☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מאלאזיע אירליין פליגער אראפגעשאסן איבער אוקראינע

מאלאזיע אירליין פליגער אראפגעשאסן איבער אוקראינע

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6818

ישראל קאפקע » דאנערשטאג יולי 17, 2014 2:41 pm

· #212389
מאלאזיע אירליין פליגער אראפגעשאסן איבער אוקראינע
א מאלאזיער אירליין עראפלאן א באואינג 777 אויפן וועג פון אמסטערדאם צו קואלא לומפור איז אראפגעשאסן געווארן אין די הימלען העכער מזרח אוקראינע נעבן די שטאט דאנעצק וואס ווערט קאנטראלירט פון די רעבלען בערך 20 מייל ווייט פון די רוסישע גרעניץ.
אלע 280 פאסאזשירן און 15 מאנשאפט מיטגלידער ווערן געגלייבט צו זיין טויט, אכציג פאסאזשירן זענען געווען קינדער, 154 זענען געווען האלאנדישע בירגער און דריי אין צוואנציג פאסאזשירן אמעריקאנער בירגער,

אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטורן האלטן אז די פליגער איז געווארן אראפגעשאסן דורך פרא רוסישע רעבלען אין אוקראינע וואס האבן געמיינט אז די פליגער איז א טראנספארט פליגער פון די אוקראינישע מיליטער,
אויב שטעטל זיך ארויס אז עס איז אראפגעשאסן געווארן דורך די רעבלען מיט א רוסיש פראדוצירטע מיסל קען עס זיין א פאליטישע נייטמעיר פאר רוסלאנד און זיכער פאר די רעבלען, סאיז דאס פערטע מאל אין היסטאריע וואס א קאמערציאלע פליגער ווערט אראפגעשאסן און די ערגסטע אוויאציע אומגליק זינט 9/11.

די אמעריקאנער אמבאסאדאר זאגט אז קערפער און ברוכווארג טיילן זענען צעשפרייט איבער צען מייל ארום.

קאנספיראציע טעאריקער באשולדיגן שוין אז מדינת ישראל שטייט אינטער דעם אומגליק, כדאי צו אוועקנעמען די וועלטס אויפמערקזאמקייט פון איר ערד אינוואזיע אין עזה. 🙄

ישראל קאפקע » דאנערשטאג יולי 17, 2014 5:43 pm

· #212435
אמעריקע האט באשטעטיגט אז די פליגער איז געווארן אראפגעשאסן דורך א מיסל,
אוקראינע צייטונגען באריכטן אז אוקראינע האט אונטערגעהערט א רוסישע שפיאנאזש אפיציר זיך מודה זיין אז רוסלאנד האט געהאט א האנט אין די אינצידענט.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 17, 2014 7:07 pm

· #212442
וואס האט דער פליגער געזינדיגט?

יואליש » פרייטאג יולי 18, 2014 6:57 am

· #212508
ניו יארק טיימס פובלישט די אודיאו געשפרעכן צווישן די רעבלן און רוסישע אגענטן.
<a class="postlink" href="http://www.nytimes.com/video/world/europe/100000003007434/intercepted-audio-of-ukraine-separatists.html?smid=fb-nytimes&WT.z_sma=VI_IAO_20140717&bicmp=AD&bicmlukp=WT.mc_id&bicmst=1388552400000&bicmet=1420088400000&_r=1">http://www.nytimes.com/video/world/euro ... 00000&_r=1</a>

ישראל קאפקע » פרייטאג יולי 18, 2014 10:10 am

· #212516
פידעל קאסטרא (וואס?! ער לעבט נאך?) באשולדיגט גאר די אוקראינער רעגירונג פארן אראפ שיסן דעם פליגער. 😕

מ גפני » פרייטאג יולי 18, 2014 10:19 am

· #212517
מאלעזיע עירליינס נייע סלאגאן....
"Specializing in one way fares"
"We make sure you're arriving to your FINAL destination"

ישראל קאפקע » פרייטאג יולי 18, 2014 10:29 am

· #212518
בד"ה
ליידער איז איין איד פון ארץ ישראל געווען צווישן די אומגעקומענע אויפן מאלאזיער פליגער

ישמעאל הכהן » פרייטאג יולי 18, 2014 12:15 pm

· #212524
לעצטע ווידיא פון אינעווייניג דעם פליגער פאר ס'הייבט זיך אויף צום לעצטן מאל

משבק » פרייטאג יולי 18, 2014 3:17 pm

· #212550
וויאזוי זאל איך עס רופן חוצפה אדער משוגע ? פוטין באשולדיגט אוקריינע <a class="postlink" href="http://time.com/3003520/malaysia-airlines-ukraine-crash-putin/">http://time.com/3003520/malaysia-airlin ... ash-putin/</a>

לאליפאפ » מוצ"ש יולי 19, 2014 6:08 pm

· #212591
ישראל קאפקע
סאיז דאס פערטע מאל אין היסטאריע וואס א קאמערציאלע פליגער ווערט אראפגעשאסן

דאס איז א קאמערציעלע פליגער? אדער א פעסענדזשער דזשעט?