,
ווען איך בין געווען אינגער האב איך אפילו געהאט אנטוויקלט א גאנצע דאקטארינע קעגן די סאטמארע שיטה, און קעגן סאטמאר רב פערזענליך,
וואס האט מיר געמאכט אן אנטי ציוניסט איז געווען ווען איך האב געזען א מאפע פון די מתנחלישע ישובים אין עזה, בשעת די טעגליכע המודיע, , דער יתד נאמן, און דער משפחה מאגאזין (וואס מיר פלעגן באקומען טעגליך/וועכנטליך) זענען געווען היסטעריש פאר חדשים איבער די 'disengagement' כאילו סאיז א צווייטע חורבן הבית און חורבן אייראפע צוזאמגעמישט, ווען איך האב געזען א קאלירטע צוויי זייטן מאפע (די מיטלסטע פעידזש) אין די המודיע, וויאזוי אכט טויזנט מתנחלים (קנאפע צוויי-דריי טויזנט פאמיליעס) וואוינען אין עזה מיט א פאלעסטינער באפעלקערונג פון ווייניגסטנס א מיליאן און א פערטל (דאן) פאלעסטינער,
די פיצעלע לאנד פאס נעבן וואסער מיט 1.2-1.3 מיליאן איינוואוינער ווייניגער ווי 0.8% אידן, און די אלע שטחים וואס זיי (די 0.8%) קאנטראלירן, די אלע ראודס און וועגן וואס איז אויסשליסליך פאר זיי, וואס שטערט די איבריגע איינוואוינער פון פרייע נעוויגאציע, איך בין ממש געווען געפלעפט! נישט ווייל סהאט מיר געשטערט די אומבאקוועמליכקייט פון די פאלעסטינער, איך האב נאך נישט געהאט קיין שום מיטגעפיל אדער מיטלייד מיט זיי דעמאלט, איך האב פשוט נישט געקענט פארשטיין און באנעמען די 'סעלף פיטי' היפאקריטיע און ענד-פון-וועלט דעמאגאגיע פון די פרא מתנחלישע פרעסע, דאס האט מיר ממש שאקירט און צוביסלעך אויפגעוועקט צום פאקט אז ציוניזם איז א פארקרומטע פארדרייטע און קראנקע אידיעלאגיע,
דערנאך איז געקומען די רעאליזאציע אז פארן קריג האבן רוב רובם פון די חסידישע און ליטווישע רבנים און גדולים זיך מתנגד געווען צום ציוניזם, אנדערע קענען לעבן מיט אזא אינקאנסיסטענסי, זיי האבן נישט געוואוסט, סאיז געווען פאר די מדינה האט עקזיסטירט וכו', אדער קוק! ס'איז דא א בריוו פון דעם אדער יענעם וואס מען קען אויסטייטשן אז ער איז נישט בעצם געווען קעגן א מדינה per se,
איך קען נישט פארנעמען אזא דיסקרעפענסי, מיר איז פיל פשוטער איינצוזעצן אז 'נאך' די מלחמה, ווען עס האט געהערשט א צומישעניש און דערנידערונג האבן די מאסן זיך אויפגעכאפט אויף די דבר המר והנמר, דאס מאכט עס נאכנישט ריכטיג אדער אננעמבאר פאר מיר,

סאיז א פעלשונג אין די narrative פון חרדים, פון אנטי צו פרא,
סאיז א פעלשונג אין די narrative פון די אידישע קהילות אין די אראבישע וועלט, (א נישקשהדיגע גלות vs די ישמעאלים די עמלקים, וואס האבן פוןאייביג אן געוואלט הרגנען יעדע איד, אונזערע אייביגע בלוט-שונאים)
סאיז א פעלשונג אין די narrative פון ציוניסטן אלס קרבנות vs די אגרעסארס,

אה! איך האב פארגעסן די וויכטיגסטע (איך האב נישט געוואוסט אז סגייט אזוי ווייט)
סאיז א פעלשונג אין די narrative פון גלות-גאולה, משיח,

