דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #6827
17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6827
וויבאלד אין וויליאמסבורג קוקט מען אריין אין יעדע פארבייפארענדע קאר, און פרויען זענען דאך מחיוב מיט די גרויסע מצוה פון זיך נישט באווייזען פאר מענער וואס זוכען זיי, איז דאך נישט מער ווי גערעכט אז זי זאל זיצען מאחורי.
יא שוין געהערט און געזעהן (איך קוק אריין אפילו אין די בעק סיט...)
איך האב שוין געהערט דערפון און די סיבה פאר דעם איז טומאה וטהרה און משום צניעות מען זאל נישט וויסן וואו מען האלט מאכט מען נישט קיין חילוק. דאס כיז גראדע א זאך וואס איך קען פארשטיין.
נאה דורשאיך האב שוין געהערט דערפון און די סיבה פאר דעם איז טומאה וטהרה און משום צניעות מען זאל נישט וויסן וואו מען האלט מאכט מען נישט קיין חילוק. דאס כיז גראדע א זאך וואס איך קען פארשטיין.
וואס איז שלעכט בימי טהרה צו זיצען אויף א באזונדערע בענקל?
אמאל ווען וועלט איז געווען וועלט, איז אין פארנט אויך געוועזן איין לאנגע באנק.
ווייל אויב מען וועט איר מתיר זיין אויפן אויבן-אן, וועט מען נאכדעם טענה'ן מה לי הכא מה לי התם, וואס'א חילוק צי זי זיצט אויף די רעכטע זיץ צו די לינקע (לייען: דרייווערס) זיץ. ממילא האט מען מחמיר געווען משום לא פלוג, ופשוט הוא...
אמאליגע קארס זענען געווען איין לאנגע סיט אויך אין פארנט, איז דאס געווען שאלה'דיג אין דע נישט ריינע טעג, היינט זענען אלע קארס אין פראנט מיט צוויי באזינדערע סיטס, אין א קאנסיל אינדערמיט, א אויסגעהאלטענע מחיצה, איז טאקע נישט קיין שאלה, אבער משום מנהיג אבותינו בידינו איז דא אזעלעכע וואס פירען זיך ווי אמאל אין מ'זיטץ באזינדער,בד"וו ווען איך געווען אין לאנדאן וואס דער דרייווער זיטץ אויף רעכטער זייט האב איך געמיינט אז נאר פרויען דרייווען,
elter-zeideמשום מנהיג אבותינו בידינו,
שוין לאנג נישט געטראפן אזא ריכטיגער טייפא... א גוטע מליצה איז עס זיכער.
ביי מיר זיצט אויך די פרוי אין בעק פשוט אלס פראקטישקייט קעיר צו נעמען פונעם געזונדל ק"עה
וואס הייסט וואס די פראבלעם איז, ביי אונז אידן ווייסט מען אז פרויען זענען צווייטע קלאס סיטיזענס, אדער ווי מ'רופט עס אין אפאליגעטיק שפראך "זיי האבן אן אנדערע תפקיד", און זיי ארויפברענגען צום פאדערשטן זיץ אין קאר מכלומרשט זיי צו געבן גלייכע רעכטן און ארויפברענגען צום זעלבן שטאפל ווי די מענער שמעקט פשוט נישט אידיש, אויב עפעס קומט עס פון די משכילים אדער פון די מאדע הייזער אין פאריז.
ס׳איז זײער פשוט. אויב זיצט די װײב אין פראנט איז װער װעט זײן די בעק סיט דרײװער?
elter-zeideאמאליגע קארס זענען געווען איין לאנגע סיט אויך אין פארנט, איז דאס געווען שאלה'דיג אין דע נישט ריינע טעג, היינט זענען אלע קארס אין פראנט מיט צוויי באזינדערע סיטס, אין א קאנסיל אינדערמיט, א אויסגעהאלטענע מחיצה, איז טאקע נישט קיין שאלה, אבער משום מנהיג אבותינו בידינו איז דא אזעלעכע וואס פירען זיך ווי אמאל אין מ'זיטץ באזינדער,בד"וו ווען איך געווען אין לאנדאן וואס דער דרייווער זיטץ אויף רעכטער זייט האב איך געמיינט אז נאר פרויען דרייווען,
די זעלבע זאגט מען אויף א גרויסן אדמו"ר שליט"א פון טויזנטער חסידים. אין די צייטונג פון זיין קהילה איז געוועין א גרויסער בילד ווי די רבי שליט"א זיצט אין פראנט אויף די לינקע זייט. האט אויסגעזעען פאר די חסידים דא אין אמעריקע ווי גלייך די רבי שליט"א דרייווט א קאר... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮
ווי קימט אהער דער אדמו"ר? דא שרייבט מען וועגען פרויען זיטצן אין פראנט ביים פארען, דער אמת איז, אז אלע אדמו"רים, איך מיין אלע אלע אדמו"רים טיען אזוי, זיי זיצען אין לאנדון אויף דע לינקער זייט, נאר דער אדמו"ר איז אזוי, אז אלעס וואס ער זאגט אין אלעס וואס ער טיט ווערט פארשפרייט, אין נאר זיינע שונאים פארשפרייטען עס, סיי דע בילדער אין סיי זיינע דרשות,
משבקביי מיר זיצט אויך די פרוי אין בעק פשוט אלס פראקטישקייט קעיר צו נעמען פונעם געזונדל ק"עה
דעיס איז א גוטער תירוץ אויף דערווייל. שפעיטער 'עט מען שוין נישט משנה זיין מפני המסורה... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮
עס איז דא אזעלכע וואס האלטן אז ווען זי זיצט פון אונטן איז א סגולה עס זאל נישט געשעהן קיין עקסידענטן.
איך האב אייביג געמיינט אז ווען די ווייב זיצט פארענט, און עמיצער קומט צום קאר בעטען צדקה קען די מאן נישט געבען ווייל די אשה עיניה צרה גיבט אכטונג אויף אים ער זאל נישט געבען, דערפאר זעצט מען איר פון הונטער אז ער זאל רואיג קענען טיילען צדקה פון די פאדערשטע זיץ אן קיין שטער