☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » אינטערעסאנטע נישט אמת'דיגע פאקטן

אינטערעסאנטע נישט אמת'דיגע פאקטן

49 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6796

בשבילי! » מאנטאג יולי 14, 2014 9:04 pm

· #211737
אינטערעסאנטע נישט אמת'דיגע פאקטן
דא אין שמייכל פלאנעט וועלן מיר פראבירן צו לאזן די עולם רילעקסען אביסל מיט די אינטרעסאנטע נישט אמת'ע פאקטן. יעדער זאל צולייגן פארשטייט זיך כיד הטוב. נישט פארגעסן צו גיין אין א סדר מיט נומבערן אזוי אז ליינער'ס זאלן זיך קענען איינחזרן און האבן צו די האנט א מראי מקום צו טרעפן.

1) א קינד וואס ווערט געבוירן פורים וויינט ווייניגער ווי א קינד וואס ווערט געבוירן אן אנדער'ן דאטום (איז פורים משפיע אויפ'ן קינד?.. וואס זאגט איר)

2) א דזשיראף וואס איז אונטער שטארקע ווייטאג קען זיך נעמען רעדן אויסצודריקן אירע ליידן (אויף וועלכע שפראך? ווייס איך נישט..)

3) עסן גאלא צוויי מאל א וואך פארלענגערט דאס לעבן מיט דריי און א האלב מינוט (נישט ווערד!)

4) מאסקיטאס בייסן נאר שלעכטע מענטשן ( 😳 )

5) טרערן פון פרייד האט א טעם פון ספלענדע (אנדערש ווי טרערן פון צער וואס טעסט ווי זאלץ)

6) קאלטע קאפי מאכט נישט אזוי וואך ווי הייסע

7) אויב ס'דינערט אינמיטן א דינער וועט דער דינער זיין מער דערפאלגרייך

המשך יבא

יין שרף » מאנטאג יולי 14, 2014 9:13 pm

· #211739
עגפלענטס וואקסען פון די אייער וואס העטשען נישט...

אויב מען לייגט קעטשאפ אויף א אפענע וואונד, ווערט די קעטשאפ געל...

רוב ליינער פון קאווע שטיבל , לייענען נאר דא וועגן די וויסענשאפט פארום...

כוכב » מאנטאג יולי 14, 2014 9:15 pm

· #211740
גיין ליידיג ברענגט צו עפענען נישט קארני אשכולות.

יין שרף » מאנטאג יולי 14, 2014 9:16 pm

· #211742
70% גיטין ביים היימישן עולם איז וועגן אינטערנעט...

רויטע וואנצעס » מאנטאג יולי 14, 2014 9:18 pm

· #211743
וואס פארא אשכול איז נעקסט? אמת'דיגע פאקטן וואס זענען נישט אינטערעסאנט? 😛

כוכב » מאנטאג יולי 14, 2014 9:28 pm

· #211745
רוב אפגעפארענע זענען וועגן תאוות.
מדארף נישט גיין אין קאלעזש צו מאכן פרנסה.
דער מלאך לייגט א קוואדער הונטער די קושן ווען א צאן פאלט ארויס.
יעקב דוד קלאר איז א מלאך.
הערשל מייזליש שאקלט די וועלט.
סופער 13 איז א ביליגע סטאר.
אויפן וויליאמסבורג בארא פארק באס איז צוגעשטעלט עירקאנדישן.
מיין ווייב האט געמאכט סאפער היינט.
רוב חסידישע יונגעלייט האבן דעם טאג איבערצולעבן.
איך גלייך מיין ארבעט און מיין בעל הבית.
אלעס איז באשערט.
כוכב איז יואב.
עפענען אן אשכול וויזיטינג זונטאג איז די בעסטע סטראטעגיע פאר לייקס.
איך בין אין א גוטע מאוד.
מיין גראסערי פלייש שכר לימוד ביל האבן א קלעיר באלאנס.
אלע צוזאמען, אוי מיצווע געדוילע אוי לי אויס בעסימכע תמיד.