איש עברי » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:32 pm

· #218503
יאיר
איש עברי
עס איז כמעט נישט געווען קיין גדולים וואס זענען געווען קעגן די געדאנק פון א אייגענע שטאט כשלעצמו, זיי האט געשטערט דאס אז עס וועט געפירט ווערן דורך די נישט פרומע אידן.
ועוד חזון למועד

לויט ווי איך געדענק האבן רוב חרדי'שע גדולים אינגאנצן נישט צוגעשטימט מיט די געדאנק פון א אייגענע מדינה. עס זענען געווען די געציילטע וואס זענען יא מיטגעשטאנען מיט מזרחי, ווי הרב קוק און הרב גלאזנער, אבער די טאטעס פון היינטיגן חרדיזם האבן נישט צוגעשטימט דערצו. דאס איז נישט קיין קריטיק אויף די מדינה, פארקערט, ס'איז א קריטיק אויף די חרדי'שע גדולים. ווען זיי וואלטן געהייסן זייערע קהילה אידן ארויפגיין קייין ארץ ישראל און אויפבויען דאס לאנד וואלט היטלער געהאט ווייניגער אידן אויסצו'הרג'ען, און די מדינה וואלט געווען מער רעליגיעז געשטימט (אויב עס איז נאכנישט גענוג רעליגיעז). סוף כל סוף האט די אגודה סייווי געמוזט מיטטאנצן מיט די רעאליטעט פון די מדינה. נאר ווי שטענדיג, דערמאנען זיך די חרדים אין די לעצטע מינוט אז אלע שרעקליכע פירצות זענען גארנישט אזוי געפערליך ווי מען מאכט עס, מען קען עס אפילו נוצן לטובה.

אין אלע בריוון און דאקומענטן פון די גדולים וואס דרוקן אויס קעגנערשאפט קעגן די מדינה איז כמעט נישט דערמאנט די שלש שבועות המצאה, קיינער האט זיך נישט מתייחס געווען [דוכט זיך אז רבי אלחנן וואסערמאן דערמאנט דאס עפעס בהבלעה ערגעץ וואו]
די עיקר טענות איז געווען אויף די ציוניסטישע באוועגונג, אויף די סכנות פון טוהן אזא דראסטישע שריט, און אזוי ווייטער, שלש שבועות און "מקבל זיין גזירת גלות" זענען שפעטערדיגע המצאות.

קדש הילולים » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:33 pm

· #218504
איש עברי
מקבל זיין גזירת הגלות איז א פרישע המצאה פון יארע תשט"ו בערך, אידן האבן אלעמאל געהאסט די גלות, געזוכט צו פארבעסערן זייערע אומשטענדן, זיך נוקם געווען אין די גויים ווען מעגליך, און פיינט געהאט דאס גלות בתכלית השנאה.

אפשר קענסטו ברענגען באווייזן אויף דעם?! לפי ידיעתינו, שטייט אין דו גמ און אין אלע ספה״ק פארקערט.
אפשר רעדסטו פון אזעליכע ״יודן״ וואס זייער״יודישקייט״ באשטייט פון עפעס אנדערש ווי אונזער תורה?

יאיר » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:35 pm

· #218505
קודש, ווען א גוי בארויבט דיר שאקלסטו אויך מיט'ן קאפ און דו זאגסט גזירת הגלות אדער דו רופסט שומרים אים צו אנברעכן די ביינער? ווען דער פאליציאנט שפריצסט מעיס אויף א יונגערמאן זאגסטו אויך גזירת הגלות אדער דו ברויזט און שטורעמסט אויף די בארבארישע פאליציאנטן?

ישראל קאפקע » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:37 pm

· #218506
יאיר
קודש, ווען א גוי בארויבט דיר שאקלסטו אויך מיט'ן קאפ און דו זאגסט גזירת הגלות אדער דו רופסט שומרים אים צו אנברעכן די ביינער? ווען דער פאליציאנט שפריצסט מעיס אויף א יונגערמאן זאגסטו אויך גזירת הגלות אדער דו ברויזט און שטורעמסט אויף די בארבארישע פאליציאנטן?

ומשם ראיה? אז גלות איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן?

