☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #6838

אשכול אן א טיטל #6838

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6838

— » דינסטאג יולי 22, 2014 10:59 pm

· #213163

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

יין שרף » דינסטאג יולי 22, 2014 11:08 pm

· #213168
נישט פארטוישט נאר גע'ספרעי פעינט'עד ווייס, גרינגער צו טוהן און גייט אסאך שנעלער.

פליקער » דינסטאג יולי 22, 2014 11:15 pm

· #213172
די בילד איז מן הסתם צי פארדאנקען פאטא שאפ

ביבער » דינסטאג יולי 22, 2014 11:17 pm

· #213173
יין שרף
נישט פארטוישט נאר גע'ספרעי פעינט'עד ווייס, גרינגער צו טוהן און גייט אסאך שנעלער.


נישט ספרעי פעינטעד נאר בליעטשד.

<a class="postlink" href="http://www.nbcnewyork.com/news/local/White-Flags-Brooklyn-Bridge-American-268110482.html">http://www.nbcnewyork.com/news/local/Wh ... 10482.html</a>

פליקער » דינסטאג יולי 22, 2014 11:24 pm

· #213177
זעי דא
עס איז יא אין די נייעס

ביבער » דינסטאג יולי 22, 2014 11:27 pm

· #213179
[ציטאט אראפגענומען]


איך ווייס נישט וויאזוי מען נוצט אלס די ווארט בליעטשד, פון דיקשענארי פארשטיי איך טאקע אז עס מיינט "פאר'ווייס'ט" און לאו דוקא מיט בליעטש.

פליקער » מיטוואך יולי 23, 2014 12:57 am

· #213189
אה מען גייט מאכן א ביג דיל, פון היינט און ווייטער גייט די בריק זיין אויף היי עלערט, אזוי ווען סאמע בן לאדן ימ"ש האט געלעיבט, מען גייט מיזן ציריק פארקן א פאליס קאר אויף ביידע זייטן פינעם בריק, אזוי וועט עס אוודאי אפשרעקן די אלע פאן טוישענדע עלעמענטן, אדער וועט מען סטאנציאנירן א פאן היטער מיט אויפגעריסטע געווער אויבן הארט ביים פאן.

האללא געד אווער איט, א פיינעם געלינגענעם אקציע, פאר יוא אינפארמעישן איך גלייך דעים שפיצל, די אמעריקאנע זענען קאפיטעלירער, זיי קענען היינט נאר אינטערגעיבן, זיי האבן נישט קיין שום ריקן ביין, ביג דיל מען האט שוין ציריקגעטוישט דעים פאן, רעד ביטע ווייטער פון אפעראציע יסוד איתן.

עס דערמאנט מיך א עובדה פון א בעקעריי וואס פלעיגט פארקויפן ראזשינקע חלה, אויב איינער געדעינקט נאך בכלל אזא מין חלה, עס איז א חלה געבאקן מיט ראזשינקעס דערין, שטיי איך און די ליניע, פליצלינג די טעלעפאן ציקלינגט זיך, האלא, וואס איז, יא איך האב געקויפט פריער דא א חלה, און איך האב באמערק אז איין ראזשינקע איז געוועין א פליג, און זי ווייסט נישט וואס צי טיען, נישט קיין שום פראבלעם מיסיס, ברעינגט אריין די פליג און מיר וועלן עס טוישן פאר א ראזשינקע.

יין שרף » מיטוואך יולי 23, 2014 1:42 am

· #213190

לך לך » מיטוואך יולי 23, 2014 12:44 pm

· #213241
כהאב מיך אלץ געווינדערט וואס די פאליציי קאר טוהט דארט ביים אריינגאנג צום בריק
יעצט זעה איך שוין...

קפנדריא » מיטוואך יולי 23, 2014 1:05 pm

· #213246
בארואיגט אייך ברודער, דאס איז נישט קיין טעראר ווארענונג, דאס איז בלויז א סארט הכרת הטוב פון די אראבער פאר די 47 מיליאן שקל כסף, יעדעס מאל ווען מ'שיקט פאר די טעראריסטן א שיינע "הומאניריסטישע" תמיכה ווייזן זיי ארויס זייער טיף הארציגן דאנק...

