☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » $60,000 צו פטר'ן א ספיידער... און מעגליך ניטאמאל דאס!

$60,000 צו פטר'ן א ספיידער... און מעגליך ניטאמאל דאס!

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6814

ישמעאל הכהן » מיטוואך יולי 16, 2014 11:07 pm

· #212267
$60,000 צו פטר'ן א ספיידער... און מעגליך ניטאמאל דאס!
דער ספיידער וואס ווערט שוין באשולדיגט אין שריפת ביהמ"ק, איז יעצט נאכאמאל אונטער פייער.

נעכטן האט ער באוויזן צו פארברענען א היים אין סיעטעל וואשינגטאן. דער בעה"ב האט באמערקט דעם אכט פיס ספיידער אין זיין לאנדרי רום, נישט האבענדיג צו די האנט א פאפיר מיט וואס אים צו פטר'ן, האט ער געכאפט א לייטער (פייער צינדער) מיט פעינט ספרעי און געגאנגען... אבער וואס ווען, די וואנט האט זיך אנגעכאפט פונעם געמיש און אנגעהויבן פלאמען. ער האט פרובירט צו לעשן, ווען ער האט געזען אז ער קען נישט בייקומען דעם פייער וואס האט זיך שנעל פארשפרייט איז ער ארויסגעלאפן און גערופן 911, ווי לאנג זיי זענען אנגעקומען איז שוין די הויז געווען האלב אפגעברענט.
מ'שאצט אז די פייער האט געטון 40,000 דאלער שאדן צום הייזקע וואס וועט קאסטן צו פארעכטן, און נאך 20,000 דאלער חפצים אין די הויז וואס איז שאדן געגאנגען.

און דער ספיידער? הממ זיי זאגן אז מ'האט נישט געטראפן קיין טויטן שפין אויפן וואנט, איז ער גאר מעגליך אנטלאפן א לעבעדיגער לאכענדיג א גוטס?...

<a class="postlink" href="http://www.kirotv.com/videos/news/video-home-torched-by-man-trying-to-kill-spider/vCjTL6/">http://www.kirotv.com/videos/news/video ... er/vCjTL6/</a>

קאווע טרינקער » מיטוואך יולי 16, 2014 11:36 pm

· #212272
שוטה איינער... פארוואס ווארט ער נישט דאס צו טוהן אויף א פרייטאג, לכבוד שבת קודש, און שלוחי מצוה - פלעגט די רבי נאכזאגן פון קדמונים - אינן ניזקין.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יולי 17, 2014 12:00 am

· #212277
די שפין זעהט אויס איז ארויסגעטאנצן פון א פענסטער מיט א שפין rope.

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יולי 17, 2014 12:05 am

· #212278