ווייט פיש » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:38 pm

· #218507
קדש הילולים
איש עברי
מקבל זיין גזירת הגלות איז א פרישע המצאה פון יארע תשט"ו בערך, אידן האבן אלעמאל געהאסט די גלות, געזוכט צו פארבעסערן זייערע אומשטענדן, זיך נוקם געווען אין די גויים ווען מעגליך, און פיינט געהאט דאס גלות בתכלית השנאה.

אפשר קענסטו ברענגען באווייזן אויף דעם?! לפי ידיעתינו, שטייט אין דו גמ און אין אלע ספה״ק פארקערט.
אפשר רעדסטו פון אזעליכע ״יודן״ וואס זייער״יודישקייט״ באשטייט פון עפעס אנדערש ווי אונזער תורה?

די פרעגסט צו אפשר רעדט ער פון אזעלכע איזראעליס? עס איז דען א ספק, ביי טייל א.ג. ''אידן'' איז יעדער אשר בשם איזראעלי מכונה אן אוטענטישער ממשיך פינעם אידישען מסורה ומנה לא תזועו

איש עברי » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:42 pm

· #218508
איך קען נישט "אלע ספה"ק" אבער וויפיל איך קען האב איך נישט געטראפן רעדן וועגן אזאנע זאכן ווי מקבל זיין גלות באהבה, אין די גמרא פון די שלש שבועות האט אסאך גמרות פארקערט, מקען זיך א עצה געבן מיט אגדתא גמרות, דוכט זיך אז אין וויליאמסבורג גייען די נשים נישט ארויס טאנצן אין די גאסן ט"ו באב כאטש אין גמרא שטייט אזוי, און אזוי אויך איז נישט יעדער מקפיד צו האבן א בית כסא סמוך לשולחנו.

קדש הילולים » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:43 pm

· #218509
יאיר
קודש, ווען א גוי בארויבט דיר שאקלסטו אויך מיט'ן קאפ און דו זאגסט גזירת הגלות אדער דו רופסט שומרים אים צו אנברעכן די ביינער? ווען דער פאליציאנט שפריצסט מעיס אויף א יונגערמאן זאגסטו אויך גזירת הגלות אדער דו ברויזט און שטורעמסט אויף די בארבארישע פאליציאנטן?

ווען דו רעגירוגג ערלויבט עס ווען, איז עס א גרויסער פראבלעם. און דו איינצוגסטע עצה עפ״י תורה איז ״לברוח ולהנצל״.
אבער אז דו רעגירינג גיבט מיך מיינע רעכטן, מעג איך מיך פארטיידיגן- טאקע דורוך זייער רעגירינג.

איש עברי » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:45 pm

· #218510
גלות איז א גזירה נוראה מן השמים פונקט ווי אלע גזירות, אין מען דארף טוהן אלעס פטור צו ווערן פון די גזירה, פונקט ווי קיינער איז נישט מקבל די גזירה פון יענע מחלה באהבה נאר מען קעמפט מיט אלע מיטלן אפצושלאגן די גזירה.

ישראל קאפקע » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:47 pm

· #218511
איש עברי
איך קען נישט "אלע ספה"ק" אבער וויפיל איך קען האב איך נישט געטראפן רעדן וועגן אזאנע זאכן ווי מקבל זיין גלות באהבה, אין די גמרא פון די שלש שבועות האט אסאך גמרות פארקערט, מקען זיך א עצה געבן מיט אגדתא גמרות, דוכט זיך אז אין וויליאמסבורג גייען די נשים נישט ארויס טאנצן אין די גאסן ט"ו באב כאטש אין גמרא שטייט אזוי, און אזוי אויך איז נישט יעדער מקפיד צו האבן א בית כסא סמוך לשולחנו.

סמוך לשלחנו? יא! דו קענסט איינער וואס האט נישט?
(איינער וואס האט א ברעקל סכל ווייסט וואס 'סמוך' לשלחנו בזמן הגמרא מיינט)
דארפסט דאך נישט נוצן א גאר נארישע ראיה!