בשבילי! » מאנטאג יולי 14, 2014 9:28 pm

· #211746
11) דעמאקראטן טרונקן בלויע מילך, רעפובליקאנע טרונקן ענדערש רויטע

12) 90 פראצענט אידן גייען מיט אויגן גלעזער, די אנדערע 10% זענען נאך נישט געבוירן

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 14, 2014 10:45 pm

· #211769
בשבילי האט אויסגעלאזט די נומערן 8, 9, 10 און 11

בשבילי! » מאנטאג יולי 14, 2014 10:47 pm

· #211770
שמעקעדיג
בשבילי האט אויסגעלאזט די נומערן 8, 9, 10 און 11

יין שרף האט עס נישט געלייגט, איך האב גערעכנט זיינע

בר דעת » מאנטאג יולי 14, 2014 10:49 pm

· #211771
כוכב
רוב אפגעפארענע זענען וועגן תאוות.
מדארף נישט גיין אין קאלעזש צו מאכן פרנסה.
דער מלאך לייגט א קוואדער הונטער די קושן ווען א צאן פאלט ארויס.
יעקב דוד קלאר איז א מלאך.
הערשל מייזליש שאקלט די וועלט.
סופער 13 איז א ביליגע סטאר.
אויפן וויליאמסבורג בארא פארק באס איז צוגעשטעלט עירקאנדישן.
מיין ווייב האט געמאכט סאפער היינט.
רוב חסידישע יונגעלייט האבן דעם טאג איבערצולעבן.
איך גלייך מיין ארבעט און מיין בעל הבית.
אלעס איז באשערט.
כוכב איז יואב.
עפענען אן אשכול וויזיטינג זונטאג איז די בעסטע סטראטעגיע פאר לייקס.
איך בין אין א גוטע מאוד.
מיין גראסערי פלייש שכר לימוד ביל האבן א קלעיר באלאנס.
אלע צוזאמען, אוי מיצווע געדוילע אוי לי אויס בעסימכע תמיד.


לאכן אדער וויינען, איך ווייס נישט

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 14, 2014 10:50 pm

· #211773
צחוק מכאיב איט איז.

רויטע וואנצעס » מאנטאג יולי 14, 2014 10:59 pm

· #211775
די ווייס אויפן נעגל איז א נגע.
אז מ'קראצט די האר פאר א שעה באקומט מען א עלעקטריק שאק.
מ'זעהט די עבירות אויפן שטערן.
ווען מ'פאלגט נישט גייט עס ארויס פון צווייטן אויער.
קראצן די פיס העלפט.
ס'דא גאלד אין די נאז.
ס'דא א טישו קאמפאני וואס הייסט אשר יצר.
אויב מ'גייט איבער וואקסט מען מער נישט.
א קשיא איז געמאכט פון אייזן.
א תירוץ קען אמאל זיין א באמבע.
אויב מ'טרינקט פון הבדלה וואקסט א בארד וי"א א וויידל.

יין שרף » מאנטאג יולי 14, 2014 11:41 pm

· #211786
ווען די פוס טוט וויי וואקסט עס...

מ'קען כאפן אן עלעקטריק שאק פון הערן עלעקטריק מוזיק.

די מיטן פון א דאונאט האט מער קעלעריס ווי די גאנצע ארום...

סענדוועטשעס איז געמאכט מיט סענד, און האט דאגס פון הינט...

די WEEDS וואס וואקסן פארנט פון אייער הויז איז די עכטע סחורה...

שנה ראשונה איז נאר איין יאר...

רבינו הקדוש מיינט נאר די מסדר המשניות...

יין שרף » מאנטאג יולי 14, 2014 11:46 pm

· #211787
FACEBOOK איז א ביכל פון די לייברערי...

אויב איינער פון דיינע אור-עלטערן האבן נישט געהאט קיין קינדער, וועסטו מן הסתם אויך נישט האבן...

ווען א פיש ווערט דערטראנקן אינטער וואסער שטארבט עס...

די לבנה איז באמת געמאכט געווארן פון קעז...

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 15, 2014 1:55 am

· #211802
טאטעס וויינען קיינמאל נישט

רוב ערוואקסענע מענטשן וועלן נישט עסן פון א טאפ אדער טרינקען פון א גרויסן באטל

קופערניקוס בענקט זיך נישט נאך קאווע שטיבל

קאווע שטיבל האט שוין לאנג פארגעסן פון קופערניקוס

טייל פארשער שפעקולירן אז @יואב איז גאר זלמן זאפיר

רוב קאווע שטיבל ליינער גייען נישט פאר לייקס

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 15, 2014 3:45 pm

· #211893
פעטש טוט מער וויי פאר די מלמדים ווי די קינדער וואס באקומען עס

געלט איז גארנישט, דער עיקר ווי אזוי מען קוקט אן דאס לעבן

אייוועלט מעמבערס זענען שטארק נזהר נישט צו ליינען ק"ש

עס איז נישט געזונט צו עסן גלייך נאכן אויספאסטן, מען זאל ווארטן לכה"פ 10 מינוט

שטודיעס ווייזן אז הענגען לכה"פ 15 סארט פלאקאטן איינס נעבן צווייטן פאר א מסיבה ברענגט אריין 50% מער נתינות

@שטילע אינגערמאן איז אלץ א שטילע

יין שרף » דינסטאג יולי 15, 2014 3:49 pm

· #211897
און שמעקעדיג איז אלץ שמעקעדיג...

