☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » דמעות מדם / מכל עם ועם

דמעות מדם / מכל עם ועם

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6834

רויטע וואנצעס » דינסטאג יולי 22, 2014 2:37 am

· #212954
דמעות מדם / מכל עם ועם
דמעות מדם / מכל עם ועם / אנשי גולם / ריבונו של עולם / מעשי ידיך / שודדים מלפניך / רחובות מלאה דמים / מ'מקסיקא על סמים / מיערות אוקריינא / דמעות ותהפיכה / מחצרות סוריא / מלחמה תדירה / מבבל עד המדבר / עוסקים בדבר / מערי יהודה / קול יללה כבידה / אש אקדח ועשן / מחוף גאזא עד הירדן / אוי מין אנוש / כחיות השדה עונש / לשתות דם משונא / במיתות משונות / גפרית אש וסדום / עד תום / אלמנות צעירות / נערים כזקינות / צער ובכי / על לחי / הקנאה מוציא / העולם הוצת / האהבה נעדרת / השלום כארס / השלוה כחרס / המנוחה אף זרת / הלב נקרע / קולינו שמע / על שבר עמים / על דמי"ם כ'ימים / הקינה בוכה / מסוף עולם עד סופה / השנאה מחריב / ילדים מקריב / קר"ב בליל כיום / אור חיצים עד תהום / אין עם בלא צער / מלך היה לנער / אנא קול מלחמה / שמע קול יללה / והיה למלך על כל / שלוה ושלום ה'קול / ביום ההוא יתמו דמים / הנה ימים באים.

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 22, 2014 10:09 am

· #212970
הערליך!! (אייגענס?)

רויטע וואנצעס » דינסטאג יולי 22, 2014 12:47 pm

· #213010
די מענטשהייט איז אנגעקומען אזוי ווייט די לעצטע 100 יאר. 100 שטאקיגע געביידעס, ערעפלאנען, שפאצירט אויף די לבנה, מעדעצין אויף די ערגסטע מחלות, סייענס, טעכנעלאגיע און וואס נישט. אבער זי האט זיך נאך אלץ נישט אויסגעלערנט ווי אזוי צו לעבן און פרידן מיט איר אייגן מין. מיט דעם איז די מענטשהייט נאך טיף פארכאפט אינעם מיטל אלטער. אבער פיל ערגער, ווייל די מענטשהייט ניצט אויס די אלע געוואלדיגע פראגרעס, צו הארגענען בעסער און שנעלער.

אפטעמיסט » דינסטאג יולי 22, 2014 1:07 pm

· #213014
כ'האב נישט געוויסט אז באן קי מאן האט רויטע וואנצעס...

רויטע וואנצעס » דינסטאג יולי 22, 2014 1:14 pm

· #213018
רעדענדיג פון די UN, די UN איז א מאכטלאזע ארגאנעזאציע, ס'איז א שירעם ארגאנעזאציע מיט לעכער פון ווי ס'רעגענט אריין. ליידער האט זי כמעט קיינמאל קיין מאכט נישט געהאט אפצוהאלטן שפיכת דמים. די UN איז היינט א וואוילטעטיגע ארגאנעזציע וואס העלפט מענטשען בעת צר, ווי ציווילע אין מלחמה אדער ערדציטיעניש קרבנות.

קפנדריא » דינסטאג יולי 22, 2014 1:20 pm

· #213021
רויטע וואנצעס
רעדענדיג פון די UN, די UN איז א מאכטלאזע ארגאנעזאציע, ס'איז א שירעם ארגאנעזאציע מיט לעכער פון ווי ס'רעגענט אריין. ליידער האט זי כמעט קיינמאל קיין מאכט נישט געהאט אפצוהאלטן שפיכת דמים. די UN איז היינט א וואוילטעטיגע ארגאנעזציע וואס העלפט מענטשען בעת צר, ווי ציווילע אין מלחמה אדער ערדציטיעניש קרבנות.