קדש הילולים » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:50 pm

· #218513
איש עברי
איך קען נישט "אלע ספה"ק" אבער וויפיל איך קען האב איך נישט געטראפן רעדן וועגן אזאנע זאכן ווי מקבל זיין גלות באהבה, אין די גמרא פון די שלש שבועות האט אסאך גמרות פארקערט, מקען זיך א עצה געבן מיט אגדתא גמרות, דוכט זיך אז אין וויליאמסבורג גייען די נשים נישט ארויס טאנצן אין די גאסן ט"ו באב כאטש אין גמרא שטייט אזוי, און אזוי אויך איז נישט יעדער מקפיד צו האבן א בית כסא סמוך לשולחנו.

נו אז ביי דיר איז א הגדתא גמ׳ גארניש, און דו קענסט זאגן פאקטן וואס זענען נישט געשטויגן, אז מען האט אייביג געזוכט בועט צו זיין בגזירת הגלות, און אט דו פאקט וואס דו האסט נישט קיין שום ראי׳ אויף דעם , איז ביי דיך שטערקער פון א גמ׳ מפורשת, האב איך טאקע נישט וואס מיט דיר צו שטיין אין ווארט.

גאנצל » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:54 pm

· #218514
איש עברי
ווען נאפוליון האט געקלערט פון געבן אויטאנאמיע פאר אידן איבער ארץ ישראל האבן אלע אידן אריינגערעכנט די גדולים געשטרעבט אז דאס זאל פאסירן

נו וודאי אונטער נאפאיאנס הערשאפט וואס איז דען די פראבלעים ?

דו פראבלעים איז צו נעמען א אייגענע גאולה אין די אייגענע הענט אן ווארטן אויף גאטס באפרייונג דורך אליהו

אפי' בזמן שהיו ישראל שרוים על אדמתן האט מען גארנישט געקענט טון ווי גיין אין מלחמה אן רשות פון אורים ותומים די קעניג האט נישט געהאט קיין אייגענע דעה ער האט אלעס אנגעפרעגט ביי די נביאים ביי די אורים ותומים

אידן סיי אין גלות און סיי אן א גלות האבן אלעמאל א באשעפער וואס פירט יעדע טריט און שריט מ'קען גארנישט טון אליינס און דעטס איט

איש עברי » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:55 pm

· #218515
אגדתא גמרא איז זייער חשוב אבער עס איז קלאר אז מען קען נישט אויף דעם בויען דאס גאנצע אידישקייט, אינטרעסאנט אז אין שולחן ערוך זעהט עפעס נישט אויס אז מען דארף זיך מכניע זיין פאר די גוים, אט איז אביסל וואס שטייט אין שו"ע סימן שכ"ט אין הלכות שבת, מען רעדט דארט פון נעבעכדיגע גנבים וואס קומען גנב'נען שטרוי, אין אידן וואס האבן געווער, עס קלונגט עפעס זייער "נישט היימיש"
סעיף ו: עכו"ם שצרו על עיירות ישראל אם באו על עסקי ממון אין מחללין עליהם את השבת באו על עסקי נפשות ואפילו סתם יוצאים עליהם בכלי זיין ומחללין עליהם את השבת ובעיר הסמוכה לספר אפילו לא באו אלא על עסקי תבן וקש מחללין עליהם את השבת:
הגה: ואפילו לא באו עדיין אלא רוצים לבוא (אור זרוע)
סעיף ז: יש מי שאומר שבזמן הזה אפילו באו על עסקי ממון מחללין שאם לא יניחנו ישראל לשלול ולבוז ממונו יהרגנו והוי עסקי נפשות (ומכל מקום הכל לפי הענין) (פסקי מהרא"י סימן ק"נ)
סעיף ח: הרואה ספינה שיש בה ישראל המטורפת בים וכן נהר שוטף וכן יחיד הנרדף בפני עכו"ם מצוה על כל אדם לחלל עליהם שבת כדי להצילם. (ועיין לעיל סוף סימן ש"ז מי שרוצים לאנסו אם מחללין עליו שבת) סעיף ט: כל היוצאים להציל חוזרים בכלי זיינם למקומם:

קדש הילולים » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:58 pm

· #218516
איש עברי
גלות איז א גזירה נוראה מן השמים פונקט ווי אלע גזירות, אין מען דארף טוהן אלעס פטור צו ווערן פון די גזירה, פונקט ווי קיינער איז נישט מקבל די גזירה פון יענע מחלה באהבה נאר מען קעמפט מיט אלע מיטלן אפצושלאגן די גזירה.