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 15, 2014 3:52 pm

· #211899
[ציטאט אראפגענומען]

איך האב בכוונה צוגעלייגט 11 כדי עס זאל נישט זיין אמת.

#_ווי_תורה

כוכב » דינסטאג יולי 15, 2014 3:52 pm

· #211901
נאר קינדער קטנען אין דער מקוה.

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 15, 2014 3:55 pm

· #211903
יין שרף
און שמעקעדיג איז אלץ שמעקעדיג...

נע, בעיקר אין די 9 טעג.....

יין שרף » דינסטאג יולי 15, 2014 4:12 pm

· #211910
האסט אבער אלץ גע'טענה'עט אז דיין כוונה פונעם נאמען איז א ריח ניחוך כמו בשמים וקטורת וכדו'...

אהה... דא איז נישט אמת'ע פאקטן אשכול...

היסטאריקער » דינסטאג יולי 15, 2014 4:44 pm

· #211918
יין שרף
70% גיטין ביים היימישן עולם איז וועגן אינטערנעט...


און מאנכע טענה'ן אז רוב שידוכים ווערן דורך די אינטערנעט

געפילטע פיש » דינסטאג יולי 15, 2014 6:10 pm

· #211955
אז איך האב עפעס א גוטס צו שרייבן דא.

יאיר » דינסטאג יולי 15, 2014 8:06 pm

· #211990
צדיקים טוען מצוות.
דיינים קענען לערנען.
חסידישע אידן פירן זיך לפנים משורת הדין.
תלמידי חכמים האבן נישט קיין תאוות.
עשירים האבן געלט.
ארימעלייט האבן נישט וואס צו עסן.
ליטווישע אידן זענען מאדערן.
אידיש איז א שפראך.
מען דארף ארבעטן צו האבן געלט.
גמרא מאכט קלוג.
אברהם אבינו איז געווען ארטאדאקסיש.
שאלות ווערן גע'פסקנ'ט לויט שולחן ערוך.
מורה נבוכים ברענגט ספיקות אין אמונה.
לערנען תורה פארענטפערט די ספיקות.
א שול איז געמאכט צו דאווענען.
א מקוה איז געמאכט זיך צו טובל'ען.
די עזרת נשים איז געמאכט פאר פרויען.
א קאווע שטיבל איז געמאכט צו טרינקען קאווע.

יאיר » דינסטאג יולי 15, 2014 8:26 pm

· #211996
שבעה עשר בתמוז פאסטן אלע טאטעס.
תשעה באב זענען אלע טאטעס טרויעריג.
ערב פסח רוימט מען אויס דעם חמץ.
סוכות שלאפט מען אין סוכה.
צווישן פליישיגס און מילכיג דארף מען ווארטן זעקס שעה.
צדיקים האבן פאראויס געזאגט אז אמעריקע וועט זיין די לעצטע גלות.
תורה איז די בעסטע סחורה.
מען בענקט זיך נאך די בחור'שע יארן.
גויים קענען טון וואס זיי ווילן.
ווען איך וועל זיין גרויס וועל איך פארשטיין.
אלעס איז רעלאטיוו.
טראכט גוט וועט זיין גוט.
צייט פליט.
דורות פאלן.
בחורים שטייגן.
כולל-יונגעלייט זיצן.

יין שרף » דינסטאג יולי 15, 2014 8:30 pm

· #211997
איך האלט פונק ווי יאיר מיט אלע דיזען פאקטן...

מאטי » דינסטאג יולי 15, 2014 8:32 pm

· #211999
או טי די זענען כופרים.

קאווע טרינקער » דינסטאג יולי 15, 2014 8:38 pm

· #212002
on the derech, זענען מאמינים.

מאטי » דינסטאג יולי 15, 2014 8:45 pm

· #212003
איין און זיבעציג מינוט נאך די שקיעה איז נאך טאג.

יום כיפור ביי מנחה לאזט דער אייבישטער כיפערן.

לאנגע פיאות איז א קידוש השם.

