☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מדינת ישראל סאלדאט פארכאפט אין עזה!

מדינת ישראל סאלדאט פארכאפט אין עזה!

61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6825
בלאט: 1 2

ישראל קאפקע » פרייטאג אוגוסט 1, 2014 7:13 pm

· #215086
I'm back
ישראל קאפקע
און דיין בעקיארד, און אויס זיי בעקיארד איז עס געווארן ווען?


און זייער וואוינארט איז עס געווארן ווען?

נאכן וואוינען דארט טויזנט יאר

איש עברי » מוצ"ש אוגוסט 2, 2014 8:26 pm

· #215090
די סאלדאט איז פארמאל דערקלערט געווארן טויט דורך די אויטאריטעטן, חלקים פון זיין קערפער געפונען זיך אין די הענט פון צה"ל און ווארשיינליך וועט מארגן זיין די לוויה

איך אויך » מוצ"ש אוגוסט 2, 2014 10:13 pm

· #215094
בר דעת

קאפקע, באמת וואס איז פשט פון דיין זיין אזוי נייטראל און אפשר אפילו מילד גענויגט צום שונא?

אר יו פור ריעל?

I'm back » מוצ"ש אוגוסט 2, 2014 11:34 pm

· #215109
ישראל קאפקע
I'm back
ישראל קאפקע
און דיין בעקיארד, און אויס זיי בעקיארד איז עס געווארן ווען?


און זייער וואוינארט איז עס געווארן ווען?

נאכן וואוינען דארט טויזנט יאר


און בעפאר זיי האבן דארט געוואוינט (וואס איז אגב נישט אמת)?

ישראל קאפקע » מוצ"ש אוגוסט 2, 2014 11:40 pm

· #215112
וואס הייסט אגב נישט אמת, וואס איז אויב אזוי געווען די קרייץ צוגן?
טויזנט יאר צוריק זענען די קריסטן ארויף אויף ארץ ישראל זיך צו שלאגן מיט וועם?
אויסצורייניגן דאס לאנד פון וועלכע אומגלויביגע?
(אגב היסטאריש זענען א היבשע פראצענט פאלעסטינער קריסטן)

I'm back » מוצ"ש אוגוסט 2, 2014 11:47 pm

· #215114
די רעדסט וועגן אראבער, אדער וועגן פאלעסטינער?

אגב, איך וויל פארן אויף עטליכע טעג קיין וואשינגטאן די סי.

אין וועלכע האטעל זענט עטס איינגעשטאנען, און האט איר הנאה געהאט פון די האטעל?

ישראל קאפקע » זונטאג אוגוסט 3, 2014 12:11 am

· #215117
קיינמאל נישט געווען אין וואשינגטאן די סי 😞
זיך קיינמאל נישט באטייליגט אין א נטורי קרתא פראטעסט/דעמאנסטראציע,
כהאב געקלערט עטליכע מאל דערפון, אבער פאקטיש קיינמאל נישט געווען.


נאכן וואוינען עטליכע הונדערט יאר אויף איין פלאץ, איז די סדר פון די וועלט צו רופן די איינוואוינער אויפן נאמען פונעם פלאץ,
עיין ערך: אמעריקאנער, קאנאדער, אויסטראליער, בראזיליאנער, סאוט אפריקאנער, וכו,

I'm back » זונטאג אוגוסט 3, 2014 12:24 am

· #215122
אהא, און יעצט ענטפער ביטע מיין ערשטע פראגע.

אפטעמיסט » זונטאג אוגוסט 3, 2014 12:33 am

· #215125
ישראל קאפקע
(אגב היסטאריש זענען א היבשע פראצענט פאלעסטינער קריסטן)

ס'איז שוין גארנישט קיין ווערטל. כ'האב ערענסט מורא אונז האמיר דא א פאלעסטינער שפיאן.

ישראל קאפקע » זונטאג אוגוסט 3, 2014 12:41 am

· #215130
וויינרייך שרייבט היפש, הארקאווי שרייבט היבש,
מען קען שרייבן ביידע,
א זוך אין קאווע שטיבל טרעפט 914 'היבש', און 350 'היפש', היבש מער היבש ווי היפש! 😂

Kool man » זונטאג אוגוסט 3, 2014 12:52 am

· #215132
וויאזוי ארבייט דאס אז חאמאס מעג קידנעפען אינמיטן א סיעס-פייער?
בלאט: 1 2