פונקט נישט א גוטע משל!
ביי רפואה פרעגן דאך שוין דו ספרים וויאזוי מ׳מעג טוהן אנדערש ווי ס׳איז דו רצון ה׳. און זיי ענטפערן אז ווען נישט וואס דו תורה זאגט״ורפא ירפא״ וואלט מען טאקע נישט ג׳מעגט! כ״ש וק״ו ווי ס׳שטייט קלאר ארויס אין דו גמ׳ אז מען טאהר נישט טון קיין שום פעולות, טאר מען נישט.

איך אויך » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 1:01 pm

· #218519
אישל היקר דו קענסט אוודאי דעם ווארט פון זיך נישט טענה'ן מיט א שוטה ווייל ער וועט דיך אראפנידערן צו זיין לעוול און דארט וועט ער דיר באזיגן. אט ווערט דאס באשיינפערליך פארווירקליכט דא פאר אונז לייוו!

און יעצט גיי טענה דיך ארום מיט די חברה פונקליך ווי ווייט די ביהכ''ס הייסט סמוך לשולחנו.. כאילו דאס איז געווען דיין עיקר פוינט.

קדש הילולים » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 1:11 pm

· #218521
איש עברי
אגדתא גמרא איז זייער חשוב אבער עס איז קלאר אז מען קען נישט אויף דעם בויען דאס גאנצע אידישקייט, אינטרעסאנט אז אין שולחן ערוך זעהט עפעס נישט אויס אז מען דארף זיך מכניע זיין פאר די גוים, אט איז אביסל וואס שטייט אין שו"ע סימן שכ"ט אין הלכות שבת, מען רעדט דארט פון נעבעכדיגע גנבים וואס קומען גנב'נען שטרוי, אין אידן וואס האבן געווער, עס קלונגט עפעס זייער "נישט היימיש"
סעיף ו: עכו"ם שצרו על עיירות ישראל אם באו על עסקי ממון אין מחללין עליהם את השבת באו על עסקי נפשות ואפילו סתם יוצאים עליהם בכלי זיין ומחללין עליהם את השבת ובעיר הסמוכה לספר אפילו לא באו אלא על עסקי תבן וקש מחללין עליהם את השבת:
הגה: ואפילו לא באו עדיין אלא רוצים לבוא (אור זרוע)
סעיף ז: יש מי שאומר שבזמן הזה אפילו באו על עסקי ממון מחללין שאם לא יניחנו ישראל לשלול ולבוז ממונו יהרגנו והוי עסקי נפשות (ומכל מקום הכל לפי הענין) (פסקי מהרא"י סימן ק"נ)
סעיף ח: הרואה ספינה שיש בה ישראל המטורפת בים וכן נהר שוטף וכן יחיד הנרדף בפני עכו"ם מצוה על כל אדם לחלל עליהם שבת כדי להצילם. (ועיין לעיל סוף סימן ש"ז מי שרוצים לאנסו אם מחללין עליו שבת) סעיף ט: כל היוצאים להציל חוזרים בכלי זיינם למקומם:

נו פיר אויס... איז פון דעם א ראיה מפורשת אז יודן האבן און אלע דורות געזוכט בועט צו זיין בגזירות הגלות.....
משא״כ פון דו גמ׳ איז נישט קיין ראיה בכלל אז יודן נעמען יא אן דו גזירות הגלות, ווייל ס׳איז נאר א הגדתא...