ווי אויך ווען כאמאס איז דעשטיקט און האלט ביים אויסלויפן פון ראקעטן און געווער, וועט די "וואוילטעטיגע" יו ען גאר גיך שיקן צו זיי מיליאנען אין "הומאנטיארישע" הילף, כדי די טעראריסטן זאלן זיך שנעל קענען "ריסטאקן" און אנפילן זייערע זאפאסן מיט די נייסטע וואפן און ווייטע גרייכנדע מיסילס.

רויטע וואנצעס » דינסטאג יולי 22, 2014 1:26 pm

· #213025
די UN האט א פראבלעם, פון איין זייט וויל זי העלפן די ציווילע אין גאזא וואס גייען דורך די אכטע גהנים. מצד שני איז כאמאס אין קאנטראל און זיי נעמען אראפ ריזיגע מוציא'ס פון עסן און סופלייס ביפאר זיי שיקן עס ווייטער צו די אלגעמיינע גאס. וואפן שיקט די UN אוודאי נישט.

אפטעמיסט » דינסטאג יולי 22, 2014 1:30 pm

· #213027
רויטע וואנצעס
וואפן שיקט די UN אוודאי נישט.

<a class="postlink" href="http://www.timesofisrael.com/un-agency-handed-rockets-back-to-hamas-israel-says/">http://www.timesofisrael.com/un-agency- ... rael-says/</a>

רויטע וואנצעס » דינסטאג יולי 22, 2014 1:35 pm

· #213029
טאקע שאקירענד. דארפסט אבער פארשטיין אז דא רעדט מען פון ראקעטן וואס כאמאס האט געהאלטן אין א סקול, און די סקול פארוואלטערס זענען נישט קיין מיליטערישע מומחים, זיי זענען עדיקעטערס. זיי האבן גערופן כאמאס אפנעמען זייער געווער פון א סקול, א פלאץ ווי ס'באלאנגט נישט.

וואס זיי וואלט געדארפט טוען איז אנרופן HQ און פרעגן וואס צו טוען מיט דעם. ווי עס שיינט האבן זיי געהאנדלט אויף די אייגן האנט.

ישראל קאפקע » דינסטאג יולי 22, 2014 1:39 pm

· #213030
נישט צו כאמאס, צו די פאלעסטינער אויטאריטעט.
(וואס דאס איז אויך א טיפשות,)

אפטעמיסט » דינסטאג יולי 22, 2014 1:41 pm

· #213031
דו פארשטייסט ענגליש?

The rockets were passed on to the government authorities in Gaza, which is Hamas

ישראל קאפקע » דינסטאג יולי 22, 2014 1:46 pm

· #213034
אפטעמיסט
דו פארשטייסט ענגליש?

The rockets were passed on to the government authorities in Gaza, which is Hamas

ב'ה יא,
איך אבער אויך וויאזוי צו ליינען נייעס,
נישט נאר די העדליין און די ערשטע שורה.

אפטעמיסט » דינסטאג יולי 22, 2014 1:48 pm

· #213036
זיי זיך מסביר ביטע

ישראל קאפקע » דינסטאג יולי 22, 2014 1:53 pm

· #213039
אפטעמיסט
זיי זיך מסביר ביטע

ליין ביזן סוף פונעם ארטיקל,
בכלל האלטסו טאקע אז די יו.ען. איז 'אינגאנצן' משוגע?

אפטעמיסט » דינסטאג יולי 22, 2014 1:57 pm

· #213041
יא

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 22, 2014 11:22 pm

· #213175
ישראל קאפקע
אפטעמיסט
זיי זיך מסביר ביטע

ליין ביזן סוף פונעם ארטיקל,
בכלל האלטסו טאקע אז די יו.ען. איז 'אינגאנצן' משוגע?

ניין. זיי זענען נישט משוגע. נאר רשעים... 🙄 😈 😈 😠 😳 😢 😉 😮