פאטעטע קוגל מיט פערפל איז הייליגער ווי פיצא.

אויב עפעס א עסן האט א שטעמפל איז דאס זיכער כשר.

גוים פארשטייען נישט צו א ווארימער ניגון.

Yossy » מיטוואך יולי 16, 2014 1:56 am

· #212057
דער בעל דרשן האט זיך נישט ציגעגרייט צי רעדן (וואס איז די זעקס צעטעלעך דארט?? )
דער בעל תפילה איז פינקט הייזעריק (ווען נישט וואלט עס געווען אסאך שענער )

נהורא נפישא » מיטוואך יולי 16, 2014 2:02 am

· #212060
מוז"ל מאכט בלינד
מוז"ל איז רציחה ווייל מ'הרג'ט מיליאנן מענטשן
די דורות ווערן שוואכער און שוואכער פיזיש
אונזערע עלטערן זענען געווען סאך קלוגער פון אינז
נשתנו הטבעים
ס'אלץ העכערע זאכן
זיי האבן אלס געמיינט לש"ש
האבן וויפיל קינדער ס'לאזט זיך וועט נישט באיינפלוסן אייער פינאנציעלן מצב
מ'קען אלע חכמות וויסן פון די תורה
ס'איז דא שבע חכמות
די וועלט איז צוזאמגעשטעלט פון ד' יסודות
די מהר"ל האט באשאפן א גולם
אריסטוי האט זיך מגייר געווען סוף ימיו
די יוונים האבן צוגעגנבט אלע חכמות פון שלמה המלך
אידן זענען פון אייביג אן געווען דאס אויסגצייכענטע אין אסטראנאמיע
שלמה המלך האט געהאט עלעקטריק
אליהו הנביא טרינקט פון די כוס של אליהו
ווער ס'פארציילט נישט אז ער האט געזען אליהו ביי שפוך חמתך איז א סימן ער האט געזען
ס'איז דא שבעה כוכבי לכת
די לבנה און די זון זענען פלאנעטן
די זון דרייט זיך ארום די וועלט
די זון גייט אריין אין פענסטערס אין די הימל
די פלאנעטן האבן שכל
אז מ'עסט חזיר באקומט מען די טבעיות פון א חזיר
אז טרינקן וואסער אינמיטן פיש איז א סכנה
אז די מזלות האבן אן השפעה אויפן מענטש
אז שדים ורוחות דרייען זיך אין חורבות
אז א שלעכט אויג קען דיר שעדיגן און ממוז זיך זאפארט סובסקרייבן ביי הרב לעבל
ווען די רמב"ם לעבט ווען היינט וואלט ער געשטאנען בראש מערכת ישראל ע"ד אבותינו ורבוה"ק
אלע גדולי ישראל האבן געשאלטן די קענעדיס
ווען די בעש"ט און אוהחה"ק טרעפן זיך ווען וואלט משיח תיכף געקומען
א פרוי א נידה איז זייער שעדליך
שחיטה איז די איינציגסטע און מערסטע הומעניטארישע מעטאד פון קוילן א בהמה
גויים האבן פיינט אידן
ס'איז דא זעקס הונדרעט טויזענט אותיות אין די תורה
ליובאוויטשער רבי איז משיח
אז שינאווער רב האט זיך נאך מיטגעכאפט
קיינער קען נישט אפפרעגן די ספר ויואל משה
היינט איז שוין יעדער מודה אז סאטמאר רבי איז געווען גערעכט
אלע חרדים זענען נושא ונותן באמונה
די חוזה האט געקענט זען מסוף העולם ועד סופו
אז משניידט א פרוכט בוים שטארבט מען
אז מ'האט בטחון קריגט מען וואס מ'וויל
אז פרויען זאלן זיך שערן די האר איז א תקנה פון די וועד ארבע הארצות
די אבות זענען געגאנגען אין שטריימל און ווייסע זאקן
דתן ואבירם זענען געגאנגן אין ווייסע דזשיפיצעס
די סיבה פארוואס אידן האבן מער אויגן גלעזער איז ווייל אידן לערנען גמרא און ווייל זיי שאקלן זיך ביים דאווענען
אין בני ברק קען נישט אויפרייסן קיין באמבעס אדער פאלן ראקעטן
אז די חזון איש איז געווען א אויסגעצייכענטער סורדזשין

Yossy » מיטוואך יולי 16, 2014 2:11 am

· #212065
וואס ווילסטי? די מאכט א טשולענט פון טשאדעלע באדעלע מעשיות מיט זאכען וואס האבען דייקא א גיטע מקור, אויך האסטו פארגעסן
כי הוא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים. איז א פסוק אין די תורה

ביבער » מיטוואך יולי 16, 2014 2:25 am

· #212068
ואל אישך תשוקתך.
והוא ימשול בך.