אבער נישט שטענדיג ענדיגט זיך עס ביי דעם, וויאזוי זאגט מען? "דיס איז אוער וועי אף סעיאינג טענק יו"..

ישראל קאפקע » מיטוואך יולי 23, 2014 1:22 pm

· #213250
47 מיליאן זאגסטו?
אוי וואס רעדסטו זיי באקומען צען מאל אזוי פיל אומדירעקט,
קענסט זיך פארשטעלן וויפיל די אלע עראפלאנען מיסילס גראנאטן און קוילן אפגעליפערט צו עזה אין די לעצטע עטליכע טעג דירעקט פון אמעריקע זענען ווערד?
ווער רעדט נאך פון די עקאנאמישער סטימיולעישן וואס דער מתנה פונעם רייכען פעטער פאראורזאכט אין עזה, איבערבויען טויזענטער הייזער שולעס און שפיטעלער, איבערבויען גאסן און שאסייען, וואסער און עלעקטריק אינסטאלאציעס, די עקאנאמישע בענעפיטן זענען עקזאמפלאריש, אבאמא דארף ווען אראפשיקן זיינע עקאנאמישע עדווייזער'ס פאר א קעיס סטאדי,

מנשה לוסטיג » מיטוואך יולי 23, 2014 5:20 pm

· #213310
אמעריקא שלאפט

ישראל קאפקע » פרייטאג אוגוסט 1, 2014 4:50 pm

· #215064
עפעס א פרא פארטייבענדע געווירצן אקטיוויסט טענהט אז ער שטייט אונטער די ווייסע פאן,
ווייסט איינער עפעס מער דערוועגן?

Big Boy » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 12:11 am

· #215289
פליקער
אה מען גייט מאכן א ביג דיל, פון היינט און ווייטער גייט די בריק זיין אויף היי עלערט, אזוי ווען סאמע בן לאדן ימ"ש האט געלעיבט, מען גייט מיזן ציריק פארקן א פאליס קאר אויף ביידע זייטן פינעם בריק, אזוי וועט עס אוודאי אפשרעקן די אלע פאן טוישענדע עלעמענטן, אדער וועט מען סטאנציאנירן א פאן היטער מיט אויפגעריסטע געווער אויבן הארט ביים פאן.

האללא געד אווער איט, א פיינעם געלינגענעם אקציע, פאר יוא אינפארמעישן איך גלייך דעים שפיצל, די אמעריקאנע זענען קאפיטעלירער, זיי קענען היינט נאר אינטערגעיבן, זיי האבן נישט קיין שום ריקן ביין, ביג דיל מען האט שוין ציריקגעטוישט דעים פאן, רעד ביטע ווייטער פון אפעראציע יסוד איתן.

עס דערמאנט מיך א עובדה פון א בעקעריי וואס פלעיגט פארקויפן ראזשינקע חלה, אויב איינער געדעינקט נאך בכלל אזא מין חלה, עס איז א חלה געבאקן מיט ראזשינקעס דערין, שטיי איך און די ליניע, פליצלינג די טעלעפאן ציקלינגט זיך, האלא, וואס איז, יא איך האב געקויפט פריער דא א חלה, און איך האב באמערק אז איין ראזשינקע איז געוועין א פליג, און זי ווייסט נישט וואס צי טיען, נישט קיין שום פראבלעם מיסיס, ברעינגט אריין די פליג און מיר וועלן עס טוישן פאר א ראזשינקע.



It is a big deal. It shows that even the most protected landmarks are not protected at all. For those of us that believed all along that there’s no security, it just serves as validation. For those that thought that there’s security in the US, they had another wake-up-call

פליקער » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 1:50 am

· #215300
זינט ווען איז עס די מאסט פראטעקטעד לענדמארק, עס האט אבסעלוטלי נישט קיין שום סעקיוריטי,

