☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » גבאים ראטאציע פראגראם: ווערט א "גבאי חודש"!

גבאים ראטאציע פראגראם: ווערט א "גבאי חודש"!

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6837

כוכב » דינסטאג יולי 22, 2014 4:54 pm

· #213089
לאק סטאק ענד בערעל.
איך פוץ מיך אויס דעם פראק, אויסגראדן די שניפסל, א קעמל אין די וואנצעס, עעם לא איש דברים אנוכי, כאמיך נישט פארגעקוקט, אבער אויב מעט שטארק בעטן, בהורמנא דקעלנער, דרי מטה ודרי מעלה, מיט רשות פון מיין אנדערע ניק אין מאחורי, וואלט איך נעתר געווארן לבקשתינו אויב ממעט מיר צו לאזן צום שיסל, סגאנץ א פיינע פרנסה, ניין, שרגא פרידמאן איז א קאמפטערבל יונגערמאן, האלטסט נישט אזוי?

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 22, 2014 5:04 pm

· #213091
א געוואלדיגער פלאן! איך זעה אסאך גוטע פאטענציאל דערין.
איך וואלט געקענט באשטיין אנטייל צו נעמען, אבער צוליב טעכנישע סיבות ארבעט זיך עס נישט אויס פאר מיר 😛
קודאס צו קעלנער, ער שלאפט נישט! ער ארבעט אריין אין שטיבל מאז היתה למנהל !! 👍

פישלע העררינג » דינסטאג יולי 22, 2014 7:13 pm

· #213112
זייער געניאל, @אנאנים!

וואויל זענען די וואס זעהן דער עתיד וואס קען אלץ ווערן פון דעם מקום, אנשטאט סתם הייבן הענט.

כה לחי!

דריידל » דינסטאג יולי 22, 2014 8:36 pm

· #213125
גאר גוטע בייפאל.

עס וואלט מיר געווען א כבוד ארויסצוהעלפן די איבערגעגעבענע סטעף אבער וויבאלט איך באניץ מיך נישט מיט א געהעריגע קאמפיוטער נאר מיט א סמארטפאון, קומט מיר אן זייער שווער יעדעס ריר.

איך אויך » דינסטאג יולי 22, 2014 8:36 pm

· #213126
א אייזערנע געדאנק!

איך שטעל מיך אין די רייע אלס קאנדידאט. אויב איך ווער ערוועלט זאג איך צו פאקסיפאפס במשך דעם חודש פאר אלע באהערדע אינעם גבאים צימער.

וואוט פאר איך אויך ענד קיפ קול!

ידען » דינסטאג יולי 22, 2014 9:23 pm

· #213136
דריידל
גאר גוטע בייפאל.

עס וואלט מיר געווען א כבוד ארויסצוהעלפן די איבערגעגעבענע סטעף אבער וויבאלט איך באניץ מיך נישט מיט א געהעריגע קאמפיוטער נאר מיט א סמארטפאון, קומט מיר אן זייער שווער יעדעס ריר.

איך ניץ כמעט אלץ נאר א סעלפאן און סיז נישט שווערער ווי אויף א געהעריגע קאמפיוטער.

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 22, 2014 9:29 pm

· #213139
העי ידען, וואספארא קאמפיוטער האסטו? פון 1936??....

אוי, איך וויל נישט פארדרייען דעם שמועס.

רויטע וואנצעס » דינסטאג יולי 22, 2014 9:33 pm

· #213144
איך האב ליב דעם קעלנער גבאי / מנהל. ער איז נישט אזא מיסטריעזע מנהל ווי די אנדערע וויקיליק סארט, ער לעבט אויף אלע באקן.

געפילטע פיש » מיטוואך יולי 23, 2014 10:56 am

· #213208
א גוטע איידיע, אין די בראשית יארן ווען מ'האט געזוכט פערמענאנטע גבאים האב איך געוואלט וואלאונטירן פאר די סייט וואס איך האב שטארק הכרת הטוב פאר איר, כ'מיין, וואו וואלט איך באקומען אזוי פיל לייקס ווען נישט קאווע שטיבל.... 😉 אבער וויבאלד מיין צייט איז באגרעניצט איז עס אלעמאל געבליבן ביים וועלן. אבער פאר א חודש צייט מיין איך אז כ'ווען קענען מאכן צייט, דאס איז די מינימום וואס איך קען טוהן.

נאכאמאל א שקויעך פאר די מנהלים וואס לייגן אריין אזויפיל צייט און מח, וויאזוי צו פארבעסערן אונזער געשמאקע שטיבל, יישר חיילכם!

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג יולי 24, 2014 9:11 am

· #213389
איז עס א גבאי אמט וואס מען דארף זיין אקטיוו 24 שעה, דוגמת גבאי פון א גרויסע רבי, אדער 9-5 דארף מען זיין קאנסטענטלי אויף די דזשאב, און שפעטער דארף מען נאר אריינבליקן?

קען מען קלויבן חדשים וואס מען וויל זיין?

וואו איז די האנט ביכל אויסצולערנען וואס מען רעדאגירט און וואס מען פארמעקט?

רויטע וואנצעס » מאנטאג יולי 28, 2014 1:58 pm

· #214182
באמת וואלט איך מיר אויפגעסיינט נושא בעול צו זיין אלץ הכרת הטוב, אבער איך האב מורא ס'קען ברענגן א שטיקל פירוד לבבות ווען מ'זעהט אז איך האב יענעם געמעקט אדער געווארענט. ס'דא ניקים מיט סענסעטיווע הויט.

לאליפאפ » דינסטאג יולי 29, 2014 11:34 am

· #214354
@אנאנים איך שטיי אין די רייע

לאליפאפ » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:59 am

· #218689
רימיינדער! רימיינדער!

לאליפאפ » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 8:02 am

· #218994
@אפטעמיסט און @רויטע וואנצעס

הצלחה מרובה!!!

סארווירער » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 7:35 pm

· #259987
[ציטאט אראפגענומען]


ווער עס קען זיך מצרף זיין און באשטייערן פון זיין צייט צו דינען אלץ גבאי חודש זאל זיך מהיום והלאה מעלדן צו מיר אין אישי.