ונבנתה העיר » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:12 pm

· #218545

קינד_אן_קייט » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:54 pm

· #218554
@ישראל קאפקע,

הגם כ׳האב מיר בעבר בדרך כלל מונע געווען דא אויפ׳ן פארום אריין צו גיין מיט דיר אין א דין דברים ווייל חזקה עלי אז עמיציר וואס שטעלט זיך אהער אלץ גענצליך גענויגט צו איין זייט און פאר׳עקשנ׳ט זיך אז א פארצווייגטער ענין איז בלויז שווארץ אדער ווייס, מיט אזא איינעם איז א לאגיקער שמועס זינלאז.

בפרט, ווען ס׳האנדלט זיך מיט א שטיקל בר דעת וואס האט אבער מייסטענס הנאה פון קאמבעיקס (דוגמת ראש לימבאו ודומיהם), איז דער ויכוח נאר לשם ויכוח און ס׳איז מיר א שאד די צייט.

עכ״ז, און היות דו שטעלסט דא פאר א ריין הומאניטארישער אויסבליק וואס איז נישט דייקא באזירט אויפ׳ן שיטה, וויל איך פארט פרובירן אך הפעם.

קודם כל, אנצונעמען דיין הנחה, מיינט צו פארטייטשן אז די ישראלים (ציונים בלע״ז) זענען קאלטבלוטיגע אכזרים וואס זוכן צו באהערשן און פייניגן א כמעט שוצלאזער פאלק פון ארימע פליטים.

דער מציאות איז פארשטייט זיך ווייט נישט אזוי.

אז מען רעדט פון בריטישע קאלאנאיעליזם איז ריכטיג צו זאגן אז די מטרה איז געווען איינצונעמען די וועלט. היטלער ימ״ש און זיינ׳ס גלייכן זענען אויך געפארן אויף די ליניע און געצילט צו אקאפירן ווי מער שטחים נאר שייך. דער גרינדונג און געדאנק פון מדינת ישראל עד היום הזה איז לגמרי נישט אין דעם ריכטונג.

לאמיר זיין אויפריכטיג דא, מדינת ישראל האט קיינמאל נישט געזוכט צו בעל הבית׳עווען אויף די אראבער, זיי האבן געצילט אויפשטעלן א היימלאנד פאר אידישע קינדער און די וועלט (אפילו די היינטיגע יפי נפש היפאקריטן) האט דעמאלט קלאר מסכים געווען דערצו. די ארומיגע אראבישע שכינות׳דיגע לענדער האבן זיך יא קעגנגעשטעלט כידוע, בעיקר משום טעמי שנאה וכבוד, און דערקלערט א מלחמת חרמה וואס מדינת ישראל האט צום מזל געווינען.

נאכ׳ן קריג, איז עזה פארבליבן ביי די עגיפטער און דער מערב ברעג פאר די ירדנ׳ער. אין די זעלבע צייט, זענען פארבליבן אין מדינת ישראל הונדערטער טויזנטער אראבער וועמען מען האט נישט געטשעפעט ווילאנג זיי האבן זיך אויפגעפירט פרידליך, זיי האבן געלעבט פראנק און פריי און האבן זיך זינט געבויעט אלץ דעמאקראטישע און גלייכע בירגער, זייער מצב איז אזוי עד היום הזה און זיי ציילן זיך אין די מיליאנען (זיי זענען היינט קרוב צו צוואנציג פראצענט פונעם מדינת ישראל באפעלקערונג).

די דרויסענדיגע אראבער ווידער, סיי די פאלעסטינער און סיי די אראבישע לענדער האבן דערקלערט אן ענגילטיגער קריג אויף מדינת ישראל וואס דער ציל איז אראפ צו רוימען דאס אידיש לענד׳ל פון די מאפע לעולם ועד. אין די קומענדיגע יארן, האבן אט די שכנים זיך כסדר געפאכעט ביי די גרעניצין און די מדינה האט געמוזט קעמפן פאר איר עקזיסטענץ און וואוילזיין, אלץ רעזולטאט, האט מדינת ישראל אינעם נעקסטען קריג (1967), אויסגעברייטערט אירע גרעניצן און איינקאסירט עזה און דעם מערב ברעג.

