☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » בויקאטירט ריהאנא!

בויקאטירט ריהאנא!

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6812

שעפטל » מיטוואך יולי 16, 2014 5:34 pm

· #212206
בויקאטירט ריהאנא!
דיסקלעימער פאר איר ליינט: איך האב דאס נישט געשריבן (לייקס קען איך נאך אלס אריינכאפן...) און איך ווייס נישט ווי ס'איז געשריבן געווארן. באקומען פון איינעם, זאל דערוילעם דא אויך לאכן...

ברעקינג --- שרעקליך!
דאס יודישע פאלק איבער די וועלט איז שטארק אויפגעברויזט אויפן פופ זינגערן 'ריהאנא' נאכן ארויסלאזן א טוויטער טשיפטשע מיטן העשטעג 'פרי פאלעסטין' וואס האט געברענגט צו אסאך שטורעמעס פון העצע אין די מידיע.
די זינגערין האט זיך פארענטפערט: "איך ווייס נישט ווי אזוי די טוויט איז ארויסגעלאזט געווארן, אבער דאס איז זיכער געווען א טעות". "און מיר אלע האפן פאר א שנעלע פרידן פלאן פאר עזה-ישראל ווי אמשנעלסטן" האט זי געשריבן שפעטער אין אווענט.
דערווייל האבן אלע געשעפטן און מקוה יודן אין ברוקלין ארויסגעווארפן אירע קאסעטעס, "צו וואס דארפן מיר איר שטיצן?" טענה'ט די משמש פון ראדני מקוה.
די הנהלה פון די פרדס פיגא זאלן אין וויליאמסבורג האבן אין א זיצונג נעכטן שפעט אויפדערנאכט נאכן אויספאסטן באשלאסן אז "ריהאנא קען מער נישט אויפטרעטן אויפן סטעידזש בשעת די חופה אין אלע אונזערע זאלן בשום אין אופן!"

אבי שריפטמאכער
מיטוואך, יואלי זעכצן, ברוקלין נוא יארק
וועטער: אומאנגענעם

רויטע וואנצעס » מיטוואך יולי 16, 2014 5:54 pm

· #212210
דא איז אשכול, טאקע אויך פון שעפטל איבער זינגערס וואס לאזן זיך הערן אויף אלגעמיינע פראבלעמען, ווי כאילו מ'איז אינטערעסירט וואס זיי האבן צו זאגן.

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/147612">viewtopic.php?p=147612#p147612</a><!-- l -->

מאטי » מיטוואך יולי 16, 2014 6:10 pm

· #212213
ציממערמאן שרייט שוין לאנג אז זי איז א סכנה..

אפטעמיסט » מיטוואך יולי 16, 2014 6:21 pm

· #212215
עפעס א מין משוגעת אז זינגערס און אקטארס לאזן פאלן סטעיטמענטס אויף זאכן אויסער מוזיק. ווער האט זיי געפרעגט? וויבאלד דו זינגסט שיין ביסטו מיר געווארן א גאנצע מאן דאמר? נישט לאנג צוריק האט אן אנדערע זינגער(טע ) האשה החשובה מרת מאדאנא תחי', איידער אנהויבן זינגען ביי א קאנצערט אין מדינת ישראל, גע'מוסר'ט די ישראלים און גע'דרש'נט וועגן שלום. ערעב איד, איינער האט אייך געפרעגט? וואו דען אויב נישט דא קומט אריין די באקאנטע שפרעך-ווארט "שאט אפ ענד סינג"?!

געפילטע פיש » מיטוואך יולי 16, 2014 6:44 pm

· #212218
גערעכט, און די זעלבע קען געזאגט ווערן אויף אלע אישי ציבור וואס זאגן דיעות אין זאכן וואס זענען ארויס פון זייער עריע אוו עקספערטיז, ווי למשל רבנים און ראש ישיבות, עסקנים און פאליטיקאנטען.

מאטי » מיטוואך יולי 16, 2014 7:19 pm

· #212225
באט דען עגעין ווער זענען מיר צו זאגן דעות ווער ס'זאל זאגן דיעות.

קאווע טרינקער » מיטוואך יולי 16, 2014 7:22 pm

· #212226
לא הביישן למד... אפשר זאגסטו וויאזוי מ'שרייבט איר נאמען אין ענגליש, כדי איך זאל קענען גוגל'ן איבער דעם זינגערען

מאטי » מיטוואך יולי 16, 2014 7:23 pm

· #212227
אויף דעם איז דא אן עצה "גוגל וואויס רעקאגנישאן"

קאווע טרינקער » מיטוואך יולי 16, 2014 7:26 pm

· #212228
די צוויי אלף'ס זענען קמץ? פתח?

יואליש » מיטוואך יולי 16, 2014 7:26 pm

· #212229
Round and around and around and around we go.

אדער אין לשה"ק הייסט עס "חזור בך".

נאכגייענדיג די טוויט זעהט מען אז ס'איז געשיקט געווארן פון אן עלעוועיטאר און איר מאן, זשעי זי, ריפט זי צומאל פאלעסטיין.

אפטעמיסט » מיטוואך יולי 16, 2014 7:28 pm

· #212230
קאווע טרינקער, דו פאנגסט אן גליטשן!

מאטי » מיטוואך יולי 16, 2014 7:31 pm

· #212231
יואליש האסט איר פארטוישט מיט א צווייטן ודו"ק

יואליש » מיטוואך יולי 16, 2014 7:32 pm

· #212232
כ'האב פארמישט מיט אן אנדערע זינגערין
טעות. גיי לערן מיט א איד טי עם זי.