Yossy » מיטוואך יולי 16, 2014 2:27 am

· #212069
ביבער
ואל אישך תשוקתך.
והוא ימשול בך.

I feel your pain 😂

ישמעאל הכהן » מיטוואך יולי 16, 2014 3:50 am

· #212074
אלף שמות איז זונטיג פרשת שמות

נהורא נפישא » מיטוואך יולי 16, 2014 6:17 am

· #212077
Yossy
וואס ווילסטי? די מאכט א טשולענט פון טשאדעלע באדעלע מעשיות מיט זאכען וואס האבען דייקא א גיטע מקור, אויך האסטו פארגעסן
כי הוא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים. איז א פסוק אין די תורה

רש"י אין מס' שבת זאגט אז עס מיינט מעאטאראלאגיע נישט אסטראנאמיע

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 16, 2014 11:13 am

· #212108
טשולענט בונדלעך הרג'עט ציונים (איי זיי שטארבן נישט? עפעס א אייראן דאום סיסטעם האבן זיי זיכער קעגן בונדלעך...)

(ובזה מובן למה בא"י אוכלים טשולענט מתפוחי אדמה ולא מבונדלעך, כי המה לא רוצים להרוג כל המשטרה והחיילים וק"ל)

רויטע וואנצעס » מיטוואך יולי 16, 2014 11:39 am

· #212115
די אשכול איז א ראיה אז קאווע שטיבל סאקט. (ניין הארגע מיר נישט, ליין די נאמען פון אשכול)

ישראל קאפקע » דאנערשטאג יולי 17, 2014 6:28 pm

· #212438
יין שרף
ווען די פוס טוט וויי וואקסט עס....

דאס איז יא אמת, פארשטענדליך נישט אלעמאל.

יין שרף » דאנערשטאג יולי 17, 2014 9:06 pm

· #212458
אוי וויי! מיין בויך טוט יעצט וויי. וואקסט עס???

בשבילי! » מאנטאג יולי 28, 2014 1:06 pm

· #214168
דער אינגערמאן וואס לויפט יעצט מיט א ספר אין האנט גייט היינט לערנען א אידיש ווארט.

קאפקעיק » זונטאג אוגוסט 10, 2014 9:33 pm

· #216175
אז ס'טוט מער וויי פאר די מלמד ווי פאר די יונגעל ווען ער שלאגט עם.
אז די וויליאמסבורג ב"פ באס איז גע'אסר'ט ווייל מענער און פרויען טאנצן צוזאמען.

קאפקעיק » זונטאג אוגוסט 10, 2014 9:40 pm

· #216177
יאיר

טראכט גוט וועט זיין גוט.

ביי אונז אין פאפא פלעגט מען זאגן: טראכט נישט וועט זיין גוט.