די מדינה׳ס ציל איז קלאר נישט געווען איינצוקאסירן פרישע מיליאנען אראבישע בירגער, כל מי שיש לו מח בקדקדו פארשטייט אז דאס איז א שלעכט געשעפט מיט קאפ ווייטאג סיי פאר׳ן הווה און סיי פאר׳ן עתיד, ס׳איז אבער געווען נחוץ פון א מיליטערישן שטאנדפונקט, ווייל אט די סטראטעגישע שטחים האבן געדינט אלץ מסך המבדיל צו דערווייטערן אפענע שונאים פון קענען גרינג אריין דרינגען אין מדינת ישראל אנצוזייען חורבנות.

נאך 1967, האבן די פאלעסטינער אין די אקופירטע געביטן פארלוירן זייערע עגיפטישע און ירד׳נישע אפוטרופוס׳ער (וואס מ׳מוז מוסף זיין האבן זיך באמת קיין סאך נישט געקימערט איבער זיי מלכתחילה), און אנשטאט ווערן פרידליכע איינוואוינער ווי זייערע ברודער אין די מדינה, האבן זיי זיך דערקלערט אלץ ממשיכי דרך פונעם קאמף קעגן מדינת ישראל. אויך נאכדעם וואס ירדן און עגיפטן האבן דערגרייכט שלום אפמאכן מיט די מדינה האבן זיי נישט אראפ געלייגט דאס געווער, נאר פארקערט, זיי האבן דערקלערט א מערדערישען אינטיפאדא, בעיקר דורך טעראר, און געצילט אומפארשעמטערהייט בעיקר קעגן ציווילע בירגער (א גרינגער און מער ווייטאגליכער ציל).

מ׳האלט שוין באלד 50 יאר נאכדעם און זייער ציל איז געבליבן דאס זעלבער.

וואלט זייער ציל געווען בלויז צו פארזיכערן אן אייגענע אוטאנאמיע פאר זיך זעלבסט, וואלטן זיי דאס שוין פון לאנג עררייכט. ווי שוין ערווענט, האט מדינת ישראל שלום געמאכט מיט רוב געוועזענע שונאים און זיי זיי זענען היינט צו טאג׳ס נאענט אלאאירט פריינטליכערהייט. דער פראבלעם מיט די פאלעסטינער איז אז וואס זיי פארלאנגען איז אומרעאליסטיש, זיי ווילן זיך אומקערן אריין צוריק אין די מדינה זעלבסט (מזרח ירושלים) בו בזמן וואס זיי ערקלערן ווייטער אלץ ציל אונטערצוברענגן די גאנצע מדינה. דאס איז פארשטייט זיך קעגן השכל און אוודאי נישט אן אויסקוק אויף ״שלום״.

אין די יארן זינט, האבן די ישראלים ערלויבט פאזעס פון נארמאליזאציע, מ׳האט אפיציעל שלום געמאכט מיט אראפאט (סוף ימיו) און אנגעהויבן צוריק צוגעבן די אוטאנאמיע איבער די שטחים. כאטש ס׳לייגט זיך נישט אויפ׳ן שכל צו ערלויבן פאר אן אפענעם אומצווויליזירטער שונא א נאענטקייט און מעגליכקייט זיך צו ערהאבן א מיליטער אדער קראפט פון א מיליטער, האבן די ישראלים דאס יא געטאן, בתנאי און מיט האפענונג אז דאס וועט צוביסלאך פירן צו פרידליכע צייטן.

אז מ׳קוקט היינט אויפ׳ן מציאות, קומט דאס פאר ווי א שרעקליכער טעות אויף וואס מ׳באצאלט א טייערן פרייז.

די פאלעסטינער לעבן אין דמיון און זענען נישט בכח איינצוגיין אויף פשרות. בשעת וואס די ישראלים האבן זיך געשינדן די אייגענע הויט (תוכנית התנתקות דורך אריאל שרון (!), גוש קטיף וכו׳) כדי צו ווערן נאענטער צו א מעגליכער שלום, האבן די פאלעסטינער דאס אנגענומען אלץ א צייכן צו פארשטארקן זייער מלחמה פון שפיכות דמים און גלייך דערנאך ערוועלט חמאס, אן ארגענאזאציע וואס ווידערהאלט איר תפקיד אומצוברענגן מדינת ישראל.