קינד_אן_קייט » מיטוואך יולי 16, 2014 8:39 pm

· #212247
אפטעמיסט
עפעס א מין משוגעת אז זינגערס און אקטארס לאזן פאלן סטעיטמענטס אויף זאכן אויסער מוזיק. ווער האט זיי געפרעגט? וויבאלד דו זינגסט שיין ביסטו מיר געווארן א גאנצע מאן דאמר? נישט לאנג צוריק האט אן אנדערע זינגער(טע ) האשה החשובה מרת מאדאנא תחי', איידער אנהויבן זינגען ביי א קאנצערט אין מדינת ישראל, גע'מוסר'ט די ישראלים און גע'דרש'נט וועגן שלום. ערעב איד, איינער האט אייך געפרעגט? וואו דען אויב נישט דא קומט אריין די באקאנטע שפרעך-ווארט "שאט אפ ענד סינג"?!

[list]א׳ - פארוואס נישט? זיי האבן א רעכט פונקט ווי מיר און דיר צו האבן א מיינונג און דאס צו לופטערן,
ב׳ - זינגערס און אקטיארן זענען ״ראול מאדעלס״ אין די גויאישע וועלט, ס׳דא פון זיי וואס האבן מיליאנען נאכפאלגער און זיי זענען מער ארויפגעקוקט ווי פאליטאשאנ׳ס אדער גלחים (צומאל מיט רעכט).[/list:u]

מ׳שטיי מיר נאך גאנץ גוט אויב זיי האבן א פחד זיך ארויסצוווייזן אלץ אנטעסימיטען, לאמיר האפן אז דער פחד זאל לאנג אנהאלטן.

אפטעמיסט » מיטוואך יולי 16, 2014 8:50 pm

· #212248
ווען איך זאג מיין דעה ווייס איך טאקע אז מיין דעה איז גארנישט מיט נישט, דער פראבלעם איז אז זיי מיינען זייער דעה איז יא א דעה. א פאליטישען איז געווארן אויפגענומען צו ליפטערן זיינע דעות אין פאליטיק, א קעכער אין קאך, א דאקטאר אין מעדיצין, און א זינגער אין מוזיק.
וויבאלד זיי זינגען שיין און האבן מיליאנען נאכפאלגערס אויף טוויטער, מאכט עס זיי נאכנישט פאר וועלטס פארזארגער און ספעציליסטן אין אלטוועלטליכע נושאים.

קינד_אן_קייט » מיטוואך יולי 16, 2014 10:10 pm

· #212261
אפטעמיסט
ווען איך זאג מיין דעה ווייס איך טאקע אז מיין דעה איז גארנישט מיט נישט, דער פראבלעם איז אז זיי מיינען זייער דעה איז יא א דעה. א פאליטישען איז געווארן אויפגענומען צו ליפטערן זיינע דעות אין פאליטיק, א קעכער אין קאך, א דאקטאר אין מעדיצין, און א זינגער אין מוזיק.
וויבאלד זיי זינגען שיין און האבן מיליאנען נאכפאלגערס אויף טוויטער, מאכט עס זיי נאכנישט פאר וועלטס פארזארגער און ספעציליסטן אין אלטוועלטליכע נושאים.

ביזט אפשר גערעכט אין טעאריע, אבער ס׳איז א נייע וועלט און דאס איז דער מציאות, אמאליגע צייטן איז געווען אפיציעלע ווארטזאגער׳ס און יעדער האט זיך געהאט זיין פלאץ, היינטיגע צייטן:

[list]- באקומען מענטשן אויף די מינוט נייעס אויף זייער טוויטער פיעד נאך איידער די ניו יארק טיימ׳ס אויספיעט אויסצוקראצן אן ארטיקל דערויף,

- דארף א פאליטיקאנט פארשטיין פינאנץ + עדיוקעישאן + געזונט + ביזנעס, וכו׳

- דארף א קעכער זיין א מענעדזשער + א בעקער + א אקאונטענט + א ביזנעסמאן, וכו׳

- דארף א דאקטאר זיין א סעילסמאן + אן אדוואקאט + א 24 שעה׳דיגער ארבעטער, וכו׳

- דארף א זינגער זיין שיין + א אקטיאר + א שרייבער + א פערזענליכקייט, וכו׳

- דארף א אקטיאר זיין א זינגער + א וועלט פארזארגער + א אמבאסאדער, וכו׳

- דארף א ביזנעסמאן קענען ביזנעס + טעכנאלאגיע + נעטווארקינג (קאנעקשאנ״ס) + מאלט״י טעסקינ״ג + א טוץ אנדערע באקענטעניסן אינדרויסן פון זיין פאך,[/list:u]
וכו׳ וכו׳

יעדער קען אלעס און ווייניג קענען באמת, אבער יעדער האט א מיינונג מיט א שטעלונג און לאזט זיך הערן, און כ׳בין נישט מסכים מיט דיין הנחה, יעדער האלט אז זיין דעה איז א דעה, אפילו דו אויך (אפטימעסטיש גערעדט…).

רואה ואינו נראה » דאנערשטאג יולי 17, 2014 12:06 am

· #212279
.

יין שרף » דאנערשטאג יולי 17, 2014 9:47 pm

· #212464
כ'פארשטיי נישט ווי אזוי מען קען איר אסר'ען אקעגן א בפירוש'ן פסוק לשמוע אל הרינה...

לאליפאפ » מוצ"ש יולי 19, 2014 6:20 pm

· #212592
יעצט האט סעלינע גאמעז ארויסגעלייגט אויף Instagram א בילד מיטן רוף: דאווענט פאר פאלעסטינע!

There goes her Jewish fans.