ארטיסט » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 3:59 pm

· #216501
נהורא נפישא
מוז"ל מאכט בלינד
מוז"ל איז רציחה ווייל מ'הרג'ט מיליאנן מענטשן
די דורות ווערן שוואכער און שוואכער פיזיש
אונזערע עלטערן זענען געווען סאך קלוגער פון אינז
נשתנו הטבעים
ס'אלץ העכערע זאכן
זיי האבן אלס געמיינט לש"ש
האבן וויפיל קינדער ס'לאזט זיך וועט נישט באיינפלוסן אייער פינאנציעלן מצב
מ'קען אלע חכמות וויסן פון די תורה
ס'איז דא שבע חכמות
די וועלט איז צוזאמגעשטעלט פון ד' יסודות
די מהר"ל האט באשאפן א גולם
אריסטוי האט זיך מגייר געווען סוף ימיו
די יוונים האבן צוגעגנבט אלע חכמות פון שלמה המלך
אידן זענען פון אייביג אן געווען דאס אויסגצייכענטע אין אסטראנאמיע
שלמה המלך האט געהאט עלעקטריק
אליהו הנביא טרינקט פון די כוס של אליהו
ווער ס'פארציילט נישט אז ער האט געזען אליהו ביי שפוך חמתך איז א סימן ער האט געזען
ס'איז דא שבעה כוכבי לכת
די לבנה און די זון זענען פלאנעטן
די זון דרייט זיך ארום די וועלט
די זון גייט אריין אין פענסטערס אין די הימל
די פלאנעטן האבן שכל
אז מ'עסט חזיר באקומט מען די טבעיות פון א חזיר
אז טרינקן וואסער אינמיטן פיש איז א סכנה
אז די מזלות האבן אן השפעה אויפן מענטש
אז שדים ורוחות דרייען זיך אין חורבות
אז א שלעכט אויג קען דיר שעדיגן און ממוז זיך זאפארט סובסקרייבן ביי הרב לעבל
ווען די רמב"ם לעבט ווען היינט וואלט ער געשטאנען בראש מערכת ישראל ע"ד אבותינו ורבוה"ק
אלע גדולי ישראל האבן געשאלטן די קענעדיס
ווען די בעש"ט און אוהחה"ק טרעפן זיך ווען וואלט משיח תיכף געקומען
א פרוי א נידה איז זייער שעדליך
שחיטה איז די איינציגסטע און מערסטע הומעניטארישע מעטאד פון קוילן א בהמה
גויים האבן פיינט אידן
ס'איז דא זעקס הונדרעט טויזענט אותיות אין די תורה
ליובאוויטשער רבי איז משיח
אז שינאווער רב האט זיך נאך מיטגעכאפט
קיינער קען נישט אפפרעגן די ספר ויואל משה
היינט איז שוין יעדער מודה אז סאטמאר רבי איז געווען גערעכט
אלע חרדים זענען נושא ונותן באמונה
די חוזה האט געקענט זען מסוף העולם ועד סופו
אז משניידט א פרוכט בוים שטארבט מען
אז מ'האט בטחון קריגט מען וואס מ'וויל
אז פרויען זאלן זיך שערן די האר איז א תקנה פון די וועד ארבע הארצות
די אבות זענען געגאנגען אין שטריימל און ווייסע זאקן
דתן ואבירם זענען געגאנגן אין ווייסע דזשיפיצעס
די סיבה פארוואס אידן האבן מער אויגן גלעזער איז ווייל אידן לערנען גמרא און ווייל זיי שאקלן זיך ביים דאווענען
אין בני ברק קען נישט אויפרייסן קיין באמבעס אדער פאלן ראקעטן
אז די חזון איש איז געווען א אויסגעצייכענטער סורדזשין

אז נהורא נפישא מיינט אז מיטן חוזק מאכן פון זאכן וואס יסודתם בהררי קודש וועלן אויס ווערן די פאקטן. דריי פערטל זאכן זענען דברי חז״ל, אפענע מחבר׳ס, אפענע אגדות חז״ל. און דער בהמה און תען כסיל זאל קומען און אים ברענגן מקורות.

געוואלדיג » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 10:08 pm

· #296623
ביי אונז אין ישיבה האט קיין איין בחור נישט קיין סעלפאון.
איך וועיס נישט.
אזוי וויל איך און אזוי וועט זיין.
עס איז אויס וועלט.
בעיביס קויפט מען אין האספיטל.
טאטי איז גרעסער פון מאמי.
איך ווייס מאמי'ס נאמען. (הערסט)
zurich
לדעת גייט די אשכול זיין פון די גרעסטע וואס קאווע שטיבל פארמאגט!!

פון דא

ציבעלע-קיגל » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 1:49 pm

· #296777
עסען די רינדעל פון א ברויט מאכט רויטע באקען...

די הארטע חלק פון א בייגל איז געזונטער ווי די אינווייניג ווייכע

מיין זוהן איז אהיים געקומען פון ישיבה מיט א גוט'ס...

אויב עס זענען דא BUGS און פליג'ן אינדערהיים איז א סימן אז דער טאטע איז א בעל עבירה

שמעון וואלף » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 1:58 pm

· #296782
איך בין ביזי יעצט
איך האב נישט קיין פלאץ
איך וועל דיר צאלן נעקסטע וואך
ס'באדערט מיר בכלל נישט
כ'האב נישט געוויסט
איך זאג דיך צו

געוואלדיג » זונטאג נאוועמבער 15, 2015 5:18 pm

· #308980
די נייע פופציגער
.
📎 photo_2015-11-13_03-26-11.jpg 📎 photo_2015-11-13_03-26-07.jpg

וכדומה.. » מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 12:46 pm

· #309088
📎 587.jpg

יא אמת, נישט אמת, האט די פראפעגאנדע ליידער געקאסט אסאך אידישע נפשות.