BAL TSHIVA » מאנטאג אוגוסט 4, 2014 7:43 am

· #215310
אם השם לא ישמור עיר שוא שקד שומר.,........ זאג עס מיט די ניגון

יידל » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 7:27 pm

· #216533
אפאר דייטשע ארטיסטן זאגן אז זיי האבן ארויפגעלייגט די ווייסע פאן אויפן ברוקלין ברידזש פארגאנגענעם חודש, און עס איז גאר געווען ארט, נישט טעראר. די ארטיסטן זענען מסביר באריכות די אלע סימבאליזמען וועלכע ליגן אונטער די פענער.
ליינט (באמערקט אונטער וועלכע קאטאגאריעס די טיימס האט עס געלייגט): <a class="postlink" href="http://www.nytimes.com/2014/08/13/arts/">http://www.nytimes.com/2014/08/13/arts/</a> ... ridge.html

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 8:00 pm

· #216538
יידל
אפאר דייטשע ארטיסטן זאגן אז זיי האבן ארויפגעלייגט די ווייסע פאן אויפן ברוקלין ברידזש פארגאנגענעם חודש, און עס איז געווען ארט, נישט טעראר.
ליינט (קוקט אונטער וועלכע קאטאגאריעס די טיימס האט עס געלייגט): <a class="postlink" href="http://www.nytimes.com/2014/08/13/arts/design/german-artists-say-they-put-white-flags-on-brooklyn-bridge.html">http://www.nytimes.com/2014/08/13/arts/ ... ridge.html</a>

ווייל די בעלי בתים פונ'ם פארשאלטענעם טיימס זענען אזוי-גערופענע "ליבעראלע), לינקע פארשוינען (מלשון פרשנדתא) און זיי שטיצן א יעדע זאך וואס איז אקעיגן יושר און מענטשליכקייט. די טיפשות'דיגע משומדים מיינען (פונקט אזוי ווי נטורי קרתא און נטרונא) אז דאס חנפ'נען די אראבערס און טעראריסטן למיניהם וועט זיי עפעס העלפן ביום עברה. זיי ווייסן נישט, אדער מאכן זיך נישט וויסנדיג אז ביום פקודה, היל"ת, ווען די רוצחים וועלן ח"ו קומען נאך די אידן, וועלן זיי שטיין אין די ליין צום גאז קאמער פונקט אזוי ווי אינז אלע. ווייל די נאציס און טעראריסטן ימ"ש זענען נישט מבחין צווישן סאקמאר'ער חסידים, ציונים, אגודה'סטן, מזרחי'סטן, נטורי קרתא, משומדים און אייניקלעך פון משומדים און להבדיל, סתם וואוילע עמך אידן... 😕 🙄 😈 😈 😢 😞 בכה תבכה בלילה 😢 על שבר בת עמי 😢 😮 😲

ישראל קאפקע » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 8:16 pm

· #216541
זאג נאר ר' בערל,
באמערקסט אסאך מאל די טעראריסטן וואס שטייען מיט אויסגעשטרעקטע ביקסן אינטער די וועלדל ביי דדי זייט פון דיין באנגעלאו שפעט מוצאי שבת ביינאכט?
וועקסט זיך אויף אסאך מאל באגאסן מיט שווייס פון די כאמאס זעלבסט-מארד טעראריסטן און די נאצי מערדער וואס באהאלטן זיך אינטערן בעט? 😮 😮 😢
😢 😢 בכה תבכה בלילה 😢 😢