[list]
צו זאגן אז מדינת ישראל געפינט זיך דארט מרצונם הטוב און נישט בכדי צו פארטיידיגן אירע גרעניצין און אירע אינטערעסן איז א שקר גס,

צו זאגן אז דאס קליינטשיג און נישטיגע פראצענט פון מתנחלים האלט צוריק דעם גאנצן שלום איז א תירוץ און א אמתלא (אגב, אינטערעסאנט וויאזוי קיין שום איד מעג נישט וואוינען צווישן די פאלעסטינער און מדינת ישראל ערלויבט מיליאנען אראבער אן קיין שום שטער),

צו גלייבן (אזויווי ראבין בשעתו) אז ביי די פאלעסטינער געפונען זיך שטארקע פירער בעלי השפעה וואס קענען פירן דעם פאלק צו אן אמת׳ן שלום איז אומרעאליסטיש ווי דער מציאות ווייזט ליידער,

צו גלייבן אז אויב מדינת ישראל וועט צוריק געבן פאר די פאלעסטינער מזרח ירושלים וועט זיך דער קאנפליקט ענדיגן איז נאאיו און לעכערליך, ולבנון יוכיח.[/list:u]
דער הומאניטארישער קריזיס איז טאקע ווייטאגליך, אבער דער שולד שטעקט נישט אינגאנצן אויף די ישראלים, אויב עפעס, פרובירן זיי זיך צו באגיין היפש מענטשליך (אויף וויפיל ס׳איז מעגליך פאר א מיליטער) אונטער די אומשטענדן.

די גרעסטע טעות וואס די פאלעסטינער מאכן איז אז זיי ערווארטן אז מדינת ישראל זאל לייזן זייער פראבלעם, דאס איז א בת היענה׳שער מהלך, און ס׳גייט נישט געשען. זיין מוזן זיך אליין לייזן זייער צרה, נישט דורך געווער און פאלשע מיליטערישע אילוזיעס, נאר דורך איינזעהן אז שלום איז דער איינציגער לענגליכער און אמת׳ער אויסוועג, ס׳איז טאקע שווערער און ס׳געשעט נישט איבערנאכט, אבער מיט קוראזש און געדולד קענען זיי עררייכן א בעסער׳ן צוקונפט פאר זייערע קינדער און איבערלעבער.

ישראל קאפקע » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 3:20 pm

· #218566
געלייקט פארן נעמען די מיה צו ענטפערן אזוי ציוויל און רואיג, נישט קיין הודאה 😉

diff » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 9:47 pm

· #218626
אבער אז דו רעגירינג גיבט מיך מיינע רעכטן, מעג איך מיך פארטיידיגן- טאקע דורוך זייער רעגירינג.
Well said, that's why we waited for balfour dec, and the UN

ישראל קאפקע » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 9:52 pm

· #218628
diff
אבער אז דו רעגירינג גיבט מיך מיינע רעכטן, מעג איך מיך פארטיידיגן- טאקע דורוך זייער רעגירינג.
Well said, that's why we waited for balfour dec, and the UN

But the native population didn't accept you and your declaration

diff » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 9:59 pm

· #218630
Wrote this to kodesh. with you its a waste of time. This is your only answer for all his work
ישראל קאפקע
געלייקט פארן נעמען די מיה צו ענטפערן אזוי ציוויל און רואיג, נישט קיין הודאה 😉

BTW im not buying your joke, that you was not satmar

ישראל קאפקע » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 10:17 pm

· #218633
diff
Wrote this to kodesh. with you its a waste of time. This is your only answer for all his work
ישראל קאפקע
געלייקט פארן נעמען די מיה צו ענטפערן אזוי ציוויל און רואיג, נישט קיין הודאה 😉

BTW im not buying your joke, that you aren't satmar

You're one interesting mystery to me!

ישראל קאפקע » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 10:19 pm

· #218634
Some are convince I'm an Arab, others that I'm a satmar, how to prove I'm neither?
בלאט: 1 2 3