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 11:01 pm

· #216548
ר' ישראל קאפקע שליט"א. יישר כח. דו האסט מיך געמאכט אזוי שטארק לאכן אז מיין שכן איז געקומען זעהן אויב אלעס איז אין ארדענונג. אבער לגבי די שנאת הגוים על ישראל. (נישט מדינת ישראל. נאר אידן.) דאס איז קאי וקיימא. אינז שטייען טאקע היינט ב"ה נישט אין די ליין אויפ'ן וועיג צום גאז קאמער. און לאמיר האפן אז מ'וועט קיינמאל נישט שטיין דארט, ח"ו. אבער דער פחד און די זיכרונות פון וואס כ'האב געליינט און מ'האט מיר פארציילט, דאס ליגט אין די ביינער. און איך וויל מקיים זיין דעם פסוק "אשרי אדם מפחד תמיד". אזוי ווי די גמ' אין מסכת גיטין דף נה ע"ב. זאגט. א חוץ דעים, ביניך געבוירן תיכף נאך די וועלט מלחמה/האלאקאוסט. און מיין טאטע און מיין מאמע זענען אקארשט געקומען פון די קאנצענטראציע און פארניכטונגס לאגערן. און מיינע רבי'ס און מיינע חברים האבן אייביג געשמועסט פון דעים. און איך זעה נישט אז אין די היינטיגע תקופה זאללן די גויים זוכן א איד און איהם צוזאמקישן. אפשר אין וויליאמסבורג האט מען נישט אזוי שטארק געשפירט דעם גלות, אבער ווי איך האב געוואוינט האט מען תיכף ווי מ'איז ארויס געגאנגען מפתח ביתו געשפירט דעם עול הגוים ועול הגלות. אלס קליין יונגל האב איך געוויסט אויף מער ווי איין שפראך וויאזוי מ'זאגט "שמוציגער איד". ווייל כ'האב עס כסדר געהערט פון די גויים. אויפ'ן וועיג צום חדר און אויפ'ן וועיג אהיים. וואס מיך באדערט עד דכדוכה של נפש איז, אז מ'רעדט זיך איין אז די שנאת הגויים על ישראל האט עפעס צו טון מיט די פאליטיק פון מדינת ישראל. אזוי ווי כ'האב שוין כמה פעמים געזאגט אז די גויים די שונאי ישראל זענען נישט מבחין בין דם לדם. דאס אנטי-ציוניזם איז ביי זיי א גוטער תירוץ. דאס מיינט נישט אז מ'דארף נישט ערקלערן פאר די (אפשר עטליכע נאאיווע) גויים אז אידן מיט מדינת ישראל איז צוויי באזונדערע זאכן. אבער לפענ"ד וועט עס גארנישט העלפן. ווייל די שונאי ישראל האבן פיינט א יעדן איד באשר הוא שם. אין סיי וואספארא רוחניות'דיגן מצב ער זאל זיין. דאס אנטי-ציוניזם איז נאר א גוטער תירוץ ביי זיי. ממילא וועלן די אלע הסברים וואס נטרונא פרובירט מסביר צו זיין גארנישט העלפן. איך האב נאכנישט געזעהן די בענעפיטן, די רווחים פאר כלל ישראל פון די הסברה. די הסברה איז גוט פאר אינז. אנ"ש. נאר אינז ווייסן דאך ממילא דעם חילוק. ס'איז נישט דא קיין איין בר דעת וואס זאגט אז בנימין נתניהו וחבריו זענען ל"ו צדיקים. אבער פאר די גויים העלפט עס נישט... 😕 😎 😂 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮

ישראל קאפקע » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 12:55 am

· #216576
אקעי ר' בערל, כהער וואס דו זאגסט,
לאמיר דיר פרעגן א קליינע שאלה, וואלסט מודה געווען אז אנטיסעמיטיזם ביז זיבעציג יאר צוריק איז געווען קאנצענטרירט מער אין אייראפע ווי אין מיטל מזרח?

קאפקעיק » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 7:56 pm

· #216719
פליקער
זינט ווען איז עס די "מאסט" פראטעקטעד לענדמארק, עס האט אבסעלוטלי נישט קיין שום סעקיוריטי,

עס איז טאקע נישט די מאסט פראטעקדעד לענדמארק, אבער א ערנסט פראטעקטעד לענדמארק איז עס גראדע יא, און עס האט אבסעלוטלי יא סעקיוריטי, ווי למשל צוויי פאליס קארס ביי ביידע זייטען 24/7 , און זייט די מעשה מיט די ווייסע פאן האט עס א פאליס סקוטער אסאך מאל ביי די פעדעסטריען (פוסגייער ) עריע, און א פאליס שיף אונטער דעם ביינאכט.

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 8:16 pm

· #216729
ישראל קאפקע
אקעי ר' בערל, כהער וואס דו זאגסט,
לאמיר דיר פרעגן א קליינע שאלה, וואלסט מודה געווען אז אנטיסעמיטיזם ביז זיבעציג יאר צוריק איז געווען קאנצענטרירט מער אין אייראפע ווי אין מיטל מזרח?

ס'איז געוועהן מער בולט. ווייל סטאטיסטיש האבן מער אידן געוואוינט אין די אייראפעאישע לענדער ווי אין מיטל מזרח. זיכער. די ציונים אין די 20ג'ער און 30גער און 40ג'ער יארן זענען נישט געוועהן קיין שטילע חדר יונגלעך. זיי האבן געמאכט א סאך פראוואקאציעס. אבער דאס פארענטפערט נאכנישט און בארעכטיגט נישט די אלע ברוטאלע און אכזריות'דיגע רציחות וואס די אראבערס, ימ"ש האבן אדורכגעפיהרט אויף אידן. וואס איז מיט די שחיטה אין חברון אין יאר תרפ"ט? און די אנדערע גרויזאמע רציחות און בלוט-פארגיסונגען?! איך ווער זייער שטארק אויפגעקאכט ווען מ'ראמאנטיזירט די תקופה און מ'שילדערט ווי גוט די אידן האבן געלעיבט מיט די אראבערס, אז זיי האבן געהאנגען די וועש אויף איין שטריק און די אראבישע גוי'טעס האבן גע-בעיביסיט אידישע קינדער. פאר ווער ס'איז א ביסל באקאנט מיט די פרטים פון די חברונ'ער שחיטה ווייסט צו פארציילן ווי גרויזאם און אכזריות'דיג די אראבערס האבן געהאנדלט. אפילו דעם באנקיר. אליעזר... כ'האב שוין פארגעסן זיין נאמען. איך מיז לויפן דאווענען מנחה. ועוד חזון למועד. בקיצור. דער באנקיר האט געראטעוועט א גאנצע פארצווייגטע אראבישע משפחה אז זיי זאלן נישט פארלירן זייער פארם. ווען די ענגלישע באנק האט עס געוואלט צו נעמען. און ער האט זיי געגעיבן א הלוואה. אפילועים און זיין גאנצע משפחה האבן זיי ברוטאל דערמארדעט...

ישראל קאפקע » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 8:27 pm

· #216732
רבונו של עולם, כהאב דיר געפרעגט א קליינע שאלה, יא אדער ניין.

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 9:51 pm

· #216741
דו ווייסט אליינס דעם ענטפער. סרסהו ודרשהו. נעם מיין לאנגע תשובה און לייג עס נאך דיין "קליינע" שאלה. 🙄

פליקער » דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 10:45 am

· #216800
קאפקעיק
פליקער
זינט ווען איז עס די "מאסט" פראטעקטעד לענדמארק, עס האט אבסעלוטלי נישט קיין שום סעקיוריטי,

עס איז טאקע נישט די מאסט פראטעקדעד לענדמארק, אבער א ערנסט פראטעקטעד לענדמארק איז עס גראדע יא, און עס האט אבסעלוטלי יא סעקיוריטי, ווי למשל צוויי פאליס קארס ביי ביידע זייטען 24/7 , און זייט די מעשה מיט די ווייסע פאן האט עס א פאליס סקוטער אסאך מאל ביי די פעדעסטריען (פוסגייער ) עריע, און א פאליס שיף אונטער דעם ביינאכט.

אויך מיר סעקיוריטי, די פאליס זיצען דארטן אויף נעטפליקס אן פעיסבוק, זיי שפירן זיך ווי קישקע ביי א טיי אווענט, זיי האבן נישט קיין שום תפקיד, זיי דיכענען דארט ווי שוטים, גולם'ן אפ שעות אן קיין ציל, בשעת יעדער קען טיען וואס מען וויל, זאג מיר וואס דער פאליס שיפל קען טיען אויב איינער וויל זיך גענעינען צי א מעין שטריק מיט איין פונט סי 4, איך שפאציר דארט אמאל אמאל, איינער א טעראריסט מיט בייזוויליגע צילן קען אימברעינגען דעים גאנצען בריק מיט איין פונט אויפרייס מאטריאל, ווייל די מעין שטריק איז אויפן וואלק וועי, אויב באווייזט מען עס איבערציהאקן פאלט די בריק איין,

אפטעמיסט » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 11:45 pm

· #217743
היינט האבן פאלעסטינער אקטיוויסטן געהאנגען א ריזיגער פאלעסטינער פאן פונעם מאנהעטאן בריק. באריכטן געבן אן אז ביבי מיט זיין קאבינעט האבן זיך געזעצט שבעה. 😢 😮 🤓
IMG_20140820_234228.jpg